בלאט 7 פון 10
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 12:21 pm
דורך מאנ-יימער
דארפסמאן האט געשריבן:א יונגערמאן וואס זיין ברודער האט זיך אהיען געצויגען האט מיר געזאגט אז זיין ברידער האט שוין לאנג נישט אזוי פלייסיג געלערנט ווי ער לערענט דארט, נישטא קיין חתנות , בר מצוה'ס , שבע ברכות , נאר עס איז רוהיג און ער קיין אויפשטיין פרי און גיין שלאפען פרי
ניק ניק האט געשריבן:פארדעם ציט מיך אהינצימופן,
אויב יעדער וועט זיך אהינציעהן וועט דאך שוין זיין שמחות דארט יעדן טאג
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 1:10 pm
דורך ניק ניק
טהור-עיניים האט געשריבן:ניק ניק האט געשריבן:דארפסמאן האט געשריבן:נאר עס איז רוהיג און ער קיין אויפשטיין פרי און גיין שלאפען פרי
פארדעם ציט מיך אהינצימופן, פון דער אנדערער זייט לאזט מיך מיין הארץ נישט איבערלאזן די פרומע אומ-פשרה-לאזע תורה'דיגע מאה שערים דאמעריקא.
מאכט נישט, צו דעם וועסטו זיך זייער שנעל צוגעוואוינען.
דאס איז דא צרה.... קענסט די מעשה פון יענער וואס האט געשיקט זיין זין צו די טרייפענע אמעריקע וואס ווי לאנג זיין זין האט געשיקט בריווען אז די מצב איז געפערלך געוויינט און געקרעכטס האט די טאטע עם בארואיגט, ביז איין מאל האט די קינד געשריבן אז ב"ה ער הייבט זיך שוין צו צוגעוויינען, דעמולטס האט זיך דער טאטע געזעצט שבעה...
מאנ-יימער האט געשריבן:דארפסמאן האט געשריבן:א יונגערמאן וואס זיין ברודער האט זיך אהיען געצויגען האט מיר געזאגט אז זיין ברידער האט שוין לאנג נישט אזוי פלייסיג געלערנט ווי ער לערענט דארט, נישטא קיין חתנות , בר מצוה'ס , שבע ברכות , נאר עס איז רוהיג און ער קיין אויפשטיין פרי און גיין שלאפען פרי
ניק ניק האט געשריבן:פארדעם ציט מיך אהינצימופן,
אויב יעדער וועט זיך אהינציעהן וועט דאך שוין זיין שמחות דארט יעדן טאג
לאו דוקא, אין קר"י מאנסי סקווער מיינעך ווערט 9 - 10 נאכט, אויב כא'נישט קיין טעות
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 1:18 pm
דורך תרנגול
מאנ-יימער האט געשריבן:אויב יעדער וועט זיך אהינציעהן וועט דאך שוין זיין שמחות דארט יעדן טאג
אמן!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 14, 2012 3:30 pm
דורך תרנגול
כ'האב געהערט אז מ'קען דינגען דארט 3 בעדרום הייזער אויף שבתים פאר 250 טאלער און מ'שטעלט דיר צו דארט מכל טוב וטב. אפשר לוינט טאקע זיך אריבערצוכאפן אויף א וויקענד און זעהן דעם הלוך ילך דארט.
אריין אין
דעם אשכול...
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 14, 2012 3:32 pm
דורך leiby
נאר די אלטע יוניטס, וואס הייסט כל טוב וטוב, ער געט לינען.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 14, 2012 3:34 pm
דורך תרנגול
טשולדיגט טאקע, פאר עסן דארף מען צוצאלן נאך אפאר דאלער.
וואס הייסט די אלטע יוניטס? ס'איז טיפיקל באנגעלויס?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 14, 2012 3:45 pm
דורך leiby
ניין, בעסער,
אבער ס'דא די נייע וואס דאכצעכמיר ער בעט 500.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 4:20 am
דורך טהור-עיניים
טהור-עיניים האט געשריבן:ניק ניק האט געשריבן:דארפסמאן האט געשריבן:נאר עס איז רוהיג און ער קיין אויפשטיין פרי און גיין שלאפען פרי
פארדעם ציט מיך אהינצימופן, פון דער אנדערער זייט לאזט מיך מיין הארץ נישט איבערלאזן די פרומע אומ-פשרה-לאזע תורה'דיגע מאה שערים דאמעריקא.
מאכט נישט, צו דעם וועסטו זיך זייער שנעל צוגעוואוינען.
דאס איז דא צרה.... קענסט די מעשה פון יענער וואס האט געשיקט זיין זין צו די טרייפענע אמעריקע וואס ווי לאנג זיין זין האט געשיקט בריווען אז די מצב איז געפערלך געוויינט און געקרעכטס האט די טאטע עם בארואיגט, ביז איין מאל האט די קינד געשריבן אז ב"ה ער הייבט זיך שוין צו צוגעוויינען, דעמולטס האט זיך דער טאטע געזעצט שבעה...
כ'האף אז דו מיינסט עס נישט ערנסט. מ'האלט נאך נישט ביי שבעה. נאר וואס איך מיין איז, אז ווען דו וועסט זיך אביסל באקענען מיט דעם מושג וואס מיינט רוהיגקייט אין לעבן, וועסטו געוואויר ווערן אז ס'זענען דא זאכן וועלכע זענען בעסער און וויכטיגער ווי די אזויגערופענע (&%#@*^) ד'אמעריקאדארפסמאן האט געשריבן:א יונגערמאן וואס זיין ברודער האט זיך אהיען געצויגען האט מיר געזאגט אז זיין ברידער האט שוין לאנג נישט אזוי פלייסיג געלערנט ווי ער לערענט דארט, נישטא קיין חתנות , בר מצוה'ס , שבע ברכות , נאר עס איז רוהיג און ער קיין אויפשטיין פרי און גיין שלאפען פרי
ניק ניק האט געשריבן:פארדעם ציט מיך אהינצימופן,
אויב יעדער וועט זיך אהינציעהן וועט דאך שוין זיין שמחות דארט יעדן טאג[/quote]
לאו דוקא, אין קר"י מאנסי סקווער מיינעך ווערט 9 - 10 נאכט, אויב כא'נישט קיין טעות[/quote]
טעות טעות טעות
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 1:02 pm
דורך ניק ניק
טהור טהור איך וואלט נישט געזאגט אז מ'דארף זיצן שבעה, אבער די שרייבסט אליין קלאר אז איך וועל וואוינען דארט וועל איך פארלירן מיין עקסטרעמע פרומקייט, א זאך וואס איך וויל
נישט ס'זאל געשען.
טהור-עיניים האט געשריבן:ניק ניק האט געשריבן:לאו דוקא, אין קר"י מאנסי סקווער מיינעך ווערט 9 - 10 נאכט, אויב כא'נישט קיין טעות
טעות טעות טעות
וואס די אמת? ווען ווערט דארט נאכט?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 2:48 pm
דורך ניק ניק
איך האב פריער געטראפן מיין הארץ פריינד ניק ניק, זאגט ער מיר אז ליינענדיג דא די גאנצע מעשה מיט מאנטיסעלא איז עס עם געווען זייער אונטערסאנט, אבער זעצט ער פאר איך בין פון די סארט מענטש וואס פאלגן די עדס וואס שרייען גלייבט אונז נישט אויפן ווארט קומט און איבערצייגט אייך אליינס איבער, האט ער טאקע מחליט געווען צו גיין און זיך אליינס איבערצייגן, פרעג איך עם נו גייסטו ארויף לייגן דא א שיינעם באריכט, פאנגט ער אן צו קרעכצן, עהה קודם איך בין נישט קיין שרייבער און צווייטענס זעה איך נישט ווען כעלל האבן צייט, ס'פאדערט זיך אסאך צייט -זעצט ער פאר- צו באשרייבן אפי' נאר אין קורצן אפי' נאר א טייל פונעם באזוך, ס'איז דא א געוואלד צו שרייבן, פרעג איך עם נו אלא מאי העסט אונז לאזן אן גארנישט? זאגט ער ווייסטו וואס א בילד איז דעך מער ווא טויזענט ווערטער, איך האב געכאפט בילדער לרחצה רעכטס און לונקס איך גע'דיר די גאנצע מעשה אויף א זיפ פייל לייג עס ארויף און פטור אן עסק, גוט זאג איך, געשלאסן דאס געשפעט.
דא לייג איך ארויף די פאלדער וואס ער האט מיר געגעבן.
----------
שוין איך זעה ס'גייט נישט, ווער ס'קען בייהילפיג זיין מיטן ארויפלייגן די בילדער, ביטע פרטי'נען.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 4:12 pm
דורך ניק ניק
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 4:28 pm
דורך Yoely
Error message:
The Compressed (zipped) Folder is invalid or corrupted.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 4:37 pm
דורך שמן למאור
ניק'ל שליט"א האט עס שוין פאראכטן
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 11:58 pm
דורך טהור-עיניים
ניק ניק האט געשריבן:טהור טהור איך וואלט נישט געזאגט אז מ'דארף זיצן שבעה, אבער די שרייבסט אליין קלאר אז איך וועל וואוינען דארט וועל איך פארלירן מיין עקסטרעמע פרומקייט, א זאך וואס איך וויל
נישט ס'זאל געשען.
טהור-עיניים האט געשריבן:ניק ניק האט געשריבן:לאו דוקא, אין קר"י מאנסי סקווער מיינעך ווערט 9 - 10 נאכט, אויב כא'נישט קיין טעות
טעות טעות טעות
וואס די אמת? ווען ווערט דארט נאכט?
ניק, חס ושלום, ווי האסטו מיך געזעהן שרייבן אז דו וועסט פארלירן דיין פרומקייט. איך האב געשריבן אז דו וועסט פארלירן דיין עקסטרעמ'קייט. פארקערט, ערשט דעמאלס וועסטו ווערן פרום. אסאך מער פרום ווי דו קענסט זיך פארשטעלן.
גיי פרעג די מאנסי, סקווער, קרית יואל'ער אידן. אסאאאך שפעטער ווי ניין צען. אדרבה, גיי אמאל אריין אין וויזניץ מאנסי עלעף אזייגער ביינאכט, אדער אין בית מדרש אין שיכון סקווירא, אדער אין גרויסן בית מדרש אין קרית יואל.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 12:01 am
דורך טהור-עיניים
Yoely האט געשריבן:Error message:
The Compressed (zipped) Folder is invalid or corrupted.
באקומען דעם זעלבען מעסעדש
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 12:09 pm
דורך ניק ניק
טהור-עיניים האט געשריבן:Yoely האט געשריבן:Error message:
The Compressed (zipped) Folder is invalid or corrupted.
באקומען דעם זעלבען מעסעדש
איך ווייס נישט ביי מיר ארבעט עס געהעריג, אדרבה אויב איינער האט אן עצה וואס איך זאל טוהן ס'זאל ארבעטען ביי יעדן ביטע זיך לאזן הערן.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 12:11 pm
דורך ווער בין איך?
טויש די פייל נאמען אויף ענגליש.
איך האב עס דאונלאדעד און געוואלט אויפמאכן האט עס נישט געארבעט, נאר ווען איך האב עס געטוישט צו ענגליש האט זיך עס אויפגעמאכט.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 12:14 pm
דורך ניק ניק
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 12:55 pm
דורך ניק ניק
דייעגרעם, תח"ח לי פארן צאמשטעלן.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 1:59 pm
דורך ווינקל
זעהר שיין פון דיין זייט. א דאנק פאר די טויזענטער ווערטער, כמיין בילדער.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 2:08 pm
דורך ווינקל
פאר א פאטאגראפירער וואלט איך דיר נישט גענומען, א שטיקל באגריף וואס דארט טוט זיך באקומט מען יא...
שיינע שניי דארט!
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 2:12 pm
דורך מאנ-יימער
ייש"כ ניק פארן אראפפארן אלץ קארעספעדאנט פון אייוועלט און ברענגן בילדער
ווער דארף AutoCAD ווען מ'קען ניצן Excel
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 6:34 pm
דורך פלאטשיגער
א גוט יאר מיינע טייערע ברודער אין אמעריקע !!!
איך ב"ה וואוין שוין נישט צווישן אייך א לענגערע צייט,
אום ח' שבט תשע"ב (ולמספרם Feb 1' 2012) האב איך מיר מיטן הילף פונעם רבוש"ע אוועקגעצויגן פונעם מעכטיגן עיר ואם בישראל, די אזויגערופענע מאה שערים ד'אמעריקע "וויליאמסבורג" , יא! אזוי ווי איר הערט, כ'האב מיר געפאקט פעק און געגאנגען, מיט מסירת נפש ממש, ביידע פין מיינע פאר עלטערן זענען נישט געווען איינשטימיג מיט מיר, מיין טאטע האט עס נישט געשמעקט, מיין מאמע האט עס אפי' וויי געטאהן, זי האט געשפירט ווי זי פארלירט א זוהן, מיין שווער האט גאר געוויינט עטליכע טעג און נעכט, ער האט עס ממש נישט געקענט אראפשלינגען אז זיין טאכטער און איידעם ציהען זיך אוועק...
אבער, וואס קען מען טוהן, איך האב 'פארשטאנען', אין מיין רעבעצין האט 'געשפירט' אז אט אזוי איז די רצון השם, און טאקע מיטן הילף פונעם אשת חיל און מיט הימלישע כוחות איז עס געשעהן... מיר האבן אנגעלאדנט די פעקלעך און פארשיקט, און א טאג דערויף האבן מיר זיך ווארעם געזעגענט מיט די עלטערן, און... "ויסעו"
צוויי שעה דערויף זענען מיר אנגעקומען קיין "לאק שעלדריק" אינעם נייעם יישוב 'טאון ענד קאנטרי' מיר האבן זיך צוביסלעך אויסגעפאקט און זיך מסדר געווען על צד היותר טוב, ביידע פאר עלטערן האבן זיך ב"ה בארואיגט און צו זיך געקומען, זיי זענען ביידע ארויסגעקומען פאר א שבת, און צוגעזעהן ווי די קינדער און אייניקלעך לעבן אזוי גליקליך און צופרידן, צווישן הערליכע גראז הימל און ביימער, פיינע פרישע לופט, און שיינע וואסערן ארום און ארום, אן אויסנאם ריינע לויטערקייט ברוחניות ובגשמיות, איבערן טאג פארמאגט מען א זון, און אויפדערנאכט זעהט מען "שטערנס", (אויב די וויליאמסבורגע אידן ווייסן וואס דאס איז...)
און איין ווארט, עס איז אן אמת'ער פארגעניגן א רואיגקייט א געשמאקקייט און א צופרידענקייט דא צו וואוינען, איך וואוין שוין דא אריבער דריי חדשים, און איך קאן ב"ה מעיד זיין אז איך בין ב"ה פולשטענדיג גליקליך און צופרידן,
כ'וועל מסיים זיין מיט א תפילה צום כל יכול אונזער זיסע לעכטיגע טאטע, אז ער זאל אונז אויסלייזן פון גלות בקרוב ובניקל, ער זאל אונז שוין שענקען משיח'ן און גיכן, אבער אויף ביזדערווייל זאל ער מיר לאזן בלייבן וואוינען דא אין די מאונטענס, און דער עולם זאל איינזעהן אז מ'קען און עס איז א געשמאק צו וואוינען דא סיי ברוחניות און סיי בגשמיות...
פראגן און קאמענטארן זענען וועלקאם...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 6:38 pm
דורך שנאפס
די בית הכסא'ס ארבעטן געהעריג אום ווינטער?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 6:50 pm
דורך leiby
פלאטשיגער האט געשריבן: צווישן הערליכע גראז הימל און ביימער, פיינע פרישע לופט, און שיינע וואסערן ארום און ארום,
כ'האב געזיכט דארט די וואסערן, ווי טרעפט מען עס?