בלאט 2 פון 10

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 05, 2011 10:17 pm
דורך זיס
יעצט גערעדט מיט א יונגערמאן וואס וואוינט אין מאנטעסעלא, ער זאגט אז מען וואוינט שוין דארט אין גרויסן, יענער איז שוין דארט געווען באזוכן די איינוואוינער און מען גרייט זיך צו עפענען דארט מוסדות התורה.

אויב איינער האט מער פרטים...

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 05, 2011 10:26 pm
דורך מחזור
זיס האט געשריבן:יעצט גערעדט מיט א יונגערמאן וואס וואוינט אין מאנטעסעלא, ער זאגט אז מען וואוינט שוין דארט אין גרויסן, יענער איז שוין דארט געווען באזוכן די איינוואוינער און מען גרייט זיך צו עפענען דארט מוסדות התורה.

אויב איינער האט מער פרטים...


פארוואס האסטו נישט געענדיגט רעדן מיט אים אלע פרטים????

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 05, 2011 10:56 pm
דורך זיס
וועלכע פרטים האב איך אים געזאלט פרעגן?

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 05, 2011 11:55 pm
דורך שוועמל
טאון און קאנטרי איז אין לאק שעלדריק, איז דאס די זעלבע?

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 05, 2011 11:58 pm
דורך שנאפס
קען זיין די לאק שעלדריק חלק אכט גייט דורך מאנטיסעלא

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 06, 2011 2:43 am
דורך טהור-עיניים
איך וואונטש זיי מעכטיגע הצלחה, און איך האלט שוין לאנג אז דאס איז לכאורה די איינציגסטע וועג וויזוי עס גייט זיך אנהייבן א נייער ישוב. אזוי האצעך אנגעהויבן מאנסי אויך, און לעיקוואד אויך. (הגם נישט ממש אזוי, די ביידע פלעצער האבן קודם געהאט א ישיבה אויפן ארט, און די ישוב האט זיך געמאכט ארום די ישיבה). מען מופט ארויס אפאר משפחות און צוביסלעך קומען צו נאך און נאך און נאך.

אבער פאר איינעם וואס זוכט א פערטיגע זאך, ווי מען זאל אנהייבן מיט אלע באקוועמליכקייטן אויף אמאל (אקעי, נאר רוב) איז נישט דאס דער מקום. דאס איז געבויעט געווארן פאר א זומער ישוב, מיט ווינטערייזד הייזער, אבער פונקט איז אונטערגעקומען דער האוזינג קרעש מיט די עקאנאמישע פראבלעמען, און דער עולם האט נישט געקויפט, טרייעט ער יעצט עס צו פושן פאר א גאנץ יאר. הלוואי זאל עס געלונגען, אבער ס"ה רעדט מען פון אפשר פופציג הייזער, דאס איז נאך זייער ווייט פון א געהעריגן ישוב. נאכאמאל, נאר אזוי האבן זיך געמאכט די ביז אהעריגע ישובים.

ונזכה ונחיה ונראה (מיטן ניגון)

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 06, 2011 2:51 am
דורך leiby
ס'דא דארט א ריזיגע לאט ארום ווי מ'קען זיך נאך פארברייטערן.

שוועמל יא.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 18, 2011 12:45 am
דורך טאגליכט
היינט געווען באזוכן דארטן, לויט ווי עס קוקט אויס וועלן די ערשטע 15 משפחות זיך אי"ה אריינציען אויף שבת חנוכה, די דירה'לעך זענען גאנץ שיין, אגב ספעלט אויס צוצולייגן קלייניגקייטן דא און דארט, מיט דעם אלעם איז עס גאנץ שיין.

איך האב גענומען עטליכע פיקטשערס, און איך וועל עס פרובירן ארויפצולייגן.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 18, 2011 12:46 am
דורך טאגליכט
סטעפס צו די צווייטע שטאק

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 18, 2011 12:47 am
דורך טאגליכט
קאך

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 18, 2011 12:48 am
דורך טאגליכט
קאך

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 18, 2011 12:48 am
דורך טאגליכט
קאך

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 18, 2011 12:58 am
דורך leiby
נייס,
אויב איז אינטערסאנט האב איך בילדער פונעם גאנצען קאנטרי מיט די גראונדס וכדו

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 18, 2011 9:53 am
דורך שנאפס
די וואך דאכט זיך האבן זיי אדווערטייזד אז מ'קען קומען די ערשטע יאר וואוינען פאר אומזיסט

לייבי, ביטע אויב ס'איז נישט שווער

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 18, 2011 1:50 pm
דורך לאז געמאכט
אוועטער ס'איז נישט "זיי" ס'איז פריוואטע מענטשן וואס ווילן נישט אליינס פארן נאר ליבערשט שיקן א שליח, און זענען גרייט צו צאלן די קאסטן פאר יענעם וק"ל וד"ל.

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 19, 2011 8:17 pm
דורך שנאפס
וקשה להבין? נעה, זייער פארשטענדליך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 01, 2011 9:16 pm
דורך זיס
וואס איז געווארן מיט דעם שטעטל?

נאך א חלום ווי אלע חלומות?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 01, 2011 9:23 pm
דורך באמבאסטיש
איילילולילו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 01, 2011 9:59 pm
דורך תרנגול
זיס האט געשריבן:וואס איז געווארן מיט דעם שטעטל?

נאך א חלום ווי אלע חלומות?

פארוואס טראכסטו אזוי? מ'האט דאך געשמועסט אויף שבת חנוכה?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 01, 2011 10:12 pm
דורך ניק ניק
מיין חבר פאקט שוין אט אט פעקלעך

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 04, 2011 2:20 pm
דורך leiby
שוין דא בערך 15 חברה וואס ציען זיך אהין! .

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 05, 2011 6:43 pm
דורך חיים של פרנסה
נייעס.

די פלענער זענען קראנט. דיטעילס טו פאללאו. א לענגערע אפהאנדלונג מטעם "הרחיבי" וועט ערשיינען אי"ה ערגעץ אין פרשת שמות . קלארצושטעלן פארן עולם, וואס זענען די ערווארטונגען פון די אנטוויקלונגען.

ביז דערווייל נעמען מיר אן אז שטיל און זיכער איז דער בעסטער וועג.

תחזקנה ידי העוסקים במלאכת הקודש.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 12:29 pm
דורך טאגליכט
חיים, פליז זאג פאר הרחיבי זאל נישט שרייבן קיין לענגערע באריכטן, ווייל סוועט נאר הרגענען די זאך, ווי שטילער אלץ בעסער....

(א צוקנופטער איינוואוינער)

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 7:15 pm
דורך פארשריבן
זעהט אויס אז דער עולם דא וויל ליבערשט גיין וואוינען אין די אנדערע שטאטן... (וגם אני הקטן בתוכם)
viewtopic.php?f=25&t=16107

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 8:22 pm
דורך leiby
פרשת וארא גייט מען באנייען דעם שטעטל/קאנטרי.