דירות קריזיס אין וויליאמסבורג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

דריידל
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך יוני 07, 2017 2:02 pm

farshlufen האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אנשולדיגט ר' דריידל,יא, ע"פ הלכה איז דא אויף די אלע אויסגערעכנטע, גבולים וויפיל מ'מעג רעכענען.

וואס דרייסטי א קאפ, זאג מיר איינער וואס האט גבולים און פרעגט שאלות וויפול ער מעג טשארזשן.

מ'פרעגט ליידער נישט קיין שאלות, אבער די הלכה רוקט זיך נישט פון פלאץ.

א זאך וואס איז א דבר פשוט אז ס'איז מותר און מ'האט קיינמאל נישט געהערט אז מ' דארף דורכרעדן מיט א מורה הוראה, פרעגט מען נישט. די ווילסט דא מאכן כאילו ס'איז דא שאלות וואס מ'דארף פרעגן ביסטי מכובד צו גיין מברר זיין אויב ס'איז בכלל א שאלה פאר די הייסט אנדערע גיין פרעגן.

לאמיר הערן, וויפול איז מותר על פי הלכה צו טשארזשן פאר א דירה?
(נאר מיט א מקור)

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יוני 07, 2017 2:05 pm

זוכסט מקורות ביי עמי הארצים אויף אייוועלט
כלום אין רבנים בישראל???
א דירה הייסט בפשטות עפעס וואס איז חיי נפש, בפרט אויב מען איז גורם אז אנדערע זאלן אויך הייבן די פרייזן

איינער געדענקט די דרשה פון הרה"ג ר' שמעיה גר"ב זז"ג ביי די דירות-אסיפה?
אין קרית יואל קערט זיך א וועלט מיט 'דירה-תקנות', מה כל הרעש?, לויט אייך איז עס א דבר פשוט כביעותא בכותחא אז ס'יז נישט קיין שום חשש מען קען בעטן וויפיל ס'לאזט זיך
לעצט פאראכטן דורך ראספשע אום מיטוואך יוני 07, 2017 2:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך יוני 07, 2017 2:11 pm

אסאך מאל שטיי איך און איך שטוין ווי ווייט מען רעדט ארום און ארום און נישט צו די זאך ווייל אפילו אלע לענדלארדס זאלן אויפאיינמאל ווערן צדיקים, און זאלן אויפשטיין מיט א רוח טהרה אינדערפרי אז זיי גייען בעטן דאס ביליגסטע וואס זיי קענען אבי נישט צו דערלייגן איז די גאנצע הצלה נאר א שפיי אין וואסער, דער וואוקס פונעם ציבור בליעה"ר איז סאך סאך מער וויפיל דירות ס'איז איצט דא עוועילעבל,און קרקע דא איז דאך אזוי טייער פאר א היימישן מענטש מען קען דאס ניטאמאל באצאלן, איר האט געזען וואס ראבסקי צאלט פאר קאן עדיסאן? פופציג מעלאנעס פאר א פוסטע שטח נאך פארן ערשטן געפיילטן פערמיט, אויב נעמט ער א לאון וועט אים די קרקע אליין האבן געקאסט זעכציג מעלאנעס, קען מען מיט דעם קאמפיטן? אמת טייל אפיסעס וועלן האבן א וויא פון מאנהעטן, אבער דאס איז וואס מיר האבן "אין" די אידישע וויליאמסבורג, די אלע וואס שרייען רשעים לענדלארדס וכו', קען זיין ס'איז אמת, אבער דער זעלבער שפייעכטץ און טינט אדער פינגער קלאפעכץ אויפן קיבארד וואס גייט אוועק מיט רויעך ווייל איר קענט סיי ווי גאנישט אויפטון, חוץ אויב איר ווייסט וויאזוי צו עקסטענדן קרקע צען מאל די סייז, נוצט עס אויס אויף צו זאגן דעם אמת'דיגן איינציגן סאלושען, אויב משיח קומט נישט שוין מופט אוועק פון ברוקלין, ! אבער וואס קען מען טון ? אריין אין מאמעס פארטוך אשכול
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דריידל
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך יוני 07, 2017 2:13 pm

דריידל האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
וואס דרייסטי א קאפ, זאג מיר איינער וואס האט גבולים און פרעגט שאלות וויפול ער מעג טשארזשן.

מ'פרעגט ליידער נישט קיין שאלות, אבער די הלכה רוקט זיך נישט פון פלאץ.

א זאך וואס איז א דבר פשוט אז ס'איז מותר און מ'האט קיינמאל נישט געהערט אז מ' דארף דורכרעדן מיט א מורה הוראה, פרעגט מען נישט. די ווילסט דא מאכן כאילו ס'איז דא שאלות וואס מ'דארף פרעגן ביסטי מכובד צו גיין מברר זיין אויב ס'איז בכלל א שאלה פאר די הייסט אנדערע גיין פרעגן.

לאמיר הערן, וויפול איז מותר על פי הלכה צו טשארזשן פאר א דירה?
(נאר מיט א מקור)

זוכסט מקורות ביי עמי הארצים אויף אייוועלט
כלום אין רבנים בישראל???
א דירה הייסט בפשטות עפעס וואס איז חיי נפש, בפרט אויב מען איז גורם אז אנדערע זאלן אויך הייבן די פרייזן

איינער געדענקט די דרשה פון הרה"ג ר' שמעיה גר"ב זז"ג ביי די דירות-אסיפה?

איך גיי נישט יעצט דורכלערנען די סוגיא פון חיי נפש. א זאך וואס איז קיינמאל נישט געווען קיין שאלה ווערט נישט קיין ספק ווייל עפעס א כולל יונגערמאן האט געלערנט די סוגיא אין ב"ב.
כל המשנה ידיו על התחתונה ביז די ברענגסט א קלארע פסק פון א רב פארקערט
תקנת העיר איז א צווייטע זאך. דאס איז עפעס וואס מ'קען מאכן אפילו אויב די הלכה פארלאנגט נישט, פונקט ווי חתונה תקנות

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יוני 07, 2017 2:14 pm

האנישט אזוי רחמנות אויף ראבער-סקי
צו פארן קיין פולין מיט זיינע כולל יונגעלייט פאר 300 אלפים האט ער נישט געקארגט ב"ה, והדברים ידועים. ...
דער בנין פון קאן עדיסאן גייט גיין פאר טבין ותקילין, נישט פאר אחינו בני ישראל!

הער דריידל
איך האב דיר געברענגט א פסק פון מער ווי איין רב בישראל
הרה"ג ר' שמעיה איז אייך נישט רעלעוואנט? די קרית יואל'ע רבנים זענען ביי אייך כקליפת השום?

דער היתר פון וואס איז רעדט איז א ודאי דער באקאנטער היתר פון 'עבר ושנה נעשה לו כהיתר'...
מען דארף נאר נאך פרעגן דעם דיין נאר איין שאלה אין הלכות ברכות הפירות, וועלכע ברכה מען מאכט ווען מען טרונקט אידיש בלוט ....

דריידל
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך יוני 07, 2017 2:17 pm

[image][/image]
ראספשע האט געשריבן:האנישט אזוי רחמנות אויף ראבער-סקי
צו פארן קיין פולין מיט זיינע כולל יונגעלייט פאר 300 אלפים האט ער נישט געקארגט ב"ה, והדברים ידועים. ...
דער בנין פון קאן עדיסאן גייט גיין פאר טבין ותקילין, נישט פאר אחינו בני ישראל!

הער דריידל
איך האב דיר געברענגט א פסק פון מער ווי איין רב בישראל
הרה"ג ר' שמעיה איז אייך נישט רעלעוואנט? די קרית יואל'ע רבנים זענען ביי אייך כקליפת השום?

די האסט געפרעגט אויב איינער האט די דרשה פון ר' שמעי'; האסט נישט געברענגט קיין שום פסק.

לשיטתך, פארוואס דארף מען מאכן וואלן אויף די קרית יואלע תקנות? זאלן די רבנים ארויסקומען מיט א פסק הלכה? און פארוואס הייסט עס תקנת בני העיר און נישט א הלכה?

נאר די הלכה זאגט אז בני העיר קענען מאכן תקנות און ווילאנג ס' נישטא קיין תקנות איז נישטא קיין לימיט וויפול מ'מעג בעטן

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יוני 07, 2017 2:19 pm

שפיל מיר נישט יעצט בת היענה געים
מען האט יא געשריבן בנוגע הלכה, סיי אין קרית יואל און סיי ביי די דירות אסיפה אין וומבס"ג
אז דו ווילסט וויסן קענסטו וויסן
אבער מה אעשה לך, אז דו האסט אפגעמאכט אז 'סי'ז נישט קיין שום שאלה ס'יז מותר לכתחלה בלי שום חשש'....

איך וואלט אייך מציע געווען פארקערט
ברענג מיר א לענדלארד וואס האט געפרעגט א דיין בעפאר וויפיל ער מעג בעטן......
לעצט פאראכטן דורך ראספשע אום מיטוואך יוני 07, 2017 2:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » מיטוואך יוני 07, 2017 2:20 pm

ראספשע האט געשריבן:האנישט אזוי רחמנות אויף ראבער-סקי
צו פארן קיין פולין מיט זיינע כולל יונגעלייט פאר 300 אלפים האט ער נישט געקארגט ב"ה, והדברים ידועים. ...
דער בנין פון קאן עדיסאן גייט גיין פאר טבין ותקילין, נישט פאר אחינו בני ישראל!

ער האט נישט רחמנות אויף ראבסקי, ער האט רחמנות, אויף מיך, דיך, ועוד ועוד, וועלכע זיצן דא בעמק הבכא, און שעלטן די גאנצע וועלט אז זיי צאלן טייער רענט פאר פיצעלע לעכלעך, בעוד וואס ס'איז דא כהיום פילע אפציעס וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם פלאנטער, און צוליב נארישע אדער פוילע תירוצים, זיצט מען ווייטער דא במקום שהתפללו בו אבותי...

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יוני 07, 2017 2:23 pm

ווערעצקי האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:האנישט אזוי רחמנות אויף ראבער-סקי
צו פארן קיין פולין מיט זיינע כולל יונגעלייט פאר 300 אלפים האט ער נישט געקארגט ב"ה, והדברים ידועים. ...
דער בנין פון קאן עדיסאן גייט גיין פאר טבין ותקילין, נישט פאר אחינו בני ישראל!

ער האט נישט רחמנות אויף ראבסקי, ער האט רחמנות, אויף מיך, דיך, ועוד ועוד, וועלכע זיצן דא בעמק הבכא, און שעלטן די גאנצע וועלט אז זיי צאלן טייער רענט פאר פיצעלע לעכלעך, בעוד וואס ס'איז דא כהיום פילע אפציעס וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם פלאנטער, און צוליב נארישע אדער פוילע תירוצים, זיצט מען ווייטער דא במקום שהתפללו בו אבותי...

אייער טענה איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אלע צדדים פריער, א שאד איבער צוקייען

דריידל
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך יוני 07, 2017 2:30 pm

ראספשע האט געשריבן:שפיל מיר נישט יעצט בת היענה געים
מען האט יא געשריבן בנוגע הלכה, סיי אין קרית יואל און סיי ביי די דירות אסיפה אין וומבס"ג
אז דו ווילסט וויסן קענסטו וויסן
אבער מה אעשה לך, אז דו האסט אפגעמאכט אז 'סי'ז נישט קיין שום שאלה ס'יז מותר לכתחלה בלי שום חשש'....

איך וואלט אייך מציע געווען פארקערט
ברענג מיר א לענדלארד וואס האט געפרעגט א דיין בעפאר וויפיל ער מעג בעטן......

איך האב גארנישט אפגעמאכט. אזוי פירט מען זיך אלע יארן זייט איך געדענק און כ'האב קיינמאל נישט געהערט אז מ'דארף פרעגן א שאלה פון א דיין פאר מ'מאכט אפ א פרייז. די ווילסט איינפירן נייע גזירות, איז עליך להביא ראי'. קוקט אויס אז די ווילסטיך ארויסדרייען פון ענטפערן און דאך בלייבן מיט די לעצטע ווארט. כ'על עס דיר נאכגעבן

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך יוני 07, 2017 2:37 pm

ראספשע האט געשריבן:האנישט אזוי רחמנות אויף ראבער-סקי
צו פארן קיין פולין מיט זיינע כולל יונגעלייט פאר 300 אלפים האט ער נישט געקארגט ב"ה, והדברים ידועים. ...
דער בנין פון קאן עדיסאן גייט גיין פאר טבין ותקילין, נישט פאר אחינו בני ישראל!....

איך ברענג ארויס אז לאמיר שוין זאגן אז ער דארף יא געבן דעם פלאץ יעצט פאר ביליג פאר אחינו בני ישראל, לו יהא אז ער דאף להלכה יעצט דערלייגן דרייסיג מעלאנעס אויפן געשעפט, (האניש מורא, סוועט קיינמאל נישט געשען) אבער ווער וועט לכתחלה טון אזא זאך פון יעצט און ווייטער, דאס מיין איך צו זאגן, עס איז נישט דא קיין ברירה פארן צרות הכלל, במילא יחידים קענען האבן גוטע לענדלארדס, אבער הונדערטער אינגעלייט וואוינען יעצט מיט גרויסע משפחות אין לעכער, הונדערטער קומען צו יעדעס יאר, ס'איז פשוט "נישטא" די מעגליכקייט פאר פראפערטיס וואס מיר קענען נאכדעם באצאלן די רענט, פינטל פינטל פינטל,
לאמיר נעמען א משל די מילעך וואס מ'האלט דא אין איין ברענגען, אויב צו קויפן א קי זאל קאסטן הונדערט אלפים, אפילו ווען די קאמפאני וואס האט שוין די קיען און זיי זאלן קענען פארקויפן ווייטער פאר די געהעריגע פרייז ( וואס זיי וואלטן נישט געטון אין אזא פאל) און אלע רבנים זאלן שרייען אז א באטל מילך טאר נישט קאסטן מער פון דריי דאללער ווייל ס'איז חיי נפש, ווייסט וואס וואלט געשען? די עקזיסטירנדע קיען וועלן צוביסלעך אויסשטארבן, דער ציבור וואקסט און דארף נאך מילעך, ס'וועט ווערן א שארט, דער עושר וועט טרעפן א וועג צו באקומען מילך אפילו פאר פופציג דאללער א באטל, אונטערן טיש וכדו', און דו וועסט קענען שרייען רשעים, אויפן העכסטן קול.
וואס איז יא די עצה, אדער אריין צו ברענגען קיען פון ערגעץ אדער צו פראדוצירן ציגן מילך סינטעטישע מילך ועוד, איי מיין מאמע האט געזאגט ס'איז נישט אזוי גוט און נישט אזוי געשמאק? וואס קענסטו טון? אבער אויב ווילסטו העלפן רעד און טו צו די זאך נישט שריי רשעים, ס'וועט נישט געבוירן ווערן אזוי קיין קיען און ס'וועט נישט אנקומען אזוי קיין דירות!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יוני 07, 2017 2:40 pm

דא האט מען גערעדט איבער מפקיע זיין שערים ביי דירות:

viewtopic.php?f=98&t=21993

הער לעבעדיגער בערל
ערשטנס, איך האב נישט געשריגן 'רשעים'...
צווייטנס, נו, ווער טאקע זענען געווען די נחשונים צו הייבן די פרייזן אין וומבס"ג???........ [יא יא, מיין זכרון ארבעט נאך אביסל, האסט דערמאנט א נאמען..., יא אבער יעצט שרייט ער קאזאק הנגזל... מארקעט פרייז..., און ער איז כהיום כמעט דער העכסטער 'פראנט-ראנער' אין דירות פרייזן]
דריטנס, דארף מען טאקע מאכן א גרויסן כינוס, און דארט וועט מען אויס שמועסן אלע צדדים..

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך יוני 07, 2017 2:49 pm

ראספשע האט געשריבן:דא האט מען גערעדט איבער מפקיע זיין שערים ביי דירות:

viewtopic.php?f=98&t=21993

הער לעבעדיגער בערל
ערשטנס, איך האב נישט געשריגן 'רשעים'... נישט דוקא דו, סיי ווער ס'שרייט, און כ'זאג נישט ס'איז נישט אמת איך זאג נאר ס'וועט נישט העלפן
צווייטנס, נו, ווער טאקע זענען געווען די נחשונים צו הייבן די פרייזן אין וומבס"ג???........ [יא יא, מיין זכרון ארבעט נאך אביסל, האסט דערמאנט א נאמען..., יא אבער יעצט שרייט ער קאזאק הנגזל... מארקעט פרייז..., און ער איז כהיום כמעט דער העכסטער 'פראנט-ראנער' אין דירות פרייזן] טענות וועט נישט העלפן, אבער קיין שום איד איז נישט שולדיג אין די "כלליות'דיגע" פרייזן פון די וויליאמסבורגע מארקעט, דאס האט צוטון מיט אן א שיעור זאכן ובעיקר אז מען איז א שפאן פון מאנהעטן, און מיט נידריגע קריים דארף א גוי זיין משוגע נישט צו קויפן /דינגען דא פאר פערטל פרייז פון מאנהעטן, וואס מיר קענן דאס נישט באצאלן
דריטנס, דארף מען מאכן א גרויסן כינוס, און דארט וועט מען אויס שמועסן אלע צדדים..
שמועסן פון צדדים וועט נישט העלפן, שטורעמען מ'דארף מופן, בין איך דער ערשטער און כ'טו עס שוין "מיט הצלחה" כמעט צען יאר אויף אייוועלט, דא איז מיין בארקאלעיס און איך שריי ביז כ'ווער הייזעריג יעדע שטיק צייט, ווען איך ווער צוריק ביי די כוחות שריי איך נאכאמאל און נאך העכער, און כ'מוז אייך זאגן, מ'הערט עס, נישט גענוג שארף און קלאר, אבער, יעדן טאג מער, והמציאות יוכיח!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יוני 07, 2017 2:51 pm

די וומבס"ג יענטעס, באס-סטאפ ווארטערינס, לייענען נישט קיין אייוועלט ....

געדענקסט נאך
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

תגובהדורך געדענקסט נאך » מיטוואך יוני 07, 2017 2:53 pm

דריידל האט געשריבן:[image][/image]
ראספשע האט געשריבן:האנישט אזוי רחמנות אויף ראבער-סקי
צו פארן קיין פולין מיט זיינע כולל יונגעלייט פאר 300 אלפים האט ער נישט געקארגט ב"ה, והדברים ידועים. ...
דער בנין פון קאן עדיסאן גייט גיין פאר טבין ותקילין, נישט פאר אחינו בני ישראל!

הער דריידל
איך האב דיר געברענגט א פסק פון מער ווי איין רב בישראל
הרה"ג ר' שמעיה איז אייך נישט רעלעוואנט? די קרית יואל'ע רבנים זענען ביי אייך כקליפת השום?

די האסט געפרעגט אויב איינער האט די דרשה פון ר' שמעי'; האסט נישט געברענגט קיין שום פסק.

לשיטתך, פארוואס דארף מען מאכן וואלן אויף די קרית יואלע תקנות? זאלן די רבנים ארויסקומען מיט א פסק הלכה? און פארוואס הייסט עס תקנת בני העיר און נישט א הלכה?

נאר די הלכה זאגט אז בני העיר קענען מאכן תקנות און ווילאנג ס' נישטא קיין תקנות איז נישטא קיין לימיט וויפול מ'מעג בעטן

מ'דארף מאכן וואלן ווייל ליידער ליידער פסק הלכה העלפט נישט קיין סאך, בפרט אין ריעל עסטעיט (גרויס געלט) ענינים, סוגיות ד'ארטיסטן יוכיח !...
פארוואס הייסט עס תקנת העיר, איז דאך ידוע דער ווערטל/מעשה ( איך ווייס נישט גענוי ווערט עס ווייסט ווערט געבעטן מיך צו פארעכטן ) אז א רב איז געקומען אין א שטאט אין האט געהייסן אריינשרייבן די עשרת הדברות אין דעם פנקס הקהלה צווישען די אנדערע תקנות וואס שטייט דארט ווייל אזוי איז דא א גרעסערע שאנס אז מ'וועט עס אויספאלגן ...וד"ל

געדענקסט נאך
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

תגובהדורך געדענקסט נאך » מיטוואך יוני 07, 2017 3:00 pm

lebediger berel האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:דא האט מען גערעדט איבער מפקיע זיין שערים ביי דירות:

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=98&t=21993

הער לעבעדיגער בערל
ערשטנס, איך האב נישט געשריגן 'רשעים'... נישט דוקא דו, סיי ווער ס'שרייט, און כ'זאג נישט ס'איז נישט אמת איך זאג נאר ס'וועט נישט העלפן
צווייטנס, נו, ווער טאקע זענען געווען די נחשונים צו הייבן די פרייזן אין וומבס"ג???........ [יא יא, מיין זכרון ארבעט נאך אביסל, האסט דערמאנט א נאמען..., יא אבער יעצט שרייט ער קאזאק הנגזל... מארקעט פרייז..., און ער איז כהיום כמעט דער העכסטער 'פראנט-ראנער' אין דירות פרייזן] טענות וועט נישט העלפן, אבער קיין שום איד איז נישט שולדיג אין די "כלליות'דיגע" פרייזן פון די וויליאמסבורגע מארקעט, דאס האט צוטון מיט אן א שיעור זאכן ובעיקר אז מען איז א שפאן פון מאנהעטן, און מיט נידריגע קריים דארף א גוי זיין משוגע נישט צו קויפן /דינגען דא פאר פערטל פרייז פון מאנהעטן, וואס מיר קענן דאס נישט באצאלן
דריטנס, דארף מען מאכן א גרויסן כינוס, און דארט וועט מען אויס שמועסן אלע צדדים..
שמועסן פון צדדים וועט נישט העלפן, שטורעמען מ'דארף מופן, בין איך דער ערשטער און כ'טו עס שוין "מיט הצלחה" כמעט צען יאר אויף אייוועלט, דא איז מיין בארקאלעיס און איך שריי ביז כ'ווער הייזעריג יעדע שטיק צייט, ווען איך ווער צוריק ביי די כוחות שריי איך נאכאמאל און נאך העכער, און כ'מוז אייך זאגן, מ'הערט עס, נישט גענוג שארף און קלאר, אבער, יעדן טאג מער, והמציאות יוכיח!

ר' בערל איר זענט גערעכט אז מ'דארף מופן אויב מ'קען, די מציאות איז אבער אז א ריזן חלק שטאט קען נישט (אדער איז זייער שווער ) מופן מחמת טויזענט סיבות, אין מ'ווערט אויפגעגעסן פון אפאר נידריגע בלוט זויגערס (וואס טרינקן אונזער כשר בלוט עפ"י הלכה... זיי מעגן דאך...) ממילא שרייט מען ! אמת מ'קען גארנישט טון אבער "ווען ס'טוט וויי שרייט מען "

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך יוני 07, 2017 3:13 pm

ס'קען זיין געפיליש, אבער נישט לאגיש, ליין איבער וואס כ'האב געשריבן, ווען מ'ניצט די זעלבע עפארט און ענערדזשי צו טון צו די זאך אנשטאט צו שרייען וואלטן מענטשן געהאלפן געווארן, יעצט טייפענדיג טראכט איך אריין נאך טיפער, ווייל מ'רעדט זיך איין אז אויב מ'וועט קענען גענוג שרייען און קאנווינסן לענדלארדס צו ווערן אויס בלוט זויגערס וועט דער כלל האבן א ישועה, ס'איז אבער נישט אמת, ווייל סאיז פשוט נישטא די פראפערטי, ארום וויליאמסבורג איז אלעס משוגע טייער, קוק קאן עדיסאן-ראבסקי, במילא טוט מען נישט צום זאך,
דאס וואס די שרייבסט א ריזן חלק פון שטאט קען נישט מופן, ס'איז נישט אמת א ריזן חלק וויל נישט מופן, און א פיצעלע חלק קען נישט, ס'איז שווער, אמת, אבער לעבן אין א לאך איז לענ"ד שווערער, אדער זיך פאר'חובות'ן יעדן חודש עקסטער, געדענק "רוב ציבור קען נישט באקומען קיין דירה אפילו אלע לענדלארדס ווערן צדיקים גמורים" ס'וועט העלפן פאר אפאר מענטשן אבער דו ווייסט ווי גרויס דער פארלאנג איז? האסט געזען די חתונות, די ברית'ן אין די קדישים, ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יוני 07, 2017 3:14 pm

lebediger berel האט געשריבן:ס'קען זיין געפיליש, אבער נישט לאגיש, ליין איבער וואס כ'האב געשריבן, ווען מ'ניצט די זעלבע עפארט און ענערדזשי צו טון צו די זאך אנשטאט צו שרייען וואלטן מענטשן געהאלפן געווארן, יעצט טייפענדיג טראכט איך אריין נאך טיפער, ווייל מ'רעדט זיך איין אז אויב מ'וועט קענען גענוג שרייען און קאנווינסן לענדלארדס צו ווערן אויס בלוט זויגערס וועט דער כלל האבן א ישועה, ס'איז אבער נישט אמת, ווייל סאיז פשוט נישטא די פראפערטי, ארום וויליאמסבורג איז אלעס משוגע טייער, קוק קאן עדיסאן-ראבסקי, במילא טוט מען נישט צום זאך,
דאס וואס די שרייבסט א ריזן חלק פון שטאט קען נישט מופן, ס'איז נישט אמת א ריזן חלק וויל נישט מופן, און א פיצעלע חלק קען נישט, ס'איז שווער, אמת, אבער לעבן אין א לאך איז לענ"ד שווערער, אדער זיך פאר'חובות'ן יעדן חודש עקסטער, געדענק "רוב ציבור קען נישט באקומען קיין דירה אפילו אלע לענדלארדס ווערן צדיקים גמורים" ס'וועט העלפן פאר אפאר מענטשן אבער דו ווייסט ווי גרויס דער פארלאנג איז? האסט געזען די חתונות, די ברית'ן אין די קדישים, ?

ריכטיגע רייד
קלעב עס ארויף אינדרויסן פון די חדר באסעס, אזוי אז אלע יאכנעס זאלן עס זעהן...

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך יוני 07, 2017 3:18 pm

ראספשע האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:ס'קען זיין געפיליש, אבער נישט לאגיש, ליין איבער וואס כ'האב געשריבן, ווען מ'ניצט די זעלבע עפארט און ענערדזשי צו טון צו די זאך אנשטאט צו שרייען וואלטן מענטשן געהאלפן געווארן, יעצט טייפענדיג טראכט איך אריין נאך טיפער, ווייל מ'רעדט זיך איין אז אויב מ'וועט קענען גענוג שרייען און קאנווינסן לענדלארדס צו ווערן אויס בלוט זויגערס וועט דער כלל האבן א ישועה, ס'איז אבער נישט אמת, ווייל סאיז פשוט נישטא די פראפערטי, ארום וויליאמסבורג איז אלעס משוגע טייער, קוק קאן עדיסאן-ראבסקי, במילא טוט מען נישט צום זאך,
דאס וואס די שרייבסט א ריזן חלק פון שטאט קען נישט מופן, ס'איז נישט אמת א ריזן חלק וויל נישט מופן, און א פיצעלע חלק קען נישט, ס'איז שווער, אמת, אבער לעבן אין א לאך איז לענ"ד שווערער, אדער זיך פאר'חובות'ן יעדן חודש עקסטער, געדענק "רוב ציבור קען נישט באקומען קיין דירה אפילו אלע לענדלארדס ווערן צדיקים גמורים" ס'וועט העלפן פאר אפאר מענטשן אבער דו ווייסט ווי גרויס דער פארלאנג איז? האסט געזען די חתונות, די ברית'ן אין די קדישים, ?

ריכטיגע רייד
קלעב עס ארויף אינדרויסן פון די חדר באסעס, אזוי אז אלע יאכנעס זאלן עס זעהן...

שכח ראספשע, איך קלעב עס אויף מיין קיבארד, און אסאך יאכנעס טרעפן עס איך ווייס נישט וויזוי?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך יוני 07, 2017 3:39 pm

רבי בערל.
אבסאלוטלי גערעכט, און הונדערטער משפחות מיט אן אפענעם דיאלאג צווישן מאן-ווייב האבן שוין געמאכט דעם חשבון, און זינען מער ווי צופרידן

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך יוני 07, 2017 4:44 pm

אן אריינגיין אין די געשלעגן דא, וויל איך נאר אנמערקן א קליינעם חילוק פון קרית יואל ביז וויליאמסבורג.

אין אראנדזש קאונטי איז די מארקעט נארמאל און פארהאלטנמעסיג, אבער וויבאלד דארט געפונען זיך היימישע משפחות וואס ווילן וואוינען צווישן אידן האבן די דעוועלאופערס און לאנד פארקויפערס געהויבן די פרייזן, דאס מיינט געמאלקן ווייל ס'איז פאר היימישער אידן.

אין וויליאמפעסט והגלילות איז די מעשה אנדערש, איך פיר מיר נאכצוקוקן כסדר די טרענסעקשאנס אין ברוקלין דורך דער 'ריעל דיעל' אויסגאבע, דער מארקעט איז משונה'דיג הויעך, ווען איינער גייט בויען פאר אידן און פארקויפט דאס פאר אונטער דעם אלגעמיינעם מארקעט פרייז קומט אים א קיש אין באק.

דברים אלו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך יוני 07, 2017 5:07 pm

בראדוועי טרייענגל האט ראבסקי געקויפט פאר 10 מיליון דולר און ער גייט דארט בויען ארום טויזענט דירות פלאס געשעפטן סטארס וכדומה
פאר טאפ טאפ פרייז

עקיבא הערש קליין האט געצאלט פאר שכונות ויואל משה 100 מיליון דולר און ער גייט בויען 1850 דירות פאר ביליגע פרייזן

יחי ההבדל

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך יוני 07, 2017 5:11 pm

ר' בערל!

איך ווער יעדע מאל עקסטער נתפעל פון דיינע ריכטיגע דיבורים!
ס'איז די גרעסטע שטאפל פון מצות צדקה צו העלפן יענעם זיך שטעלן אויף די פיס, אמת אז ס'איז טאקע זייער ביטער דער מצב וויאזוי אינגעלייט פלאגן זיך אין וויליאמסבורג, אבער וויפיל מען זאל נאר פרובירן צו דרייען איז באמת נישט פארהאן קיין אנדערע עצה נאר פראסט און פשוט צו פארלאזן דעם מקום, ס'איז פון די טייערסטע ריעל עסטעיט אויפן כדור הארץ און אפילו מיטן בעסטן ווילן גייט עס עפ"י דרך הטבע נישט ביליגער ווערן.

כה לחי פאר דיין אנטשלאסענקייט צו מעורר זיין דעם ציבור כסדר מיט דיין גוטן שריפט, קיפ איט קאמינג!

זעה נאר צו מאכן די אותיות אויף דיין קיבארד אביסל גרעסער, אפשר וועט עס דערגרייכן צו נאך אפאר יאכנעס.....

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יוני 07, 2017 5:13 pm

כ'האב פארגעסן צי צילייגן
די יאכנעס אין וומבס"ג ליינען אויך נישט 'ריעל דיעל'......

בּרזל
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » זונטאג יוני 18, 2017 4:51 pm

אין ווייטער׳דיגע באריכטן (קרעדיט: קול מבשר) וואס מ׳האמיר ערווענט דא

viewtopic.php?p=1451855#p1451855

א חוץ וואס די צוויי בעדרום האלט אן די גליטש, האט זיך די פיר בעדרום אויך א שאקל געטון...
צוגעלייגטע
Rent.png
Rent.png (76.27 KiB) געזעהן 1305 מאל

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט