דירות קריזיס אין וויליאמסבורג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

רעסטאראנט
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג יוני 06, 2017 7:17 pm

געדענקסט נאך האט געשריבן:
moneyMINDED האט געשריבן:ווער לאזט דיר נישט מופען ? פונקט געהערט פון זאך קענערס די ציפערען אז אויף דען זומער סיזאן מופן אוועק איבער 100 משפחות פון וויליאמסבורג ברוך השם


לא זכיתי להבין די טענה ווער לאזט דיך נישט מופן !!!
1) ס'דא צענדליגער אידן וואס קענען נישט מופן מחמת כמה וכמה סיבות, צו פרנסה, צו אנדערע סיבות
2) לאמיר זאגן ס'איז סתם אזא שוואכקייט צו וומסב"ג אדער צו די סיטי וואס לאזט מיך נישט מופן, איז ווייל איך קען מופן אין איך מוף נישט מעגסטו מיך אויסרייסן די טאש ???
אין אנדערע ווערטער דער אנגעפאשעטער געלט פרעסער ניצט אויס די שוואכקייט צו ווערן רייך אויף די חשבון פון די פאר (טויזענטער) שוואכע מענטשען


פרנסה איז נישט קיין תירוץ לכאורה וועגן טויזענטער יודן אינקלודעד גרויסע מיליאנערן היימישע עשירים פארן יעדן איינציגען טאג שוין פאר 20 אדער 30 יאר יעדן טאג באלד 3 שעה צו דער ארבעט מיט א באס אדער א קאר

און וועגן סאיז דיר באקוועם ,דארפסטו איינקלאפען אין מוח וואס טויזענטער יודן טיען שוין 10 אדער 15 יאר אז זיי לעבן איןמדי מציאות אין זיי האבן געמאכט א חשבון אז די שטאט וויליאמסבורג צו בארא פארק איז נישט פאר זיי און זיי קענען זיך נישט עס ערלויבן און אוועקגעמופט

די טענה פון רייסן טאשען און אנדערע וויינינדיגע קינדערישע זאכן גייט דיר נישט העלפן מיט די מציאות אז די שטאט איז זייער טייער און באקומסט לעכער ,דאס איז נישט ניי נאר שוין 15 יאר אזוי נאר די מצב ווערט ערגער און ערגער

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג יוני 06, 2017 7:58 pm

זבחי צדק האט געשריבן:דארף מען איבער דרייען די יוצרות...

מען זאל בעטן די ארץ ישראל'דיגע זאלן מאכן א כינוס לטובת די ברוקלינע
און די דעוועלאפערס און לענדלארס פון אמעריקא וועלן לייגן דרוק, אז דער עצרת 'דארטן' זאל נישט צישטאנד קומען......

זיי ברויכן דאך גוטע אדרעסן אין אמעכיקע ווען זיי קומען זאמלען חתונה צו מאכן און קויפן א דירה אין ארץ ישראל...

דריידל
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג יוני 06, 2017 8:25 pm

געדענקסט נאך האט געשריבן:
moneyMINDED האט געשריבן:ווער לאזט דיר נישט מופען ? פונקט געהערט פון זאך קענערס די ציפערען אז אויף דען זומער סיזאן מופן אוועק איבער 100 משפחות פון וויליאמסבורג ברוך השם


לא זכיתי להבין די טענה ווער לאזט דיך נישט מופן !!!
1) ס'דא צענדליגער אידן וואס קענען נישט מופן מחמת כמה וכמה סיבות, צו פרנסה, צו אנדערע סיבות
2) לאמיר זאגן ס'איז סתם אזא שוואכקייט צו וומסב"ג אדער צו די סיטי וואס לאזט מיך נישט מופן, איז ווייל איך קען מופן אין איך מוף נישט מעגסטו מיך אויסרייסן די טאש ???
אין אנדערע ווערטער דער אנגעפאשעטער געלט פרעסער ניצט אויס די שוואכקייט צו ווערן רייך אויף די חשבון פון די פאר (טויזענטער) שוואכע מענטשען


לענדלארד וויל רייסן נישט קיין טאשן; זיי לאזן יעדעם גיין ווי זיי ווילן. אפילו ווען ס'איז טאקע נישטא קיין פלאץ ווי צו גיין, איז א לענדלארד בארעכטיגט צו פארדינגן זיין דירה פאר דער וואס צאלט די מערסטע. כ"ש וב"ב של כ"ש ווען ס'איז דא א מעגליכקייט אוועקצומופן און די טיסט עס נישט ווייל ס'איז דיר אומבאקוועם, מעג ער זיך אויך באקוועם מאכן און בעטן וויפול עס לאזט זיך

נודה לך
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג יוני 06, 2017 9:18 pm

כך הוא דעת בעל הבית, וכמדומה זה היפוך דעת תורה
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

געדענקסט נאך
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

תגובהדורך געדענקסט נאך » מיטוואך יוני 07, 2017 10:51 am

דריידל האט געשריבן:
געדענקסט נאך האט געשריבן:
moneyMINDED האט געשריבן:ווער לאזט דיר נישט מופען ? פונקט געהערט פון זאך קענערס די ציפערען אז אויף דען זומער סיזאן מופן אוועק איבער 100 משפחות פון וויליאמסבורג ברוך השם


לא זכיתי להבין די טענה ווער לאזט דיך נישט מופן !!!
1) ס'דא צענדליגער אידן וואס קענען נישט מופן מחמת כמה וכמה סיבות, צו פרנסה, צו אנדערע סיבות
2) לאמיר זאגן ס'איז סתם אזא שוואכקייט צו וומסב"ג אדער צו די סיטי וואס לאזט מיך נישט מופן, איז ווייל איך קען מופן אין איך מוף נישט מעגסטו מיך אויסרייסן די טאש ???
אין אנדערע ווערטער דער אנגעפאשעטער געלט פרעסער ניצט אויס די שוואכקייט צו ווערן רייך אויף די חשבון פון די פאר (טויזענטער) שוואכע מענטשען


לענדלארד וויל רייסן נישט קיין טאשן; זיי לאזן יעדעם גיין ווי זיי ווילן. אפילו ווען ס'איז טאקע נישטא קיין פלאץ ווי צו גיין, איז א לענדלארד בארעכטיגט צו פארדינגן זיין דירה פאר דער וואס צאלט די מערסטע. כ"ש וב"ב של כ"ש ווען ס'איז דא א מעגליכקייט אוועקצומופן און די טיסט עס נישט ווייל ס'איז דיר אומבאקוועם, מעג ער זיך אויך באקוועם מאכן און בעטן וויפול עס לאזט זיך

אט פון די געפילן רעד איך, ווער זאגט ער מעג ? האסט אמאל געפרעגט א דיין די שאלה ?

דריידל
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך יוני 07, 2017 11:03 am

די גראסערי, שיך סטור, קליידער סטאר, ספרים סטאר, מצה בעקערי, בוטשער, זשולערי סטאר, חתונה זאל, דאקטאר, פארמאסי, לאיער, עקאנטענט, פלאמבער, עלעקטרישאן, צייטונגן, פלעי גרופ, שמש, ספרים פאקער, בית דין, השגחות, סופרים, מלמדים, פרייוועט טוטערס, מגידי שיעור, קעכער דארפן אויך פרעגן א שאלה וויפול זיי מעגן טשארזשן?
יעדער טשארזשט די מערסטע וואס מ'קען, אן קיין שאלות. וואס עפעס דארפן לענלארדס זיין אנדערש?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 07, 2017 11:09 am

אנשולדיגט ר' דריידל,יא, ע"פ הלכה איז דא אויף די אלע אויסגערעכנטע, גבולים וויפיל מ'מעג רעכענען.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יוני 07, 2017 11:12 am

דריידל
הלואי זאלן מלמדים, מגידי שיעור, קעכער, ספרים פאקער, טשארדזשן וויפיל זיי קענען.......

אלע טענות וועט אי"ה ווערן ברייט אויסגעשמועסט ביים גרויסארטיגן כינוס, וואס וועט [נישט] פארקומען
ברבבותינו.....

דריידל
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך יוני 07, 2017 11:24 am

farshlufen האט געשריבן:אנשולדיגט ר' דריידל,יא, ע"פ הלכה איז דא אויף די אלע אויסגערעכנטע, גבולים וויפיל מ'מעג רעכענען.


וואס דרייסטי א קאפ, זאג מיר איינער וואס האט גבולים און פרעגט שאלות וויפול ער מעג טשארזשן.

@ראספשע
לויט די כללים פון סופליי ענד דימענד באקומען מלמדים, מגידי שיעור, קעכער, ספרים פאקער וויפול זיי זענען ווערד. קיינער ארבעט נישט לשם מצוה און טאמער באקומט מען אן אפפער פאר מער ערגעץ אנדערש, וועלן זיי אהין גיין (חוץ אויב די אנדערע פאסטן האט אנדערע חסרונות).

ניס קראכער
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך יוני 07, 2017 11:28 am

דריידל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אנשולדיגט ר' דריידל,יא, ע"פ הלכה איז דא אויף די אלע אויסגערעכנטע, גבולים וויפיל מ'מעג רעכענען.


וואס דרייסטי א קאפ, זאג מיר איינער וואס האט גבולים און פרעגט שאלות וויפול ער מעג טשארזשן.

@ראספשע
לויט די כללים פון סופליי ענד דימענד באקומען מלמדים, מגידי שיעור, קעכער, ספרים פאקער וויפול זיי זענען ווערד. קיינער ארבעט נישט לשם מצוה און טאמער באקומט מען אן אפפער פאר מער ערגעץ אנדערש, וועלן זיי אהין גיין (חוץ אויב די אנדערע פאסטן האט אנדערע חסרונות).

סארי האסט אנגעכאפט א שלעכטע עקזעמפל
ווער ס'וויסט איז אין וומ"ס נישטא קיין סאך אינגעלייט וואס האלטן ביים ווערן מלמדים
מען פלאגט זיך געפערליך
אבער די פרייז איז קיינמאל נישט ארויף
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך יוני 07, 2017 11:31 am

דער אשכול פארקריכט, אבער צו זאגן דער פרייז איז קיינמאל נישט ארויף איז אבי גערעדט
אז מ'לעבט דערלעבט מען

Good
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

תגובהדורך Good » מיטוואך יוני 07, 2017 11:33 am

די קראקא בית דין האט נישט געלאזט
נא גוט...

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך יוני 07, 2017 11:38 am

אינטערסאנט.

דאכט זיך אז די נושא איז נאך קיינמאל פריער נישט געווארן אויסגעשמועסט אויף אייוועלט...

הערה בעלמא: אין בלומבערג וואוינען שוין קרוב צו 100 משפחות, און דזש. ס. אין די פופציגער, א גרויסע עולם אין לעיקוואד, און מאסן מענטשען מופן קיין מאנסי, און א ריזן מוף איז ערווארטעט קיין ק"י בקרוב.

איינער וואס עקשנ'ט זיך דוקא צו בלייבן אין ווילי, זאל קיינעם נישט באשולדיגן חוץ זעך.

Good
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

תגובהדורך Good » מיטוואך יוני 07, 2017 11:44 am

דו מיינסט אז פון קראקא האט מען נישט געקענט אוועקמופן?
נא גוט...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 07, 2017 11:55 am

דריידל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אנשולדיגט ר' דריידל,יא, ע"פ הלכה איז דא אויף די אלע אויסגערעכנטע, גבולים וויפיל מ'מעג רעכענען.


וואס דרייסטי א קאפ, זאג מיר איינער וואס האט גבולים און פרעגט שאלות וויפול ער מעג טשארזשן.


מ'פרעגט ליידער נישט קיין שאלות, אבער די הלכה רוקט זיך נישט פון פלאץ.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך יוני 07, 2017 11:57 am

Good האט געשריבן:דו מיינסט אז פון קראקא האט מען נישט געקענט אוועקמופן?

עס האט זיך נישט אזוי געמופט ווי היינט
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

Good
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

תגובהדורך Good » מיטוואך יוני 07, 2017 12:03 pm

עס האט זיך סאך גרינגער געמופט ווי היינט

מען איז נישט געווען קאנצענטרירט אין 3-4-5-6 אידישע געגענטן, פארקערט, די ברירות זענען געווען ענדלאז
נא גוט...

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך יוני 07, 2017 12:14 pm

Good האט געשריבן:דו מיינסט אז פון קראקא האט מען נישט געקענט אוועקמופן?

איך קעו נישט די מציאות פון קראקא בימים ההם, און איך פרוביר נישט צו דן זיין די הלכהדיגע אספעקט פון די נושא. (אויב דו האלטסט אז דו קענסט מוציא ממון זיין אויפן סמך פון די טענה זאלסטעך אוודאי נישט צוריקהאלטן)

איך זאג נאר, אז דו קענסט בלייבן גערעכט און שימפן, אדער האסטו די ברירה פון לעבן בהרחבת הדעת און נישט זיין אנגעווייטאגט אויף איד פאר די איינציגע חטא ער האט דיר פארדינגן א דירה פאר מארקעט פרייז (עפעס וואס איך גלייב אז דו אליינס וואלסט געטוהן במקומו)

געדענקסט נאך
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

תגובהדורך געדענקסט נאך » מיטוואך יוני 07, 2017 12:16 pm

El Rushbo האט געשריבן:אינטערסאנט.

דאכט זיך אז די נושא איז נאך קיינמאל פריער נישט געווארן אויסגעשמועסט אויף אייוועלט...

הערה בעלמא: אין בלומבערג וואוינען שוין קרוב צו 100 משפחות, און דזש. ס. אין די פופציגער, א גרויסע עולם אין לעיקוואד, און מאסן מענטשען מופן קיין מאנסי, און א ריזן מוף איז ערווארטעט קיין ק"י בקרוב.

איינער וואס עקשנ'ט זיך דוקא צו בלייבן אין ווילי, זאל קיינעם נישט באשולדיגן חוץ זעך.

מ'האמיר שוין אויבן געשריבן אז ס'איז אסאך אידן וואס קענען נישט מופן צוליב אנדערע סיבות, אין אפי' נישט ווערט זאגט אז מ'מעג רייך ווערן אויף יענעמס בלוט ?? לאמיר זען אז דער גראסערי פון דעם לענדלארד זאל אים בעטן 10$ פאר א באטל מילך אין זאגן דאס בעט איך אז די ווילסט קענסט גיין צו בינגא, ווילסט די באקוומליכקייט פון א קארנער גראסערי, ביסט פויל צו פארן אויף ב"פ, באצאל, איך מעג בעטן וויפל איך וויל, ניין ! יעדער פארשטייט ס'איז א געוואלדיגע עוולה, דאס הייסט אויסגענוצט יענעמס שוואכקייט (לאמיר זאגן אז נישט מופן איז א שוואכקייט פונעם ציבור), אמת איך דארף צוקומען צו דיר אבער דאס געבט נישט קיין היתר צו "בעטן וויפל איך וויל " !! איך רעדט נישט פון הלכה וואס לויט הלכה איז עס זיכער נישט אויסגעהאלטן, איך רעדט פון די (אידישע) געפיל (ס'דא איין תירוץ, ביזנעס קען מען נישט גיין מיט געפיל איי די תורה איז פונקט אזוי אקטועל אין ביזנעס....) אפי' די גוי פארשטייט אז הייבן א פרייז ווייל איך מוז צוקומען דערצו איז נישט אויסגעהאלטן, ברויט אין מילך קאנטרעלירט די רעגירונג ווייל מען זאל נישט קענען בעטן אין די וועלט אריין ווייל מ'האט נישט קיין ברירה, א קאר סערוויס וואס בעט מער צוליב א שניי איז איליגעל, איי די ווילסט קענסט וואקן צו די ארבעט, ווילסט א קאר, ווילסט זיין באקוועם, פעי פאר איט, ניין, אפי' דער גוי פארשטייט אז רייטן אויף יענעם איז נישט אויסגעהאלטן

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך יוני 07, 2017 12:32 pm

הרב געדענקסט נאך.

די מציאות איז, אז כמעט אלע לענדלארדס בעטן מארקעט פרייז פאר א דירה וואס איז יעצט גרייט צו פארדינגען, און רוב העכערן די שכירות ביים באנייען ליעס אויב די מארקעט פרייז גייט דראסטיש ארויף (ביי דעם פאל זעהט מען מערערע צדיקים וואס גייען נישט ארויף מיט די פרייז אבער -לדעתי- נאכאלץ א מיעוט)

במילא, פון ווייס איך אויב דו אלץ לענדלארד און דיין לענדלארד אלץ דיין טענעט וואלסטו דיך אנדערש אויפעפיהרט צו אים? איך גלייב אז דו וואלסט באלאנגט צו דעם איבערוויגענדן רוב. נו? וואספארא רעכט האסטו צו פארלאנגען א בעסערע באהאנדלונג? נאר ווייל דו ביזט אויף די אנדערע זייט טיש?

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יוני 07, 2017 1:25 pm

האבעך אין פלאן צו שרייבן א לאנגס און א ברייטס, איבער די טעמע
לענ"ד איז די גזירת הדירות אין וומבס"ג נישט ווייניגער ווי די גזירת הגיוס אין ארה"ק,
עס האט שוין מעביר געווען אומצאליגע יונגעלייט על דעתם ועל דעת קונם....

ועוד חזון למועד לכשאפנה אשנה

געדענקסט נאך
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

תגובהדורך געדענקסט נאך » מיטוואך יוני 07, 2017 1:30 pm

ראספשע האט געשריבן:האבעך אין פלאן צו שרייבן א לאנגס און א ברייטס, איבער די טעמע
לענ"ד איז די גזירת הדירות אין וומבס"ג נישט ווייניגער ווי די גזירת הגיוס אין ארה"ק,
עס האט שוין מעביר געווען אומצאליגע יונגעלייט על דעתם ועל דעת קונם....

ועוד חזון למועד לכשאפנה אשנה

הרב ראספאשע אדרבה אולי יחוס !! אייוועלט איז א שטארקע פלאטפארמע, איך מיין אז מען קען אויפשאקלן א וועלט דורך די פלאטפארמע
(לויט די תקנות המקום שטייטצך) אפשר וועט זיך שוין גרינדן עפעס א סארט יוניע"ן, Who Knows

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יוני 07, 2017 1:33 pm

אויב דו ווילסט איך זאל שרייבן נאר לויט די תקנות המקום, איז די גאנצע הארעוואניע אומזיסט
די חברה דא זענען אינטער געקויפט...
דער אמת מוז ארויף קומען, און דער רבוש"ע זאל זיך מרחם זיין ...
ווי אזוי האט יענער געטייטשט
אנעיים זמירות, די ארימעלייט זאלן זינגען, ועשירים אהרוג .....

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך יוני 07, 2017 1:49 pm

ראספשע האט געשריבן:אויב דו ווילסט איך זאל שרייבן נאר לויט די תקנות המקום, איז די גאנצע הארעוואניע אומזיסט
די חברה דא זענען אינטער געקויפט...
דער אמת מוז ארויף קומען, און דער רבוש"ע זאל זיך מרחם זיין ...
ווי אזוי האט יענער געטייטשט
אנעיים זמירות, די ארימעלייט זאלן זינגען, ועשירים אהרוג .....

די קלערסט אז דער אמת איז נישט אויפן אויבערפלאך?

דער אמת איז ווייטאגליך און גאר באקאנט. די שאלה איז אויב דו האסט א רעאליסטישע עצה דערצו, אויסער שרייבן תגובות אינעם בארק-וועלט צענטער?

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יוני 07, 2017 1:58 pm

El Rushbo האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:אויב דו ווילסט איך זאל שרייבן נאר לויט די תקנות המקום, איז די גאנצע הארעוואניע אומזיסט
די חברה דא זענען אינטער געקויפט...
דער אמת מוז ארויף קומען, און דער רבוש"ע זאל זיך מרחם זיין ...
ווי אזוי האט יענער געטייטשט
אנעיים זמירות, די ארימעלייט זאלן זינגען, ועשירים אהרוג .....

די קלערסט אז דער אמת איז נישט אויפן אויבערפלאך?

דער אמת איז ווייטאגליך און גאר באקאנט. די שאלה איז אויב דו האסט א רעאליסטישע עצה דערצו, אויסער שרייבן תגובות אינעם בארק-וועלט צענטער?

א ודאי האב איך אן עצה
מ'האט דאך שוין געשריבן
מען זאל מאכן א ריזיגע כינוס
וואסי? מיינסט א כינוס העלפט נאר אויף איזראעלי פראבלעמען?!
מען זאל הייערן דעם יעניגן וואס דרייט אן דעם כינוס יעצט [מען טאר דא נישט דערמאנען זיין נאמען, תקנות...], און ער וועט עס שוין דעליווערן
שלעכטע פלאן?
לעצט פאראכטן דורך ראספשע אום מיטוואך יוני 07, 2017 2:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט