דירות קריזיס אין וויליאמסבורג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

ארום די זייגער האט געשריבן:אלע (כאפ מיך נישט ביים ווארט) נייע פראדשעקס וואס מען גייט אנהייבן בויען אין ווילי און די נאנטע צוקנופט גייט זיין 3-4 בעדרום דירות

ווייסטו אזוי? אדער דו טראכסט פשוט וויבאלט יעצט איז דא אסאך צווי בעדרומס וועט מען זיך נעמען צו גרעסערע?
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

יאצמעך האט געשריבן:
ארום די זייגער האט געשריבן:אלע (כאפ מיך נישט ביים ווארט) נייע פראדשעקס וואס מען גייט אנהייבן בויען אין ווילי און די נאנטע צוקנופט גייט זיין 3-4 בעדרום דירות

רענטל אדער סעיל?

ווייס איך נישט
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

לאלתר לחיים האט געשריבן:
ארום די זייגער האט געשריבן:אלע (כאפ מיך נישט ביים ווארט) נייע פראדשעקס וואס מען גייט אנהייבן בויען אין ווילי און די נאנטע צוקנופט גייט זיין 3-4 בעדרום דירות

ווייסטו אזוי? אדער דו טראכסט פשוט וויבאלט יעצט איז דא אסאך צווי בעדרומס וועט מען זיך נעמען צו גרעסערע?

איך האב געזען פלענס.
(איך ארבעט אין קאנסטראקשען)
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

ארום די זייגער האט געשריבן:

ווייסטו צו ראז קעסל אויך?
און בכלל דו רעדסט פון ריזיגע דעוועלאפמענטס אדער קליינע ווי א זעקס צו צען יוניט?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פשוט, ווען איינער בויט צו פארקויפן וועט ער בדרך כלל בויען קליינע פיר בעדרומס - ווען איינער בויעט צו פארדינגען וועט ער בדרך כלל מאכן איינס אדער צוויי בעדרומס.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ביים פארקויפן לוינט נישט צו מאכן די דירות קליין, ווייל מען צאלט דאך לויט סקווער פיס.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

צל עובר האט געשריבן:ביים פארקויפן לוינט נישט צו מאכן די דירות קליין, ווייל מען צאלט דאך לויט סקווער פיס.

נלענ"ד אז פאר אונזער היימישע אידען איז 4 קלענערע שלאף צומערן ווערט מער ווי דריי גרויסע, מיט די זעלבע סקווער פוס.
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

[/quote]
ווייסטו צו ראז קעסל אויך?
און בכלל דו רעדסט פון ריזיגע דעוועלאפמענטס אדער קליינע ווי א זעקס צו צען יוניט?[/quote]
ראוז קעסטל האב איך נישט געזען. Bedford corner park קומט בערך 10 יוניטס. אין ביי גערי קומט בערך 40 יוניטס
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

משהלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ביים פארקויפן לוינט נישט צו מאכן די דירות קליין, ווייל מען צאלט דאך לויט סקווער פיס.

נלענ"ד אז פאר אונזער היימישע אידען איז 4 קלענערע שלאף צומערן ווערט מער ווי דריי גרויסע, מיט די זעלבע סקווער פוס.

גערעכט, אבער וואס פארדינט דער דעוועלאפער פון דעם וואס די דירות זענען קליין?
אוועטאר
א מחי'
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א מחי' »

משהלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ביים פארקויפן לוינט נישט צו מאכן די דירות קליין, ווייל מען צאלט דאך לויט סקווער פיס.

נלענ"ד אז פאר אונזער היימישע אידען איז 4 קלענערע שלאף צומערן ווערט מער ווי דריי גרויסע, מיט די זעלבע סקווער פוס.

מיינסט רענטאלס מיטן אכט'ער :wink:
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

א מחי' האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ביים פארקויפן לוינט נישט צו מאכן די דירות קליין, ווייל מען צאלט דאך לויט סקווער פיס.

נלענ"ד אז פאר אונזער היימישע אידען איז 4 קלענערע שלאף צומערן ווערט מער ווי דריי גרויסע, מיט די זעלבע סקווער פוס.

מיינסט רענטאלס מיטן אכט'ער :wink:

לאו דוקא. עס קומט צו נוץ.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

משהלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ביים פארקויפן לוינט נישט צו מאכן די דירות קליין, ווייל מען צאלט דאך לויט סקווער פיס.

נלענ"ד אז פאר אונזער היימישע אידען איז 4 קלענערע שלאף צומערן ווערט מער ווי דריי גרויסע, מיט די זעלבע סקווער פוס.

צל עובר דא איז דיין ענטפער, ווייל עס איז ווערט מער פארן קונה קען דער מוכר גרינגער פארקויפן און ארויפשרויפן אביסל מער די פרייז
אז מ'לעבט דערלעבט מען
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דאס הייסט אז אין אזא פאל בעט מען מער פער סקווער פיס, אקעי.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

צל עובר האט געשריבן:גערעכט, אבער וואס פארדינט דער דעוועלאפער פון דעם וואס די דירות זענען קליין?

ער מוז בויען 4 רומס ווייל דאס איז די דעמענד ביי היימישע קויפערס, יעצט ער קען נישט בויען קיין 2000 ס"ף ווייל עס וועט אים אנקומען שווער צו טרעפן קונים פאר 1.5 מיליאן. שטייסט?
בויעט מען ווי א חית זין ריש און עולם גולם קויפט אין דימאסן.

ס'טאקע דא וואס בויען א קלענער מספר גרויסע דירות ווייל נאך אלע מעשיות זעמיר געבענטשט מיט א צאל עשירים..
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום מיטוואך יולי 04, 2018 5:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

א יעצט פארשטיי איך.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

לאלתר לחיים האט געשריבן:
ארום די זייגער האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:
ארום די זייגער האט געשריבן:אלע (כאפ מיך נישט ביים ווארט) נייע פראדשעקס וואס מען גייט אנהייבן בויען אין ווילי און די נאנטע צוקנופט גייט זיין 3-4 בעדרום דירות

ווייסטו אזוי? אדער דו טראכסט פשוט וויבאלט יעצט איז דא אסאך צווי בעדרומס וועט מען זיך נעמען צו גרעסערע?

איך האב געזען פלענס.

ווייסטו צו ראז קעסל אויך?
און בכלל דו רעדסט פון ריזיגע דעוועלאפמענטס אדער קליינע ווי א זעקס צו צען יוניט?

די חלק וואס זעליג ווייס גייט בויען, איז גרויסע דירות.

ווי אויך האט יעצט זיין ברודער כמעט גענדיגט א גרויסע בנין אויף פלושינג צווישן ליע און מארסי, און ס'איז גרויסע דירות.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

משהלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ביים פארקויפן לוינט נישט צו מאכן די דירות קליין, ווייל מען צאלט דאך לויט סקווער פיס.

נלענ"ד אז פאר אונזער היימישע אידען איז 4 קלענערע שלאף צומערן ווערט מער ווי דריי גרויסע, מיט די זעלבע סקווער פוס.

גראדע ווייס איך פאר א פאקט אז נישט, דער וואס איז גרייט צו באצאלן די טייערע 4 בעדרום פרייז ווייל א שטיקל רחבת
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

וויליאמסבורגער שליסל געלט קומט ליידער צוריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

אין א נישט לאנגע תקופה צוריק איז נישט גלייבנדיג פארגעקומען אין די היימישע וויליאמסבורג א זאך וואס האט זייער פארדראסן יעדן ערליכן איד צוליב דאס נישט יודישקייט און אפילו נישט גוישקייט וואס איז געלעגן דערין,
די מדובר איז פון די נידערפרעכיגע שליסל געלט וואס לענדלארס בונם פארלאנגט פון א טענענט ביים סיינען א ליעס צו דינגען ד אפארטמענט, די געלט האט צומאל געקענט זיין אין די הויכע טויזנטער ווי 30 אלפים און צומאל אינגאנצן 10 אלפים געוואנדן אינעם לענדלארס גוסטע (וויפל צוקער די קאווע האט געהאט), ס'וויכטיג צו אנמערקן אז נישט קיין חילוק פאר ווי לאנג מ'דינגט די דירה אויב ווילסטו אן אפארטמענט דארפסטו עס באצאלן
די זאך איז בשעתו בטל געווארן נאך א לענגערע מערכה אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן און אפילו ביי א גוי טוהט מען נישט אזאנס.
ס'איז אנגעקומען צו מיר א ליעס (שטר שכירות) פאר אן אפארטמענט וואס ווערט אט אט פארטיג, חוץ פון די הויכע איבער 2200 פאר א 2 בעדרום וואס דער גוי צאלט אויך נישט דארטן דעם פרייז און חוץ די אלע שטרענגע זאכן וואס דער ספרא דדייני האט אריינגעשריבן אינעם שטר, בעט ער עקסטערע 5 אלפים פאר פעינטן סקרעיפן אפלייענסעס געיטס לחלונות און מייז פראפינג (ס'גלייבט זיך נישט)..
די אלע זאכן זענען זאכן וואס דער גוי באקומט פאר אומזיסט חוץ פון א דזים אויפן פלאץ (און א חודש פרי רענט און א חודש רענט פאר א בראקער צו ברענגען דעם גוי) חוץ פון די געיטס פאר חלונות.
אן פארגעס נישט די אלע זאכן מוזן דארט בלייבן אפילו דער טענענט גייט ארויס נאך א קורצע צייט,
אין אנדערע ווערטער בעטן ער עקסטערע פינעף טויזנט דאלאר פאר גארנישט מיט נישט דהיינו שליסל געלט.
דאס איז א זאך וואס טאר נישט פארשוויגן ווערן. ס'איז נאך א זאך וואס מ'פראבירט צו רייטן אויפן היימישן תמימות'דיגער עולם וואס פאלגט אלעס וואס מ'פארלאנגט פון זיי.
אפשר וואלט געווען אן עצה מ'זאל מייסד זיין אן היימישן 311 ארגעניזאציע וואס זאל זיך באנעמען מיט זאכן וואס גייען נישט צו ס'דארף ע''פ חוקי המדינה.

בייגעלייגט א קאפי פונעם שטרענגן שטר. אדרבה זאל דער ציבור זאגן זייער מיינונג.

Screenshot_2018-07-10-10-27-18.png
Screenshot_2018-07-10-10-27-18.png (309.28 KiB) געזען 2452 מאל

Screenshot_2018-07-10-10-27-11.png
Screenshot_2018-07-10-10-27-11.png (393.56 KiB) געזען 2452 מאל
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

ווי ווייט איך ווייס, האבן לענדלארדס אין ווילי קיינמאל נישט אנגעהויבן צו צאלן פעינטן, סקרעפן, און געיטס, מייז פראפינג.
די שליסל געלט פלעגט זיין חוץ פון די אלע זאכן.

געדינגען עטליכע דירות דורכאויס די יארן, קיינער האט דאס נישט באצאלט קיינמאל, אדרבה וועלכע לענדלער גיט דאס יא.
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

1, הא גופא קשיא פארוואס טאקע נישט? למה נגרע אז דער גוי באקומט עס יא.
2, מ'רעדט פון א נייע דירה, און באצאלסט טייער ווייל ס'איז ניי..
3, וואס איז מיט אפלייענסעס ס'איז דעם לענדלארד'ס אדער דעם טענענטס? ער בעט געלט פאר א זאך וואס ער בלייבט מיט?
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

לאלתר לחיים האט געשריבן:1, הא גופא קשיא פארוואס טאקע נישט? למה נגרע אז דער גוי באקומט עס יא.
2, מ'רעדט פון א נייע דירה
3, וואס איז מיט אפלייענסעס ס'איז דעם לענדלארד'ס אדער דעם טענענטס? ער בעט געלט פאר א זאך וואס ער בלייבט מיט?

לאמיר לייגן די גוי אין א זייט ווייל די טענענט רעכטן אקעגן א לענדלארד אין ניו יארק האט גארנישט מיט יושר און גאר גאר ווייט דערפון ואכמ"ל

געיטס האט ער רעכט צו בעטן-קענסט מופן אהן האבן געיטס
אפלייענסעס האט ער רעכט צו בעטן ער איז נישט מחויב צוצושטעלן א פרידשידער -אבער דאס נישט לאזן מיטנעמען איז א הימל-שרייעדיגע חוצפה
פעינטן און סקרעיפן-מעג ער בעטן קענסט איהם נאר זאגן, איך וויל דיר נישט צאלן די $5000, און לאז מיר אליין דיסיידן צו איך וויל עס פעינטן
מייז פראפינג-איז א חוצפה צו בעטן, ווייל א דירה וואס דרייען זיך מייז איז קיין דירה ניט

כן נראה לי דעת בעה"ב
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אנטשולדיגט ביטע, סעיף ז' צווייטע העלפט האט איר דוכט זיך פארזען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

לאלתר לחיים האט געשריבן:1, הא גופא קשיא פארוואס טאקע נישט? למה נגרע אז דער גוי באקומט עס יא.
2, מ'רעדט פון א נייע דירה, און באצאלסט טייער ווייל ס'איז ניי..
3, וואס איז מיט אפלייענסעס ס'איז דעם לענדלארד'ס אדער דעם טענענטס? ער בעט געלט פאר א זאך וואס ער בלייבט מיט?

זיכער קען איך באשטיין נישט צו באצאלן.... דו רעדסט אז ס'איז ניי, ליידער אין כל חדש תחת השמש.
ווען דער טענעט וועט האבן אפשן'ס, וועט דער לענדלער טראכטן צוויי, דערווייל איז עס נאכנישט אזוי, אבער איז בעסער ווי ס'איז געווען, זייט דאס ארויסוואנדערינג צו אנדערע שטעטלעך.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

דער לענדלארד האָט רעכט אריינצושטעלן אין שטר וואָס ער פילט פאר וויכטיג, און דער טענענט האט רעכט אויסצושטרייכן/צושרייבן וואס ער פילט פאר וויכטיג, און אז מ'קומט זיך נישט דורך האט איר אלע רעכן צו דינגן ערגעץ אנדערש ווי...

דאס אז ס'שטייט אינעם אנגעגרייטע שטר מאכט עס נאכנישט פיינעל, נאר דיין אינטערשרייבן גיבט עס דער כח.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

הערטס שוין אויף וויינען ווי בעביס. שליסל געלט, הויכע רענט, סעקיוריטי דיפאזיט וכל שום וחניכא דאית להו ס'איז אלעס די זעלבע זאך. באדעם ליין דארף מען ארייננעמען אין קאפ צוויי זאכן: 1. לענלארדס האבן ליב געלט פונקט ווי יעדער איינער, און זיי דארפן זיין משוגע צו בעטן ביליגער ווי זיי קענען (איך רעדט נישט יעצט פון צדקה ווייל דאס איז קיינעמס ביזנעס ווי ער גיט זיין צדקה), און 2. וויליאמסבורג איז פון די טייערסטע געגענטער צו וואינען. טאמער נאכ'ן אריינרעכענען שליסל געלט קומט אויס אז ס'קאסט די דירה 5,000 דאלער א חודש, זאל יעדער פאר זיך מאכן די חשבון אויב ער קען עס אפארדן און טאמער די לאקזערי פון וואינען אין וומ"ס איז אים ווערד די פרייז.
ס'איז זייער סעלפיש פון האבן טענות אויף לענלארדס וואס ווילן זיך לאזן באצאלן. ווען איינער דארף א גוטע דאקטאר אדער לאיער וואס בעהט א טויזענט דאלער א שעה, פארשטייט יעדער אז דאס איז די פרייז און מ'קען נישט האבן קיין טענות פארוואס ער בעהט אזוי טייער, ווייל טאמער ווילסטי נישט צאלן, קענסטי גיין ערגעץ אנדערש און זיכן איינעם פאר ביליגער. די זעלבע מיט א לענדלארד. איך זאג עס דא קלאר טאמער למשל איך האב א הויז אין וומ"ס צו פארדינגן (ליידער האב איך נישט, אבער ס'איז נאר א משל) וואלט איך ארויסגעמעלק די מערסטע וואס איך קען און איינער וואס זאגט אנדערש איז איינע פון די דריי: ער וויל גיבן צדקה דורך אראפלאזן פון די רענט וואס ער קען באקומען, סתם א שוטה אדער א ליגנער
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”