נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
פונעם ווייטן תימן
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 4:41 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך פונעם ווייטן תימן » פרייטאג מאי 13, 2022 1:42 pm

גראדע איז צעהלים שוין לאנג צוריק געקומען קיין לינדען
איבער די שווערע זאונינג ווייס איך שוין זייער לאנג, אבער כ'ווייס נישט מער פרטים און וואס מ'האט געטראכט וכו'....

משלנו
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2022 1:40 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך משלנו » פרייטאג מאי 13, 2022 2:05 pm

איך געדענק הערן אז קאסאן האט זיכער געמאכט צו האבען פערמיטס פאר די נייע שול נאך פאר די ערשטע משפחה האט זיך אריינגעצויגען

אוועטאר
פונעם ווייטן תימן
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 4:41 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך פונעם ווייטן תימן » פרייטאג מאי 13, 2022 2:13 pm

משלנו האט געשריבן:איך געדענק הערן אז קאסאן האט זיכער געמאכט צו האבען פערמיטס פאר די נייע שול נאך פאר די ערשטע משפחה האט זיך אריינגעצויגען

יא, אבער דאס איז געווען די איינציגסטע לאט אין גאנצן לינדען והגלילות וואס איז נישט געשטאנען דערויף א בנין אדער הויז, האט מען אנגעהויבן פון סקרעט"ש, איז עס בעזר ה' אדורכ-געגאנגען
אבער פאר יעדעס לאט וואס האט דערויף א הויז איז בכלל נישט אזוי פשוט אין אלע ענינים

אוועטאר
גיי פארשטיי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך גיי פארשטיי » פרייטאג מאי 13, 2022 2:18 pm

לינדענער האט געשריבן:לינדען איז לפחות 75-80% אונגערישער אידען… און אפילו די באבאווער און ראחמיסטריווקא עולם דא איז אויך רובם פון בעצם אונגערישע מקורות


ראחמעסטריווקע ביזטו גערעכט, באבוב איז גאדע רוב עולם יא גאליציאנער.
עשה למען תינוקת של בית רבן!!
האסט שוין אינטערגעשריבן שמך ושם אשתך למען עתיד דורותינו?!

https://voice.pearlsny.org/

סראלי
שר שבעת אלפים
תגובות: 7375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך סראלי » פרייטאג מאי 13, 2022 2:35 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:
לינדענער האט געשריבן:לינדען איז לפחות 75-80% אונגערישער אידען… און אפילו די באבאווער און ראחמיסטריווקא עולם דא איז אויך רובם פון בעצם אונגערישע מקורות


ראחמעסטריווקע ביזטו גערעכט, באבוב איז גאדע רוב עולם יא גאליציאנער.


איינע פון די לינדענער איינוואוינער המשורר ר׳ מרדכי וואלווי לאנדא מחסידי באבוב שטאמט פון סיגוט מצד האם. זיין מוטער׳ס פאטער איז געווען הרה״ח ר׳ שמחה דייטש ז״ל פון מאנטריאל א ברידער פון הרה״ח ר׳ לייזער בער דייטש ז״ל פון וויליאמסבורג
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
גיי פארשטיי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך גיי פארשטיי » פרייטאג מאי 13, 2022 2:37 pm

סראלי האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
לינדענער האט געשריבן:לינדען איז לפחות 75-80% אונגערישער אידען… און אפילו די באבאווער און ראחמיסטריווקא עולם דא איז אויך רובם פון בעצם אונגערישע מקורות


ראחמעסטריווקע ביזטו גערעכט, באבוב איז גאדע רוב עולם יא גאליציאנער.


איינע פון די לינדענער איינוואוינער המשורר ר׳ מרדכי וואלווי לאנדא מחסידי באבוב שטאמט פון סיגוט מצד האם. זיין מוטער׳ס פאטער איז געווען הרה״ח ר׳ שמחה דייטש ז״ל פון מאנטריאל א ברידער פון הרה״ח ר׳ לייזער בער דייטש ז״ל פון וויליאמסבורג


דאס הייסט אויב האט מען איין אונגארישער באבע ווערט מען שוין אן אונגערישער?

די ראחמעסטריווקער עולם, איז פונקט אזוי אונגאריש ווי סאטמער.
עשה למען תינוקת של בית רבן!!
האסט שוין אינטערגעשריבן שמך ושם אשתך למען עתיד דורותינו?!

https://voice.pearlsny.org/

סראלי
שר שבעת אלפים
תגובות: 7375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך סראלי » פרייטאג מאי 13, 2022 2:42 pm

גיי פארשטיי האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
לינדענער האט געשריבן:לינדען איז לפחות 75-80% אונגערישער אידען… און אפילו די באבאווער און ראחמיסטריווקא עולם דא איז אויך רובם פון בעצם אונגערישע מקורות


ראחמעסטריווקע ביזטו גערעכט, באבוב איז גאדע רוב עולם יא גאליציאנער.


איינע פון די לינדענער איינוואוינער המשורר ר׳ מרדכי וואלווי לאנדא מחסידי באבוב שטאמט פון סיגוט מצד האם. זיין מוטער׳ס פאטער איז געווען הרה״ח ר׳ שמחה דייטש ז״ל פון מאנטריאל א ברידער פון הרה״ח ר׳ לייזער בער דייטש ז״ל פון וויליאמסבורג


דאס הייסט אויב האט מען איין אונגארישער באבע ווערט מען שוין אן אונגערישער?

די ראחמעסטריווקער עולם, איז פונקט אזוי אונגאריש ווי סאטמער.


א גאליציאנער אפשטאמיגער וואס פארהיייראט א אונגארישער אפשטאמיגער אוו זיי געבוירן א קינד איז דאס קינד פופציג פראצענט גאליציאניש און פופציג פראצענט אונגאריש. אפגעזען צו וועלכע קרייז מ׳באלאנגט. ס׳מאכט ווארשיינליך נישט אויס קיין חילוק להלכה אבער מ׳שמועסט אויס די מציאות…
ישראל אשר בך אתפאר

חלה לכבוד שבת
שר חמשת אלפים
תגובות: 5522
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » פרייטאג מאי 13, 2022 3:04 pm


משלנו
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2022 1:40 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך משלנו » פרייטאג מאי 13, 2022 6:18 pm

"השלם זה הבנין" סקומט אריין די פרייליכע נייעס אז ק"ק פאפא האט געשלאסן מקח אויף א נייע בנין ווי סגייט אי"ה אויפגעבויט ווערן א נייע ביהמ"ד מקווה און היכל התורה וכו'

זקן שקנה חכמה
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 31, 2021 1:27 am

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך זקן שקנה חכמה » פרייטאג מאי 13, 2022 6:30 pm

מוסדות באבוב 45 יוניען
צוגעלייגטע
unnamed (4).jpg
unnamed (4).jpg (397.47 KiB) געזעהן 807 מאל

אוועטאר
נייע שטאט
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך נייע שטאט » פרייטאג מאי 13, 2022 7:23 pm

משלנו האט געשריבן:"השלם זה הבנין" סקומט אריין די פרייליכע נייעס אז ק"ק פאפא האט געשלאסן מקח אויף א נייע בנין ווי סגייט אי"ה אויפגעבויט ווערן א נייע ביהמ"ד מקווה און היכל התורה וכו'

אז פערמיטן פאר א גראסערי אין א קאמערשאל עריע דויערט אזוי לאנג, פארוואס טראכט איר מ'וועט אייך לאזן דאס מאכן, עפעס דארף א הסבר
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה

פּאלענד ספּרינג
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 11:44 am

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך פּאלענד ספּרינג » פרייטאג מאי 13, 2022 7:45 pm

אזויווי אין רוב ערטער זענען אויך דא דארט זייער קלארע זאונינג געזעצן צו וואס מען דארף זיך צושטעלן. מען קען נישט קויפן א קליינע לאט מיט א הייזקעלע און בויען דארט א ריזיגע שול. מען דארף צושטעלן פארקינג און אנדערע צוגעהערן נישט צו שטערן די איינוואוינער וכו'. אויב וויל מען מאכן א געשעפט, דארף מען אויך נאכקומען די פארשריפטן. ס'איז דא א קול אז די שטח וואס די גראסערי האט געקויפט קומט נישט נאך די פארשריפטן. און זיי פרובירן מיט פראטעקציע אז מען זאל זיי נאכגעבן. די אויבערשטער זאל העלפן אז ס'זאל מצליח זיין.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 19341
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 15, 2022 1:20 am

סראלי האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
לינדענער האט געשריבן:לינדען איז לפחות 75-80% אונגערישער אידען… און אפילו די באבאווער און ראחמיסטריווקא עולם דא איז אויך רובם פון בעצם אונגערישע מקורות


ראחמעסטריווקע ביזטו גערעכט, באבוב איז גאדע רוב עולם יא גאליציאנער.


איינע פון די לינדענער איינוואוינער המשורר ר׳ מרדכי וואלווי לאנדא מחסידי באבוב שטאמט פון סיגוט מצד האם. זיין מוטער׳ס פאטער איז געווען הרה״ח ר׳ שמחה דייטש ז״ל פון מאנטריאל א ברידער פון הרה״ח ר׳ לייזער בער דייטש ז״ל פון וויליאמסבורג


דאס הייסט אויב האט מען איין אונגארישער באבע ווערט מען שוין אן אונגערישער?

די ראחמעסטריווקער עולם, איז פונקט אזוי אונגאריש ווי סאטמער.


א גאליציאנער אפשטאמיגער וואס פארהיייראט א אונגארישער אפשטאמיגער אוו זיי געבוירן א קינד איז דאס קינד פופציג פראצענט גאליציאניש און פופציג פראצענט אונגאריש. אפגעזען צו וועלכע קרייז מ׳באלאנגט. ס׳מאכט ווארשיינליך נישט אויס קיין חילוק להלכה אבער מ׳שמועסט אויס די מציאות…

איך וואלט געזאגט אז געווענליך גייט שבטים למשפחותם לבית אבותם.
"President Biden has always said don't compare me to the almighty, compare me to the alternative,"

משלנו
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2022 1:40 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך משלנו » זונטאג מאי 15, 2022 6:26 am

נייע שטאט האט געשריבן:
משלנו האט געשריבן:"השלם זה הבנין" סקומט אריין די פרייליכע נייעס אז ק"ק פאפא האט געשלאסן מקח אויף א נייע בנין ווי סגייט אי"ה אויפגעבויט ווערן א נייע ביהמ"ד מקווה און היכל התורה וכו'

אז פערמיטן פאר א גראסערי אין א קאמערשאל עריע דויערט אזוי לאנג, פארוואס טראכט איר מ'וועט אייך לאזן דאס מאכן, עפעס דארף א הסבר

איך טראכט בכלל נישט אז מען וועט "מיר" דאס לאזען מאכען...
אייגענטליך בין איך בכלל נישט קיין היזיגע תושב (אדערווייל) און איך צייל זיך אויך נישט מחסידי פאפא
איך האב סך הכול געהערט די נייעס און עס ווייטער דא איבערגעגעבן
און אדרבה ווער ס'ווייסט מער דיטעלס אזוי אויך ווער ס'ווייסט די עדרעס פונעם נייעם שול זאל עס ביטע דא מיט טיילן מיט'ן ציבור

סראלי
שר שבעת אלפים
תגובות: 7375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך סראלי » זונטאג מאי 15, 2022 9:42 am

זקן שקנה חכמה האט געשריבן:מוסדות באבוב 45 יוניען


זיי קענען יא נעמען די סקול וואוטשערס פאר שכר לימוד?
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
לא ימושו מפיך
שר חמש מאות
תגובות: 978
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך לא ימושו מפיך » זונטאג מאי 15, 2022 9:44 am

.
צוגעלייגטע
528F107C-DDEF-4950-AD5B-1265A6FD01A7.jpeg
528F107C-DDEF-4950-AD5B-1265A6FD01A7.jpeg (40.5 KiB) געזעהן 399 מאל
לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך אמר ה׳ מעתה ועד עולם - לאמיר טאנצן ביזן אור החמה לאמיר טאנצן ביזן אור הבוקר


אביש טווערסקי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2020 10:52 am

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך אביש טווערסקי » זונטאג מאי 15, 2022 10:46 am

סראלי האט געשריבן:
זקן שקנה חכמה האט געשריבן:מוסדות באבוב 45 יוניען


זיי קענען יא נעמען די סקול וואוטשערס פאר שכר לימוד?


Yes

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5033
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך יצחק אייזיק » זונטאג מאי 15, 2022 10:47 am

נייע שטאט האט געשריבן:
משלנו האט געשריבן:"השלם זה הבנין" סקומט אריין די פרייליכע נייעס אז ק"ק פאפא האט געשלאסן מקח אויף א נייע בנין ווי סגייט אי"ה אויפגעבויט ווערן א נייע ביהמ"ד מקווה און היכל התורה וכו'

אז פערמיטן פאר א גראסערי אין א קאמערשאל עריע דויערט אזוי לאנג, פארוואס טראכט איר מ'וועט אייך לאזן דאס מאכן, עפעס דארף א הסבר

געשעפטן זענען שווערער דארט. א בית המדרש דארף נאר נאכקומען די זאונינג פארלאנגען, ס'איז שווערע פארלאנגען אבער ס'איז מעגליך.

געשעפטן האבן עקסטערע רעגולאציעס כדי נישט צו שטערן ארומיגע ביזנעסער און עקזיסטירנדע געשעפטן אין די מיילן ארום.
ר' אייזיק צושמייכלט זיך א טראפ, און שאקלט אים צו מיטן קאפ, נא נא...

אוועטאר
געב_מיר_כח
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 07, 2015 10:11 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך געב_מיר_כח » זונטאג מאי 15, 2022 12:06 pm

לא ימושו מפיך האט געשריבן:.

פריידיגע נייעס ביי חסידי סאטמאר מהר"א תושבי לינדען ניו דזשערסי.

עס איז אפיציעל געמאלדן געווארן אז עס עפנט זיך א נייע חדר און מיידל שולע צום נייעם יאר תשפ"ג הבעל"ט און עס איז שוין ארויסגעשיקט געווארן אפליקאציע'ס.
רבש"ע גיב מיר אביסעלע כח (קרעדיט דודי קאליש)

סראלי
שר שבעת אלפים
תגובות: 7375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך סראלי » זונטאג מאי 15, 2022 12:09 pm

צל עובר האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
ראחמעסטריווקע ביזטו גערעכט, באבוב איז גאדע רוב עולם יא גאליציאנער.


איינע פון די לינדענער איינוואוינער המשורר ר׳ מרדכי וואלווי לאנדא מחסידי באבוב שטאמט פון סיגוט מצד האם. זיין מוטער׳ס פאטער איז געווען הרה״ח ר׳ שמחה דייטש ז״ל פון מאנטריאל א ברידער פון הרה״ח ר׳ לייזער בער דייטש ז״ל פון וויליאמסבורג


דאס הייסט אויב האט מען איין אונגארישער באבע ווערט מען שוין אן אונגערישער?

די ראחמעסטריווקער עולם, איז פונקט אזוי אונגאריש ווי סאטמער.


א גאליציאנער אפשטאמיגער וואס פארהיייראט א אונגארישער אפשטאמיגער אוו זיי געבוירן א קינד איז דאס קינד פופציג פראצענט גאליציאניש און פופציג פראצענט אונגאריש. אפגעזען צו וועלכע קרייז מ׳באלאנגט. ס׳מאכט ווארשיינליך נישט אויס קיין חילוק להלכה אבער מ׳שמועסט אויס די מציאות…

איך וואלט געזאגט אז געווענליך גייט שבטים למשפחותם לבית אבותם.


אלו ואלו…

אן אונגארישער זאל דארפן נעמען א קינד פון א הונדערט פראצענטיגער גאליציאנער שטוב אדער א קינד פון עלטערן וואס איינער שטאמט פון גאליציע און די צווייטער פון אונגארן, גלייב איך אז מ׳וועט גרינגער טון דעם גאליציע-אונגארישע שטוב.
-
ס׳מאכט נישט אויס צופיל, ווייל לינדען והגלילית איז ריזיג, און יעדער קען זיך שיין פלאצירן דארטן. וועם ס׳שמעקט נישט וויאזוי זאכן שטעלן זיך אויס, זאל זיך אויסלערנען צו שלינגען ווייל אויסער דעם קען סיי ווי גארנישט געטון ווערן.
ישראל אשר בך אתפאר

סראלי
שר שבעת אלפים
תגובות: 7375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך סראלי » זונטאג מאי 15, 2022 12:10 pm

געב_מיר_כח האט געשריבן:
לא ימושו מפיך האט געשריבן:.

פריידיגע נייעס ביי חסידי סאטמאר מהר"א תושבי לינדען ניו דזשערסי.

עס איז אפיציעל געמאלדן געווארן אז עס עפנט זיך א נייע חדר און מיידל שולע צום נייעם יאר תשפ"ג הבעל"ט און עס איז שוין ארויסגעשיקט געווארן אפליקאציע'ס.


דארפסט אופדעיטן דעם לאגא מאכער אריינצולייגן א בנשיאות אדער אפשר האט מען עס דירעקט נישט אריינגעלייגט צו ציען משפחות פון ביידע צדדים
צוגעלייגטע
D6BA2CA7-93D1-4194-916D-194E721778BC.jpeg
D6BA2CA7-93D1-4194-916D-194E721778BC.jpeg (38.37 KiB) געזעהן 210 מאל
ישראל אשר בך אתפאר

סראלי
שר שבעת אלפים
תגובות: 7375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך סראלי » זונטאג מאי 15, 2022 12:13 pm

אביש טווערסקי האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:
זקן שקנה חכמה האט געשריבן:מוסדות באבוב 45 יוניען


זיי קענען יא נעמען די סקול וואוטשערס פאר שכר לימוד?


Yes


געוואלדיגע נייעס.

איז דא פאזיטיווע אנטוויקלונגען איבער די נושא ביי די עקזיסטירנדע מוסד אין שטאט?
ישראל אשר בך אתפאר

אושפיזין
שר האלף
תגובות: 1625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2020 11:44 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך אושפיזין » זונטאג מאי 15, 2022 12:14 pm

געב_מיר_כח האט געשריבן:
לא ימושו מפיך האט געשריבן:.

פריידיגע נייעס ביי חסידי סאטמאר מהר"א תושבי לינדען ניו דזשערסי.

עס איז אפיציעל געמאלדן געווארן אז עס עפנט זיך א נייע חדר און מיידל שולע צום נייעם יאר תשפ"ג הבעל"ט און עס איז שוין ארויסגעשיקט געווארן אפליקאציע'ס.


הער איך יעצט אז ר' יואל מייזליש מחסידי מהר"יי איז פון די עסקני המוסדות אויב איינער קען עס קאנפירמען?

שמחהלע
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

Re: נייעס פונעם חרדי'שער ישוב אין לינדען והגלילות [יוניאן קאונטי נ. זש.]

תגובהדורך שמחהלע » זונטאג מאי 15, 2022 12:37 pm

סראלי האט געשריבן:
געב_מיר_כח האט געשריבן:
לא ימושו מפיך האט געשריבן:.

פריידיגע נייעס ביי חסידי סאטמאר מהר"א תושבי לינדען ניו דזשערסי.

עס איז אפיציעל געמאלדן געווארן אז עס עפנט זיך א נייע חדר און מיידל שולע צום נייעם יאר תשפ"ג הבעל"ט און עס איז שוין ארויסגעשיקט געווארן אפליקאציע'ס.


דארפסט אופדעיטן דעם לאגא מאכער אריינצולייגן א בנשיאות אדער אפשר האט מען עס דירעקט נישט אריינגעלייגט צו ציען משפחות פון ביידע צדדים


מפראבירט עס צי האלטן נייטראל.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: או אינו און 15 געסט