זונטאג פבואר 05, 2012 5:41 pm
זונטאג פבואר 05, 2012 5:54 pm
ווינקל האט געשריבן:טאגליכט: השי"ת זאל העלפן עס זאל זיין מיט מזל און ברכה און אסאך הצלחה באגלייט מיט סייעתא דשמיא!
---
מיר ווארטן צו הערן א שטיקל באריכט ווען דו האסט א טשענס. טענק יו.
ווי אויך, טוט אייך האלטן אפטעמיסטיש צי יעדע צייט, נישט חלילה ווערן געקלאפט אין קיין שום צייט, מיר קוקן פאאר פאר אייער הצלחה,
יהי ה' עמכם, גבורי החיל.
זונטאג פבואר 05, 2012 6:46 pm
lebediger berel האט געשריבן:אבי.גערעדט האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:מען שיקט יא קיין גיבערס.
דער עיקר, מען זאל נישט איבערחזרן די דורכפאל פון בעיסוואטער.
אז מ'רעדט שוין פון בעיסוואטער, וואס איז טאקע די אורזאך פון דעם שטוינענדן דורכפאל? וואלט דאך געקענט זיין א עיר ואם בישראל
דסאס געהער טאקע אין א אנדער אשכול
מאנטאג פבואר 06, 2012 12:53 am
מאנטאג פבואר 06, 2012 11:29 pm
מאנטאג פבואר 06, 2012 11:37 pm
דינסטאג פבואר 07, 2012 3:05 pm
מיטוואך פבואר 08, 2012 2:25 pm
טהור-עיניים האט געשריבן:איך וויל פשוט באגריסן די טייערע אידן וועלכע האבן גענומען די קוראזש (שקיין חילוק וואס די סיבה איז) און זיך ארויסגעצויגן בארץ לא זרועה (נישט עכט, אבער לויט ווי שווער דער עולם מופט אהין, קען מען עס רעכענען אזוי) און האבן זיך ארויסגעצויגן אין די מאונטענס אויף צו וואוינען דארט יער ראונד. איך וויל אייך אנוואונטשן אז דער אויבערשטער זאל העלפן איז זאלט אויפשטעלן דארט ערליכע אידישע שטובער, און איר זאלט האבן דארט אסאך ברכה והצלחה ושתשרה שכינה בכל מעשה ידיכם, אייערע קינדער זאלן אויפוואקסן ערליך און געזונט, און אייערע טאשן זאלן זיין פול מיט געלט און איר זאלט האבן דארט גאר א גליקליך לעבן.
און יעצט וויל איך אייך זאגט א ווארט. אסאך מאל טוט א מענטש א קלייניקייט, עס קוקט אים אויס ווי ער האט עס געטוהן גאר פאר זיך, אבער נאך יארן שטעלט זיך ארויס אז דאס איז געווען גאר א גרויסע פעולה, א אקט וועלכע האט בענעפיטירט גאנץ כלל ישראל אדער א גרויס טייל דערפון, אדער גאר דאס גאנצע מענטשהייט.
א פשוט'ע דוגמא זעהט מען ביי יוסף הצדיק, ווי די ברודער האבן געהאט איין טובה, אבער ווי ער האט אליינס געזאגט, אלוקים חשבה לטובה למען עשה כיום הזה להחיות עם רב. און, ועתה לא אתם שלחתם אותי הנה כי האלוקים.
די פעולה וואס איר האט געטאהן און זיך ארויסגעצויגן דארט, האט גאר שטארק די פאטענציאל צו זיין א נייער אנהייב, צו זיין דאס קערנדל וועלכעס מען האט איינגעפלאנצט פון וועלכען עס איז ארויס געוואקסן א גרויסער פירות געבענטשטער בוים. אויב וועט איר זיך האלטן מיט אן עקשנות וועט איר מצליח זיין, און עס וועט קומען א צייט ווען איר וועט זיך טרעפן (אין דרייסיג יאר ארום, ווען איינער פון אייך וועט וואינען אין מאונטענדעיל, איינער אין וואודרידש, איינער אין סט. פאלסבורג, איינער אין ליבערטי, איינער אין מאנטיסעלאו, איינער אין סוואן לעיק, איינער אין ליווינגסטאן מענאר, און איינער איז נאך געבליבן אין לאק שעלדריק) און איר וועט זיך צושמועסן, און איר וועט בענקען נאך די יעצטיגע טעג, איר וועט רעדן מיט נאסטאלגיע איבער די געשמאקע טעג, ווען מען האט נישט געהאט אלע באקוועמליכקייטן גלייך לעבן טיר.
צייטונגס שרייבער און דזשורנאליסטן וועלן אייך נאכלויפן און דערקוטשענען צו דערציילן פון די היסטאריע פון דעם ישוב (וואס איך ווייס נישט וויזוי מען וועט רופן דעם כלליות'דיגען גרויסן ישוב) און איר וועט ווערן באטייטלט אלס די וועמען עס איז צו פארדאנקען דעם ישוב דארט, און אזוי אויך דאס הצלה פון טויזענטער אידן פון צוגרינד גיין צוליב נישט טרעפן א לייטישע דירה און וואוינען אין קליינע לעכעלעך מיט משפחות געבענטשטע קינדער.
פארוואס זאג איך דאס אלעס, איינס, ווייל איך גלייב אז עס קען באמת געשעהן, צוויי, ווייל איך וויל אייך געבן חיזוק, און דריי, ווייל איך וויל איר זאלט זיך שוין פארשרייבן די זכרונות, (אדער פארשרייבן זיי אין הארץ, על לוח לבך) איר זאלט זיי געדענקען צו פארציילן דעמאלס. און אזוי אויך זאלט איר כאפן אסאך בילדער, ווייל מיט די יארן קענען זיי זייער מעגליך זיין גאר היסטאריש, און מען וועט זוכען אזעלכע בילדער.
ויהי נועם ה' אליקיכם עליכם ומעשה ידיכם כוננה עליכם ומעשה ידינו כונניכם
מיטוואך פבואר 08, 2012 2:46 pm
מיטוואך פבואר 08, 2012 3:26 pm
קליקו האט געשריבן:ייש"כ הרב טוהר עינים, געגאסען ווי גאלד
מיטוואך פבואר 08, 2012 6:27 pm
דאנערשטאג פבואר 09, 2012 3:04 pm
דאנערשטאג פבואר 09, 2012 3:19 pm
דאנערשטאג פבואר 09, 2012 3:21 pm
דוד פיישוט האט געשריבן:איך הער אז מעמוז האבן א קאר דארט
פרייטאג פבואר 10, 2012 2:20 am
פרייטאג פבואר 10, 2012 2:24 am
פרייטאג פבואר 10, 2012 2:31 am
פרייטאג פבואר 10, 2012 12:15 pm
פרייטאג פבואר 10, 2012 12:37 pm
טהור-עיניים האט געשריבן:נו, וואס גייט דא פאר, דארט איז דא א תקנה אז מען טאר נישט באריכטן אויף אייוועלט?
פארוואס לאזט זיך קיינער נישט הערן? אויב וועט איר זיך נישט לאזן הערן וועל איך זיין געצוואונגען בכבודי ובעצמי זיך אויפצוהייבן איין טאג און אריבערפארן אהין, אליינס באזוכן דעם שטעטל און זעהן מיט די אייגענע שתי ידים וואס דארט גייט פאר.
ראו הזהרנוכם.
פרייטאג פבואר 10, 2012 12:42 pm
דארפסמאן האט געשריבן:נאר עס איז רוהיג און ער קיין אויפשטיין פרי און גיין שלאפען פרי
פרייטאג פבואר 10, 2012 12:44 pm
פרייטאג פבואר 10, 2012 12:45 pm
שטארק זיך האט געשריבן:האניש מורא, אין מאנטיסעלאו איז אויך דא אן עירוב...
פרייטאג פבואר 10, 2012 12:45 pm
ניק ניק האט געשריבן:שטארק זיך האט געשריבן:האניש מורא, אין מאנטיסעלאו איז אויך דא אן עירוב...
אבער מ'איז נישט מוחה
פרייטאג פבואר 10, 2012 12:51 pm
שטארק זיך האט געשריבן:ניק ניק האט געשריבן:שטארק זיך האט געשריבן:האניש מורא, אין מאנטיסעלאו איז אויך דא אן עירוב...
אבער מ'איז נישט מוחה
נו פארדעם ציהט זיך ניק הכפול אריבער אהין צו...
זונטאג פבואר 12, 2012 2:12 am
ניק ניק האט געשריבן:דארפסמאן האט געשריבן:נאר עס איז רוהיג און ער קיין אויפשטיין פרי און גיין שלאפען פרי
פארדעם ציט מיך אהינצימופן, פון דער אנדערער זייט לאזט מיך מיין הארץ נישט איבערלאזן די פרומע אומ-פשרה-לאזע תורה'דיגע מאה שערים דאמעריקא.