בלאט 5 פון 10

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 1:55 pm
דורך leiby
אמת.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 4:14 pm
דורך dell
פארשריבן האט געשריבן:ר' איד, מען וואוינט שוין דארט!



וויפיל אידן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 4:17 pm
דורך מאנ-יימער
נעכטן געהערט פון איינעם אז זיין שכן מופט אויף יאנקערס מיט בערך 15 אידן, אויך א חלק שמונה מעשה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 4:22 pm
דורך lebediger berel
זאל זיין מיט מזל ברכה והצלחה, יעדעדר זאל מתפלל זיין, ס'איז פאר יעדן איינעמס אינטערעס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 4:28 pm
דורך lebediger berel
מאנ-יימער האט געשריבן:נעכטן געהערט פון איינעם אז זיין שכן מופט אויף יאנקערס מיט בערך 15 אידן, אויך א חלק שמונה מעשה

יאנקערס אדער אפסטעיט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 4:28 pm
דורך מאנ-יימער
ליין וואס ס'שטייט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 4:44 pm
דורך dell
אינטערעסאנט, מענטשען זענען גרייט אוועק צו מופן פאר א יאר צייט אבי צו קענען צוריק קומען וואוינען אין די היימליכע שטאט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 5:42 pm
דורך שנאפס
איך האף (בעסער געזאגט איך רעד מיך איין) אז דער עולם וועט איינזען אז ס'איז נישט אזוי שלעכט צו וואוינען אין די מאונטענס און מ'וועצעך נעמען מופן אין גרויסן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 6:02 pm
דורך טהור-עיניים
שנאפס האט געשריבן:איך האף (בעסער געזאגט איך רעד מיך איין) אז דער עולם וועט איינזען אז ס'איז נישט אזוי שלעכט צו וואוינען אין די מאונטענס און מ'וועצעך נעמען מופן אין גרויסן


איך דארף נישט האפן, איך בין זיכער אז עס וועט געשעהן. דהיינו, אויב זיי וועלן קענען פירן דארט א האלב נארמאלן לעבן כאטשיק, און האבן ווי צו שיקן די קינדער, וועלן זיי נישט אזוי שנעל צוריק קומען. עכ"פ טייל פון זיי. דער איינציגסטער פראבלעם פארוואס עס וואוינען נאך נישט אידן אין די קאנטרי א גאנץ יאר איז ווייל עס איז נאך נישט דא ווי צו שיקן די קינדער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 6:14 pm
דורך dell
טהור-עיניים האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:איך האף (בעסער געזאגט איך רעד מיך איין) אז דער עולם וועט איינזען אז ס'איז נישט אזוי שלעכט צו וואוינען אין די מאונטענס און מ'וועצעך נעמען מופן אין גרויסן


איך דארף נישט האפן, איך בין זיכער אז עס וועט געשעהן. דהיינו, אויב זיי וועלן קענען פירן דארט א האלב נארמאלן לעבן כאטשיק, און האבן ווי צו שיקן די קינדער, וועלן זיי נישט אזוי שנעל צוריק קומען. עכ"פ טייל פון זיי. דער איינציגסטער פראבלעם פארוואס עס וואוינען נאך נישט אידן אין די קאנטרי א גאנץ יאר איז ווייל עס איז נאך נישט דא ווי צו שיקן די קינדער.


לויט ווי מען האט דא גרעדט מופן נאר ארויס אזאנע וואס שיקן נאך נישט קיין קינדער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 6:26 pm
דורך שוועמל
מען שיקט יא קיין גיבערס.

דער עיקר, מען זאל נישט איבערחזרן די דורכפאל פון בעיסוואטער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 6:30 pm
דורך טהור-עיניים
רוב האבן נאר קליינע קינדער, און איינער גייט טאקע שיקן קיין גיבער'ס, וואס אים איז געלונגען אז גיבערס האט אים אנגענומען, ווייל סתם אזוי נעמען זיי נישט אן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 7:06 pm
דורך בחורהזעצער
איך האב באקומען צוויי בילדער פון א נאנטע חבר וואס האט זיך ארויסגעצויגן אהין:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 7:15 pm
דורך געלינקטער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 7:52 pm
דורך leiby
בחורהזעצער האט געשריבן:איך האב באקומען צוויי בילדער פון א נאנטע חבר וואס האט זיך ארויסגעצויגן אהין:

ווייסעך שוין וועלכע באנגעלאוי זיי ניצן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 8:28 pm
דורך lebediger berel
און וואס טוט זיך אין יאנקערס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 8:44 pm
דורך פליגל
leiby האט געשריבן:
בחורהזעצער האט געשריבן:איך האב באקומען צוויי בילדער פון א נאנטע חבר וואס האט זיך ארויסגעצויגן אהין:

ווייסעך שוין וועלכע באנגעלאוי זיי ניצן.

נא, גילוי... וק"ל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 9:14 pm
דורך טאבאקא
וואו איז יאנקערס?

אפשר זאל מען עפענען א עקסטרע אשכול דערוועגן, ווייל דא רעדט מען דאך פון מאנטיסעלא\לאק שעלדריק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 10:46 pm
דורך אבי.גערעדט
שוועמל האט געשריבן:מען שיקט יא קיין גיבערס.

דער עיקר, מען זאל נישט איבערחזרן די דורכפאל פון בעיסוואטער.

אז מ'רעדט שוין פון בעיסוואטער, וואס איז טאקע די אורזאך פון דעם שטוינענדן דורכפאל? וואלט דאך געקענט זיין א עיר ואם בישראל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 10:56 pm
דורך טאגליכט
היינט האט דאס טראק ארובערגעפירט טאגליכט'ס האב אין גוטס, קיין לאק שעלדריק, בשעה טובה ומצלחת.

עני קוועשטאנס?

גוטע נאכט
טאגליכט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 11:04 pm
דורך פליגל
א, האמיר שוין אן ערשט האנטיגער אינפארמירער.

מיר ווארטן צו הערן מיט שפאנונג.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 1:38 pm
דורך lebediger berel
טאגליכט האט געשריבן:היינט האט דאס טראק ארובערגעפירט טאגליכט'ס האב אין גוטס, קיין לאק שעלדריק, בשעה טובה ומצלחת.

עני קוועשטאנס?

גוטע נאכט
טאגליכט

זאל זיין מיט א מזל'דיגע שעה, בשעה טובה ומוצלחת.
וויאזוי איז דורך שבת?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 1:39 pm
דורך lebediger berel
אבי.גערעדט האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:מען שיקט יא קיין גיבערס.

דער עיקר, מען זאל נישט איבערחזרן די דורכפאל פון בעיסוואטער.

אז מ'רעדט שוין פון בעיסוואטער, וואס איז טאקע די אורזאך פון דעם שטוינענדן דורכפאל? וואלט דאך געקענט זיין א עיר ואם בישראל

דסאס געהער טאקע אין א אנדער אשכול

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 1:40 pm
דורך lebediger berel
טאבאקא האט געשריבן:וואו איז יאנקערס?

אפשר זאל מען עפענען א עקסטרע אשכול דערוועגן, ווייל דא רעדט מען דאך פון מאנטיסעלא\לאק שעלדריק.

אויב עפנט מען א אשכול, ביטע ברענגט דא א קשר אהין, מ'זאלמיר קענען זען וואס טוט זיך

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 5:39 pm
דורך ווינקל
טאגליכט: השי"ת זאל העלפן עס זאל זיין מיט מזל און ברכה און אסאך הצלחה באגלייט מיט סייעתא דשמיא!

---
מיר ווארטן צו הערן א שטיקל באריכט ווען דו האסט א טשענס. טענק יו.