לחיים יודען האט געשריבן:לינדענער האט געשריבן:בערלשמערל האט געשריבן:איך ווארט צו זען א באזוך פון ר' אהרן צו קאסענער רעבין
אגב ווייס איך קראנט פון איינער דא וואס ר׳ אהרן האט עם פערזענליך גוט אויסגעפרעגט לעצטענס וועגען לינדען אין ער האט דערנאך קלאר געזאגט אז ער האלט שטארק דערפון.
אינטרעסאנט צו צולייגן, עטליכע וואכן, בין איך געשטאנען נעבן מהר"א ביי א געוויסע מאורע, ווען איינער האט אים געפרעגט איבער זיך אריבער ציען קיין לינדן.
מהר"א האט געפרעגט וואס איז די שאלה דהיינו זיינע ספיקות, האט דער געענפערט אז דער הייזער אויף וואס ער קוקט אויף איז א שיינע 25 מינוט שפאציר וכו' וכו', זאגט אים מהר"א כאפט אריין די שכר פסיעות ווייל אין א קורצע צייט גייט נאך אהין קומען א שוהל און דו גייסט דאס שוין נישט האבן. דאן האט ער געפרעגט איבער די פרייזן אויב זיי זענען ארויף זייט די לעצטע יארצייט, (עפעס האבן זיי געשמועסט כ'האב נישט געקענט הערן). דאן האט מהר"א זיך אנגערופן דאס האב איך געהערט קלאר "פאר די קלענער איז שוין דא דארט" (זעהט אויס ווי יענער האט געזאגט אז פלאנט זיי ווייטער צו שיקן אין זייערע ביז יעצטיגע מוסד, אזוי דאכציך מיר). דאן האט מהר"א צוריק צום פריעדיגע שמועס עפעס וועגן די פרייזן און דער וועד. און געפרעגט צו איז שוין דא כאטש א אידישע שכן, אויף דעם האט יענער געענפערט אויף ניין נישט אויף יענעם בלאק, מהר"א געזאגט אויף דעם דארפסו נישט זיין באזארגט "עס וועט אנקומען שנעלער ווי געראכטן".
ע"כ לפי הערך וואס איך האב מיטגעהאלטן.