דירות קריזיס אין וויליאמסבורג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14506
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

א הויז אין ווימס צו פארקויפען
https://m.trulia.com/property/325983738 ... n-NY-11249
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

הרב_שלום האט געשריבן:א הויז אין ווימס צו פארקויפען
https://m.trulia.com/property/325983738 ... n-NY-11249

ס'שטייט שוין פאר חדשים, ס'גייט נישט גיין פאר אזא פרייז. אפשר פאר האלב.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גראדע ניש קיין סאך אף, ס'איז ווערט כמעט אזויפיל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
בּרזל
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בּרזל »

מיין אויג איז געפאלן לעצטענס אויף די קלאסיפייד.

RR.png
RR.png (49.47 KiB) געזען 3771 מאל

איך שטעל מיך פאר אז ס׳איז ס״ה אראפּ פונ׳ם זיבעטן הימל צום זעקסטן, אבער נאר צו ליינען די ווערטער RENT REDUCED אויף א וומ״ס דירה האט שוין געהויבן ברעמען...
בּרזל
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בּרזל »

די זעלבע געדאנק:

קודם:
1.png
1.png (50.25 KiB) געזען 3769 מאל

דאן:
5-23.png
5-23.png (51.5 KiB) געזען 3769 מאל

יעצט:
5-25.png
5-25.png (56.57 KiB) געזען 3769 מאל


לאמיר זיך אראפזעצן און ווארטן ביז ס׳קומט אן צו 1000??

מערקט נאר אן אז די פיר בעדרום לא זזה ממקומה ליידער...
קאפ און אקסל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפ און אקסל »

געב עס א פאר טאג און די פיר בעדרום וועט אויך זיין פארנומען.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

היסטעריש אומגלויבלעך
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

וואס צאלט מען נישט צו האבן די לוקסוס פון אטעמען דיזעל רויך אגאנצן טאג, כל חפציך לא ישוו בה..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

וויפיל די צאלסט איין אזוי לאנג איז די ליעס. ממש נישט צום גלייבן. ווילסט א פיר יעריגע ליעס? צאל איין 192,000 $ און די ביסט פארזיכערט די נעקסטע פאר יאר
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

ער אפערט א פינף יעריגע ליעס אויך ברוב טובו

אזוי האב איך געהערט קראנט
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

גראדע ווייסעך איינערמ ווער ס'נעמט דארט א פיר בר דירה, פאר 4100!
כ'האב שיער גלאזט א טרער אויף יענעם, אבער כ'אמיך בארואיגט..... ער האט סעק' אכט... [איי ער קען דאך אזוינס האבן ערגעץ אנדערש, נאר פאר די שעיר וואס ער צאלט צו...]
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

שנאפס האט געשריבן:ער אפערט א פינף יעריגע ליעס אויך ברוב טובו

אזוי האב איך געהערט קראנט

איך וויס אויך קראנט, אפשר האט ער געטוישט זיין מיינד
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

What is the current average price per square foot in Williamsburg?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דריידל האט געשריבן::-(
farshlufen האט געשריבן:
2.65 עיקערס זאונד m3-1 אויף 500 קענט עוועניו צווישן דיוויזשאן און [תשליך] קליימער שטייט צו פארקויפן ביי קאן עדיסאן.

האפענטליך, דערנאך וואס קאן עד וועט פארדינען דערויף א שוה פרוטה וועלן זיי קענען אביסל נאכלאזן זייערע געשוואלענע פרייזן..



קאן עדיסאן האט געמארקעטעט די לאט אז מ'וועט עס טוישן פאר רעזידענשול. יעצט האט די סיטי געמאלדן אז מ'קען נישט רעזאנען און ס'בלייבט קאמערשעל

http://therealdeal.com/2016/11/14/city-opts-not-to-rezone-con-ed-site-in-wburg-for-resi/

ראבסקי איז אריין אין קאנטראקט אויף 500 קענט עוו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

farshlufen האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן::-(
farshlufen האט געשריבן:
2.65 עיקערס זאונד m3-1 אויף 500 קענט עוועניו צווישן דיוויזשאן און [תשליך] קליימער שטייט צו פארקויפן ביי קאן עדיסאן.

האפענטליך, דערנאך וואס קאן עד וועט פארדינען דערויף א שוה פרוטה וועלן זיי קענען אביסל נאכלאזן זייערע געשוואלענע פרייזן..



קאן עדיסאן האט געמארקעטעט די לאט אז מ'וועט עס טוישן פאר רעזידענשול. יעצט האט די סיטי געמאלדן אז מ'קען נישט רעזאנען און ס'בלייבט קאמערשעל

http://therealdeal.com/2016/11/14/city-opts-not-to-rezone-con-ed-site-in-wburg-for-resi/

ראבסקי איז אריין אין קאנטראקט אויף 500 קענט עוו.

זי פלאנען דארט א גרויעס אפיס בילדינג מיט סטארס פין אונטען
(איך וואלט זיי געצה'ט א זאל אויך, א זאל ביים וואסער קען זיין א רייכע זאל)
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

אנבעליוועבל ווי ער שלאפט נישט
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

האבעך מיך יעצט אנגעהערט פון איינעם איבער די גזירות הרענט והדירות אין וומבס"ג וואס האלט שוין לאאאאנג ביי קריזיס שטאפלען
שוין העכסט צייט צו מאכן א ריזיגע 'כינוס'
וואו טויזנטער פארווייטיגטע פארבלוטיגטע טענענטס וועלן אויסשרייען די וויי געשריי
און די הויך געשעצטע דברנים זאלן אויפקלערן דעם ציבור, עפענען די אויגן פאר די וויליאמסבורגע זיצערס, עד מתי???
ווילאנג נאך וועט עטץ שטאפן די אנגעפרעסענע קעשענעס פון די וויליאמסבורגע לענדלארד'ס?
געוואלד פוצט אפ פון דאנעט!!!!!!!!!!!!
וואו?
מ'וועט מאכן א אסיפת הרבנים....
נו אפשר???
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נו, גיב אן איינגאבע אין "בארקלעיס"..
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

farshlufen האט געשריבן:נו, גיב אן איינגאבע אין "בארקלעיס"..

שוין געבוקט...פאר יענע דעיט
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

ווער לאזט דיר נישט מופען ? פונקט געהערט פון זאך קענערס די ציפערען אז אויף דען זומער סיזאן מופן אוועק איבער 100 משפחות פון וויליאמסבורג ברוך השם
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

moneyMINDED האט געשריבן:ווער לאזט דיר נישט מופען ? פונקט געהערט פון זאך קענערס די ציפערען אז אויף דען זומער סיזאן מופן אוועק איבער 100 משפחות פון וויליאמסבורג ברוך השם

פססס..
האסטעס זייער שנעל געכאפט!.
אנשטאט מאכן א כינוס אז אין ארץ ישראל זאלן זיך די בחורים נישט שטעלן
זאל מען מאכן א כינוס אין בארקלעיס [אדער אין די ארמארי..] אויפקלערן פאר די וומבס"ג'ע, זיי זאלן ווי פריער אפפוצן פון דאנעט

[כ'שרייב עס אינטערן רושם וואס כ'האב געהערט אויף איינעם נעבעך וואס האט נישט קיין ברויט אויף הויזן א שטוב מיט פראבלעמען, און מאפט יעצט אין א דירה אין ווילי רחמנא ליצלן, [פארן אכטער שטייצעך..] וואס דער צאלט צאם דארט....]
געדענקסט נאך
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענקסט נאך »

moneyMINDED האט געשריבן:ווער לאזט דיר נישט מופען ? פונקט געהערט פון זאך קענערס די ציפערען אז אויף דען זומער סיזאן מופן אוועק איבער 100 משפחות פון וויליאמסבורג ברוך השם


לא זכיתי להבין די טענה ווער לאזט דיך נישט מופן !!!
1) ס'דא צענדליגער אידן וואס קענען נישט מופן מחמת כמה וכמה סיבות, צו פרנסה, צו אנדערע סיבות
2) לאמיר זאגן ס'איז סתם אזא שוואכקייט צו וומסב"ג אדער צו די סיטי וואס לאזט מיך נישט מופן, איז ווייל איך קען מופן אין איך מוף נישט מעגסטו מיך אויסרייסן די טאש ???
אין אנדערע ווערטער דער אנגעפאשעטער געלט פרעסער ניצט אויס די שוואכקייט צו ווערן רייך אויף די חשבון פון די פאר (טויזענטער) שוואכע מענטשען
בּרזל
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בּרזל »

farshlufen האט געשריבן:נו, גיב אן איינגאבע אין "בארקלעיס"..


נע, כ׳הא נישט קיין כח צו אנהייבן א פרישע גאנצע סומאטוכע, דער קומט יא, דער נישט... איין ראולעקאוסטער אויפאמאל פליז
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

דארף מען איבער דרייען די יוצרות...

מען זאל בעטן די ארץ ישראל'דיגע זאלן מאכן א כינוס לטובת די ברוקלינע
און די דעוועלאפערס און לענדלארס פון אמעריקא וועלן לייגן דרוק, אז דער עצרת 'דארטן' זאל נישט צישטאנד קומען......
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”