דירות קריזיס אין וויליאמסבורג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג ינואר 28, 2019 10:10 am

צולייגער האט געשריבן:1) ווער איז קרן עזר? זיי זענען עפעס די בעה"ב פון כלל ישראל? גיי יעצט צו די רבנים און נעם זיי אן באורד.
כלל עסקנים וואס טוען שוין יארן פארן ציבור, זיי קומען מיט קראנטע אינפא פינעם מצב
2) ווען די רבי'ס האבן ווען אן אסיפה איבער סיי וועלכע נושא אין סטעדיום מיט די עזרת נשים, ביסטו גערעכט, למעשה האבן זיי נאכנישט באוויזן צו משכנע זיין די עזרת נשים אויף סיי וואספארא טעמע, טא וויאזוי ערווארט מען אן הצלחה פון די רבי'ס אויף די עזרת נשים לגבי דירות?
פאלש

האמערנאגל
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2016 2:03 pm

תגובהדורך האמערנאגל » מאנטאג ינואר 28, 2019 10:16 am

נישט יעדער גייט הארכן אז דער רבי הייסט גיין, אבער צו פאראורזאכן א ווינט איז דאס פונקט גענוג. אז קהילות און מוסדות שטעלן אראפ א פעסטן רוקן-ביין, גיט דאס לעגיטימאציע פאר די שריט פון ארויסמופן.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג ינואר 28, 2019 10:48 am

האמערנאגל האט געשריבן:נישט יעדער גייט הארכן אז דער רבי הייסט גיין, אבער צו פאראורזאכן א ווינט איז דאס פונקט גענוג. אז קהילות און מוסדות שטעלן אראפ א פעסטן רוקן-ביין, גיט דאס לעגיטימאציע פאר די שריט פון ארויסמופן.

קיין בית שמש האבן אלע זיך ארויסגעצויגן? ווען עס ווערט א מהפיכה אז די רוטינער מהלך איז ארויסצוגיין זיכן נייע געגנטער, גייען מאסן מענטשן ארויסוואנדערן.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מאנטאג ינואר 28, 2019 11:33 am

צולייגער האט געשריבן:, למעשה האבן זיי נאכנישט באוויזן צו משכנע זיין די עזרת נשים אויף סיי וואספארא טעמע, טא וויאזוי ערווארט מען אן הצלחה פון די רבי'ס אויף די עזרת נשים לגבי דירות?

האסט שוין אמאל געזעהן לכה"פ א attempt צו רעדן צו די עזרת נשים איבער פינאנציעלע אחריות (כולל ארויסמופן)?

זיי זענען עפעס א prtotected class וואס קיינער רירט נישט צו נאר אויף צניעות ענינים, ווען למעשה ליגט ביי זיי דער שליסל פאר רוב פינאנציעלע ענינים.

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג ינואר 28, 2019 12:24 pm

צולייגער האט געשריבן:1) ווער איז קרן עזר? זיי זענען עפעס די בעה"ב פון כלל ישראל? גיי יעצט צו די רבנים און נעם זיי אן באורד.


זאגסט דאך אזוי גוט
איך וועל נאר מוסף מפיח זיין...
התינח ווען קרן עזר קומט ארויס אין גרינעם פרייטאג. מ'גייט מאכן א ווינט דער עולם זאל זיך ערוועקן צום קריזעס, החרשתי. אין נאך געמאכט פסססססס. זיי זארגן זיך פארן ציבור זיי מיינען אונזער טובה
אבער היות דאס געשעט נאר אין שאטן פונעם געלט אקציע וואס קומט פאר יעצט. איז די גאנצע זאך אין מיינע אויגן כרוח נושבת!
ס'איז אין מיינע אויגן. ווי דער אנדמינעסטראטער פון די מוסד (אלע...)וואס ס'קומט צום דינער. אין רופט אויס די גראנדיעזע פלענער וואס די מוסדות גייען אינטערנעמען דעם יאר
אין? קומענדיגע יאר אויב שעמט ער זיך נישט. קען ער איבער זאגן די גאנצע ליסטע פון פאריאר...

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מאנטאג ינואר 28, 2019 1:20 pm

רבי ניס קראכער.

איר זענט ווארשיינליך נישט באקאנט מיט די פעולות פון קרן עזר און פון די עומדים על גביו.

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג ינואר 28, 2019 2:04 pm

אין איר האט ווארשיינדלעך נישט פארשטאנען מיין תגובה

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מאנטאג ינואר 28, 2019 2:18 pm

ניס קראכער האט געשריבן:אין איר האט ווארשיינדלעך נישט פארשטאנען מיין תגובה

איך האב יא פארשטאנען (חוץ אויב איר שרייבט אן אנדערע שפראך און נוצט נאר אידישע בוכשטאבן).

און איך וויל דיר זאגן אז זיי האבן שוין געהאט א האנט און העלפן אריבערפיהרן א שיינע פאר משפחות מחוץ לעיר, טאקע נישט מיט עדס אינעם דבר יום, אבער אין די ראמען פון זייער ארבעט יא.

און איך זעה נאכנישט וויאזוי ער פלאנט צו רעיזן געלט באזירט אויף זיינע עצות ארויסצומופן.

עמיר עס לאזן דא

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג ינואר 28, 2019 3:54 pm

El Rushbo האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:אין איר האט ווארשיינדלעך נישט פארשטאנען מיין תגובה



און איך זעה נאכנישט וויאזוי ער פלאנט צו רעיזן געלט באזירט אויף זיינע עצות ארויסצומופן.

עמיר עס לאזן דא


זייער פשוט א מוסד וואס קומט מיט שטארקע הילף פארן ציבור שפירט די ציבור א חיוב צו נעמען א טייל אין זייערע פעולות
ומי יתן אז קרן עזר זאל טאקע קאנווינסן דעם ציבור צו טון די ריכטיגע שריט.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג ינואר 28, 2019 5:04 pm

ניס קראכער האט געשריבן:אין איר האט ווארשיינדלעך נישט פארשטאנען מיין תגובה


פאר א נער ווייזט מען א האלבע ארבעט...

ניטאמאל ווייסטו וואס זייער פלאן איז, און ניטאמאל ווייסטו נביאות אז אפשר און די קומענדיג 12 חדשים גייען זיי פיבערהאפטיג ארבעטען אויף א פלאן , אבער קודם אראפ געריסען #מאמעס פארטוך קריזעס בתפארתו

פערצופאל דענק איך נאך #גירסא דינקוסא ווי ר' משה דייטש האט נאך געארבעט ביי b&h ,און געטין חסד נאך פארן ארגענאזיציע ,סאיז פשוט מער א געטליכער מענטש ווי צו פארגלייכען צו סתם א ארגענעזעישאן

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » מאנטאג ינואר 28, 2019 6:25 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
פערצופאל דענק איך נאך #גירסא דינקוסא ווי ר' משה דייטש האט נאך געארבעט ביי b&h ,און געטין חסד נאך פארן ארגענאזיציע ,סאיז פשוט מער א געטליכער מענטש ווי צו פארגלייכען צו סתם א ארגענעזעישאן



ער האט געעפנט די ארגינאזאציע תשנ"ו ווען ער האט נאך געארבעט ביי B-H, פון נאך ארבעט ביז 12 ביינאכט געטון פאר יודן

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 28, 2019 6:30 pm

רצון טוב האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:קרן עזר ארבעט אויף א גרויסארטיגע פלאן בעז"ה, וואס וועט שאפן אן אויפוואכונג און פארשטעלן די פילע לעזונגען וועלכע זענען פארהאן צום דירות / מאמעס פארטוך קריזיס, און דאס טאקע צוברענגען נאנט צו די פליישיגע אויגן פון אחינו בני ישראל אין ברוקלין, הם ונשיהם בניהם ובנותיהם.

דאס פארשפרעכט בעז"ה צו זיין עפעס וואס יהדות החרדית האט נאכנישט געזעהן, אויף א קנה מידה וואס מען קען קוים חלומ'ען.

יה"ר שחפץ ה' בידם יצליח, הלא עת לחננה כי בא מועד.


קרן עזר האט מיר דערווייל נישט געפרעגט
אבער לדעתי זאלן זיי ווען האבן די 2 גרויסע רביים וואס האבן לעצטענס געהאט אנגעפילטע סטעדיום'ס וואס זיי זאלן לייגן דרוק אויף די עזרת נשים ארויס צו גיין וואלטן די ווילי גאסן געווארן אויסגעליידיגט.


בייידע סטעדיום רבי'ס איינער מער און דער אנדערער נאך מער, האלטן אין איין קאמפיינען אין פאבליק און אין פריוואט אז מען זאל ארויסמאפן.

קרן עזר וויל לכאורה סך הכל העלפן דעם ציבור הארכן די רבי'ס, אויך איז א ריזיגע פראצענט וויליאמסבורג אנאפיליעט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג ינואר 28, 2019 6:54 pm

קאזאבלאנקא האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
פערצופאל דענק איך נאך #גירסא דינקוסא ווי ר' משה דייטש האט נאך געארבעט ביי b&h ,און געטין חסד נאך פארן ארגענאזיציע ,סאיז פשוט מער א געטליכער מענטש ווי צו פארגלייכען צו סתם א ארגענעזעישאן



ער האט געעפנט די ארגינאזאציע תשנ"ו ווען ער האט נאך געארבעט ביי B-H, פון נאך ארבעט ביז 12 ביינאכט געטון פאר יודן


יא יא ליגט מיר נאך אין די ביינער נאך פאר נ"ו, נאך פארן ארגענאזיציע , אונז דענק מיר וויזוי עס האט זיך געפענט , טאמער איך בין נישט זיך טועה איז ער געווען דער וואס האט אויסגעטראפן בכלל די איידיע און די ערשטע וואס האט אנגעדרייט טיי אווענטס, פאר פריוואטע יחידים צוועקען, נאך פארן האבן די ארגענאזיציע בכלל , איך געדענק ווי ער פלעגט ניצן כיטרע אנדערע עמך אידן צו גיין געבן געלט פאר נצרכים אדער באצאלן בילס און געשעפטן , און ארויסשיקן יעדן זונטאג צופרי פער צוויי מענטשן גרופס ,לענגאויס די שולן אין וויליאמסבורג נאך געלט .

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג ינואר 28, 2019 7:16 pm

אפגעזעהן פון די פאקט אז ר' משה'ס לייסטונגען זענען נישט רעלעוואנט דא, איז דאס עפעס וואס קרן עזר (מיט זייער צוזעענדיג נאקת בני ישראל פון דער נאנט) האט אויפגעברענגט, און ווערט ארקעסטרירט און אויסגעפירט דורך פיל גרויסע פראפעסיאנאלן און געניטע מומחים, און יא, די עזרת נשים ווערט אבוויעסלי גענומען אין באטראכט.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג ינואר 28, 2019 8:08 pm

בארעדט נישט די הייליגע ארגאניזאציע - קרן עזר.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג ינואר 29, 2019 2:04 pm

דו האסט דא געזען עמיצן בארעדן קרן עזר?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20991
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 26, 2019 1:56 pm

farshlufen האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן::-(
farshlufen האט געשריבן:
2.65 עיקערס זאונד m3-1 אויף 500 קענט עוועניו צווישן דיוויזשאן און [תשליך] קליימער שטייט צו פארקויפן ביי קאן עדיסאן.

האפענטליך, דערנאך וואס קאן עד וועט פארדינען דערויף א שוה פרוטה וועלן זיי קענען אביסל נאכלאזן זייערע געשוואלענע פרייזן..



קאן עדיסאן האט געמארקעטעט די לאט אז מ'וועט עס טוישן פאר רעזידענשול. יעצט האט די סיטי געמאלדן אז מ'קען נישט רעזאנען און ס'בלייבט קאמערשעל

http://therealdeal.com/2016/11/14/city-opts-not-to-rezone-con-ed-site-in-wburg-for-resi/

ראבסקי איז אריין אין קאנטראקט אויף 500 קענט עוו.

ס'איז למעשה פארקויפט געווארן פאר אן אנדערע גרופע פאר פופציג מעלאנעס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך אפריל 17, 2019 11:47 pm

Residential ?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט