בלאט 6 פון 10

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 5:41 pm
דורך דארפסמאן
טאגליכט איך וויל דיר ווינטשן הצלחה צו דיין נייע וואונינג השי"ת זאל דיר שיקען דארט פרנסה בריוח ובניקל מיט שמחה ונחת, איך האב זייער הנאה אז די ביסט פון די נחשונים

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 5:54 pm
דורך שטרוי
ווינקל האט געשריבן:טאגליכט: השי"ת זאל העלפן עס זאל זיין מיט מזל און ברכה און אסאך הצלחה באגלייט מיט סייעתא דשמיא!

---
מיר ווארטן צו הערן א שטיקל באריכט ווען דו האסט א טשענס. טענק יו.

ווי אויך, טוט אייך האלטן אפטעמיסטיש צי יעדע צייט, נישט חלילה ווערן געקלאפט אין קיין שום צייט, מיר קוקן פאאר פאר אייער הצלחה,

יהי ה' עמכם, גבורי החיל.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 6:46 pm
דורך גבריאל
lebediger berel האט געשריבן:
אבי.גערעדט האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:מען שיקט יא קיין גיבערס.

דער עיקר, מען זאל נישט איבערחזרן די דורכפאל פון בעיסוואטער.

אז מ'רעדט שוין פון בעיסוואטער, וואס איז טאקע די אורזאך פון דעם שטוינענדן דורכפאל? וואלט דאך געקענט זיין א עיר ואם בישראל

דסאס געהער טאקע אין א אנדער אשכול

ביעסוואטער איז גאגאנגען א גאנג ווייל דעמאלטס האט אויסגעבראכן די מחלוקה אין סאטמאר, סא קיינערס אינטערעסע איז נישט געווען צובאגלייטען די זאך...

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 12:53 am
דורך משה קארנפעלד
פיינע נייעס צו הערן, לאמיר האפן סעט נישט שטיין בלייבן ביים מאשר שמנה נאר זיך ווייטער ציען די גאלדענע קייט.

מיינע ברודער פון די ווייטע אינדיע געטס אונז א שטיקל גריס וואס דארט טוט זיך. וואוינען דארט בערן? מענטשען? ציגאנער?

איז דארט קאלט? הייס? ווארעם?

וואס נאך? איך ווייס נישט, אבער איינמאל די פעקלעך זענען געהעריג אויסגעפאקט דערציילטס אונז אביסל וויאזוי עס איז אריבער די ערשטע קומזיץ אויפן הודסאן.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 11:29 pm
דורך טהור-עיניים
איך וויל פשוט באגריסן די טייערע אידן וועלכע האבן גענומען די קוראזש (שקיין חילוק וואס די סיבה איז) און זיך ארויסגעצויגן בארץ לא זרועה (נישט עכט, אבער לויט ווי שווער דער עולם מופט אהין, קען מען עס רעכענען אזוי) און האבן זיך ארויסגעצויגן אין די מאונטענס אויף צו וואוינען דארט יער ראונד. איך וויל אייך אנוואונטשן אז דער אויבערשטער זאל העלפן איז זאלט אויפשטעלן דארט ערליכע אידישע שטובער, און איר זאלט האבן דארט אסאך ברכה והצלחה ושתשרה שכינה בכל מעשה ידיכם, אייערע קינדער זאלן אויפוואקסן ערליך און געזונט, און אייערע טאשן זאלן זיין פול מיט געלט און איר זאלט האבן דארט גאר א גליקליך לעבן.

און יעצט וויל איך אייך זאגט א ווארט. אסאך מאל טוט א מענטש א קלייניקייט, עס קוקט אים אויס ווי ער האט עס געטוהן גאר פאר זיך, אבער נאך יארן שטעלט זיך ארויס אז דאס איז געווען גאר א גרויסע פעולה, א אקט וועלכע האט בענעפיטירט גאנץ כלל ישראל אדער א גרויס טייל דערפון, אדער גאר דאס גאנצע מענטשהייט.

א פשוט'ע דוגמא זעהט מען ביי יוסף הצדיק, ווי די ברודער האבן געהאט איין טובה, אבער ווי ער האט אליינס געזאגט, אלוקים חשבה לטובה למען עשה כיום הזה להחיות עם רב. און, ועתה לא אתם שלחתם אותי הנה כי האלוקים.

די פעולה וואס איר האט געטאהן און זיך ארויסגעצויגן דארט, האט גאר שטארק די פאטענציאל צו זיין א נייער אנהייב, צו זיין דאס קערנדל וועלכעס מען האט איינגעפלאנצט פון וועלכען עס איז ארויס געוואקסן א גרויסער פירות געבענטשטער בוים. אויב וועט איר זיך האלטן מיט אן עקשנות וועט איר מצליח זיין, און עס וועט קומען א צייט ווען איר וועט זיך טרעפן (אין דרייסיג יאר ארום, ווען איינער פון אייך וועט וואינען אין מאונטענדעיל, איינער אין וואודרידש, איינער אין סט. פאלסבורג, איינער אין ליבערטי, איינער אין מאנטיסעלאו, איינער אין סוואן לעיק, איינער אין ליווינגסטאן מענאר, און איינער איז נאך געבליבן אין לאק שעלדריק) און איר וועט זיך צושמועסן, און איר וועט בענקען נאך די יעצטיגע טעג, איר וועט רעדן מיט נאסטאלגיע איבער די געשמאקע טעג, ווען מען האט נישט געהאט אלע באקוועמליכקייטן גלייך לעבן טיר.

צייטונגס שרייבער און דזשורנאליסטן וועלן אייך נאכלויפן און דערקוטשענען צו דערציילן פון די היסטאריע פון דעם ישוב (וואס איך ווייס נישט וויזוי מען וועט רופן דעם כלליות'דיגען גרויסן ישוב) און איר וועט ווערן באטייטלט אלס די וועמען עס איז צו פארדאנקען דעם ישוב דארט, און אזוי אויך דאס הצלה פון טויזענטער אידן פון צוגרינד גיין צוליב נישט טרעפן א לייטישע דירה און וואוינען אין קליינע לעכעלעך מיט משפחות געבענטשטע קינדער.

פארוואס זאג איך דאס אלעס, איינס, ווייל איך גלייב אז עס קען באמת געשעהן, צוויי, ווייל איך וויל אייך געבן חיזוק, און דריי, ווייל איך וויל איר זאלט זיך שוין פארשרייבן די זכרונות, (אדער פארשרייבן זיי אין הארץ, על לוח לבך) איר זאלט זיי געדענקען צו פארציילן דעמאלס. און אזוי אויך זאלט איר כאפן אסאך בילדער, ווייל מיט די יארן קענען זיי זייער מעגליך זיין גאר היסטאריש, און מען וועט זוכען אזעלכע בילדער.

ויהי נועם ה' אליקיכם עליכם ומעשה ידיכם כוננה עליכם ומעשה ידינו כונניכם

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 11:37 pm
דורך צים פינטעל
מיט א טיפערע בליק

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 3:05 pm
דורך dell
זייער שיין הרב טהור עינים

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 2:25 pm
דורך lebediger berel
טהור-עיניים האט געשריבן:איך וויל פשוט באגריסן די טייערע אידן וועלכע האבן גענומען די קוראזש (שקיין חילוק וואס די סיבה איז) און זיך ארויסגעצויגן בארץ לא זרועה (נישט עכט, אבער לויט ווי שווער דער עולם מופט אהין, קען מען עס רעכענען אזוי) און האבן זיך ארויסגעצויגן אין די מאונטענס אויף צו וואוינען דארט יער ראונד. איך וויל אייך אנוואונטשן אז דער אויבערשטער זאל העלפן איז זאלט אויפשטעלן דארט ערליכע אידישע שטובער, און איר זאלט האבן דארט אסאך ברכה והצלחה ושתשרה שכינה בכל מעשה ידיכם, אייערע קינדער זאלן אויפוואקסן ערליך און געזונט, און אייערע טאשן זאלן זיין פול מיט געלט און איר זאלט האבן דארט גאר א גליקליך לעבן.

און יעצט וויל איך אייך זאגט א ווארט. אסאך מאל טוט א מענטש א קלייניקייט, עס קוקט אים אויס ווי ער האט עס געטוהן גאר פאר זיך, אבער נאך יארן שטעלט זיך ארויס אז דאס איז געווען גאר א גרויסע פעולה, א אקט וועלכע האט בענעפיטירט גאנץ כלל ישראל אדער א גרויס טייל דערפון, אדער גאר דאס גאנצע מענטשהייט.

א פשוט'ע דוגמא זעהט מען ביי יוסף הצדיק, ווי די ברודער האבן געהאט איין טובה, אבער ווי ער האט אליינס געזאגט, אלוקים חשבה לטובה למען עשה כיום הזה להחיות עם רב. און, ועתה לא אתם שלחתם אותי הנה כי האלוקים.

די פעולה וואס איר האט געטאהן און זיך ארויסגעצויגן דארט, האט גאר שטארק די פאטענציאל צו זיין א נייער אנהייב, צו זיין דאס קערנדל וועלכעס מען האט איינגעפלאנצט פון וועלכען עס איז ארויס געוואקסן א גרויסער פירות געבענטשטער בוים. אויב וועט איר זיך האלטן מיט אן עקשנות וועט איר מצליח זיין, און עס וועט קומען א צייט ווען איר וועט זיך טרעפן (אין דרייסיג יאר ארום, ווען איינער פון אייך וועט וואינען אין מאונטענדעיל, איינער אין וואודרידש, איינער אין סט. פאלסבורג, איינער אין ליבערטי, איינער אין מאנטיסעלאו, איינער אין סוואן לעיק, איינער אין ליווינגסטאן מענאר, און איינער איז נאך געבליבן אין לאק שעלדריק) און איר וועט זיך צושמועסן, און איר וועט בענקען נאך די יעצטיגע טעג, איר וועט רעדן מיט נאסטאלגיע איבער די געשמאקע טעג, ווען מען האט נישט געהאט אלע באקוועמליכקייטן גלייך לעבן טיר.

צייטונגס שרייבער און דזשורנאליסטן וועלן אייך נאכלויפן און דערקוטשענען צו דערציילן פון די היסטאריע פון דעם ישוב (וואס איך ווייס נישט וויזוי מען וועט רופן דעם כלליות'דיגען גרויסן ישוב) און איר וועט ווערן באטייטלט אלס די וועמען עס איז צו פארדאנקען דעם ישוב דארט, און אזוי אויך דאס הצלה פון טויזענטער אידן פון צוגרינד גיין צוליב נישט טרעפן א לייטישע דירה און וואוינען אין קליינע לעכעלעך מיט משפחות געבענטשטע קינדער.

פארוואס זאג איך דאס אלעס, איינס, ווייל איך גלייב אז עס קען באמת געשעהן, צוויי, ווייל איך וויל אייך געבן חיזוק, און דריי, ווייל איך וויל איר זאלט זיך שוין פארשרייבן די זכרונות, (אדער פארשרייבן זיי אין הארץ, על לוח לבך) איר זאלט זיי געדענקען צו פארציילן דעמאלס. און אזוי אויך זאלט איר כאפן אסאך בילדער, ווייל מיט די יארן קענען זיי זייער מעגליך זיין גאר היסטאריש, און מען וועט זוכען אזעלכע בילדער.

ויהי נועם ה' אליקיכם עליכם ומעשה ידיכם כוננה עליכם ומעשה ידינו כונניכם

יפה דברת ובזמנו דברת, מיר קוקן שוין ארויס אויף עפעס א באריכט פון די תושבים

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 2:46 pm
דורך קליקו
ייש"כ הרב טוהר עינים, געגאסען ווי גאלד ;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 3:26 pm
דורך שטארק זיך
קליקו האט געשריבן:ייש"כ הרב טוהר עינים, געגאסען ווי גאלד ;l;p-

א רגע וואו אז דאס מאנטיסעלאו, אפשר אין אלט-שטאט?
(ס׳נאר א וויץ)

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 6:27 pm
דורך jkup50
טהור נעם פון די זייט א באקס פון גרינע (סאיז בעסער פון וואס די האסט סקומט פון..)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 09, 2012 3:04 pm
דורך דוד פיישוט
איך הער אז מעמוז האבן א קאר דארט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 09, 2012 3:19 pm
דורך שנאפס
א תקנה? צו עס איז גרינגער?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 09, 2012 3:21 pm
דורך ניק ניק
דוד פיישוט האט געשריבן:איך הער אז מעמוז האבן א קאר דארט


אגב הער איך אז מ'קען באקומען ביז 3 פוינטס אויף די לייסענס אויב מ'כאפט איינעם אן א קאר דארט.

---------

שנאפס האקט

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 10, 2012 2:20 am
דורך טהור-עיניים
נו, וואס גייט דא פאר, דארט איז דא א תקנה אז מען טאר נישט באריכטן אויף אייוועלט?

פארוואס לאזט זיך קיינער נישט הערן? אויב וועט איר זיך נישט לאזן הערן וועל איך זיין געצוואונגען בכבודי ובעצמי זיך אויפצוהייבן איין טאג און אריבערפארן אהין, אליינס באזוכן דעם שטעטל און זעהן מיט די אייגענע שתי ידים וואס דארט גייט פאר.

ראו הזהרנוכם.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 10, 2012 2:24 am
דורך שטארק זיך
און אפשר זיך אהין ציהן ר׳ טהור?

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 10, 2012 2:31 am
דורך טהור-עיניים
אפשר טאקע, די שאלה נאר איבער פרנסה, אויב דאס שטימט, קען מען רעדן דערפון.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 10, 2012 12:15 pm
דורך ניק ניק
זיי גייען צושטעלן פרנסות אי"ה, קענסט'טיך ווענדן צו מיר פרטי

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 10, 2012 12:37 pm
דורך דארפסמאן
טהור-עיניים האט געשריבן:נו, וואס גייט דא פאר, דארט איז דא א תקנה אז מען טאר נישט באריכטן אויף אייוועלט?

פארוואס לאזט זיך קיינער נישט הערן? אויב וועט איר זיך נישט לאזן הערן וועל איך זיין געצוואונגען בכבודי ובעצמי זיך אויפצוהייבן איין טאג און אריבערפארן אהין, אליינס באזוכן דעם שטעטל און זעהן מיט די אייגענע שתי ידים וואס דארט גייט פאר.

ראו הזהרנוכם.



א יונגערמאן וואס זיין ברודער האט זיך אהיען געצויגען האט מיר געזאגט אז זיין ברידער האט שוין לאנג נישט אזוי פלייסיג געלערנט ווי ער לערענט דארט, נישטא קיין חתנות , בר מצוה'ס , שבע ברכות , נאר עס איז רוהיג און ער קיין אויפשטיין פרי און גיין שלאפען פרי

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 10, 2012 12:42 pm
דורך ניק ניק
דארפסמאן האט געשריבן:נאר עס איז רוהיג און ער קיין אויפשטיין פרי און גיין שלאפען פרי

פארדעם ציט מיך אהינצימופן, פון דער אנדערער זייט לאזט מיך מיין הארץ נישט איבערלאזן די פרומע אומ-פשרה-לאזע תורה'דיגע מאה שערים דאמעריקא.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 10, 2012 12:44 pm
דורך שטארק זיך
האניש מורא, אין מאנטיסעלאו איז אויך דא אן עירוב...

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 10, 2012 12:45 pm
דורך ניק ניק
שטארק זיך האט געשריבן:האניש מורא, אין מאנטיסעלאו איז אויך דא אן עירוב...

אבער מ'איז נישט מוחה

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 10, 2012 12:45 pm
דורך שטארק זיך
ניק ניק האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:האניש מורא, אין מאנטיסעלאו איז אויך דא אן עירוב...

אבער מ'איז נישט מוחה

נו פארדעם ציהט זיך ניק הכפול אריבער אהין צו...

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 10, 2012 12:51 pm
דורך ניק ניק
שטארק זיך האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:האניש מורא, אין מאנטיסעלאו איז אויך דא אן עירוב...

אבער מ'איז נישט מוחה

נו פארדעם ציהט זיך ניק הכפול אריבער אהין צו...

איך קען נישט אליין

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 2:12 am
דורך טהור-עיניים
ניק ניק האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:נאר עס איז רוהיג און ער קיין אויפשטיין פרי און גיין שלאפען פרי

פארדעם ציט מיך אהינצימופן, פון דער אנדערער זייט לאזט מיך מיין הארץ נישט איבערלאזן די פרומע אומ-פשרה-לאזע תורה'דיגע מאה שערים דאמעריקא.


מאכט נישט, צו דעם וועסטו זיך זייער שנעל צוגעוואוינען.