חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 1:58 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:א באנקאנטע גרויסע אקטונטן פון קרית יואל זאגט אלץ.

די עקספיריענ'ס דאס קען מען נישט קאמפיטען!

א ווילדזש צו פירן איז נישט קיין גרינגע מעשות, נאך דערצו מיט די עם קשי עורף.

שטארקע עקספיריענ'ס האבן זיי נאך נישט, מיינט דאס אז מע וועט מיזן ארבעטן שטארק צוזאמען מיט באר שבע איך מיין פאלעם טרי ווילדזש נאך צו קומען די אידישע געברויכן אויף א רייכע שיינע וועג וואס זאל יעדעם בענעפיטן.

פון גאר אסאך עקספיריענס ביז קאראפשען איז א קאצען שפרינג. יישר כח פאר דיין עקספיריענס בלאמינגראוו איז מוותר דערויף.

אוועטאר
סעלפאן
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך סעלפאן » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 1:59 pm

ווי אויף דער מאפע איז די לעיק ענן דעוועלאפמענט?
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2016
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:04 pm

אביסעלע היסטורי

אין די מיטעלע סמ"ך יארן האט ר' יעקב יושע שווארץ פון קרית יואל אנגעבאטן פאר א גרופע אינוועסטערס מחסידי מהרי"י אפצוקויפן די לעיק ענן גאלף רעזארט פראפערטי פאר די סומע פון בערך צען מיליאן דאללער

די חלום האט געלויטעט אז מוועט בויען דירות לויט די דעמאלטסדיגע זאוניג און עווענטועל פארמירן א אייגענע וויליזש מיט גרינגערע זאונינג

די פן ירבה'ניקס האבן באקומען הייסע פיס און פארמירט א וויליזש אוו סאוט בלומינגראוו אריינעמענדיג די שטח פון די אידישע דעוועלאפערס און אזוי ארום פארלויפן די וועג

אין יענע צייט האבן עטליכע בני משפחת וואגשאל זיך ארויסגעצויגן קיין בלומינגראוו לייגענדיג די אבן הפינה פארן נייעם אידישן יושב
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2016
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:07 pm

א שטיק צייט דערויף האט ר' יעקב יושע'ס זוהן געזיכט מענטעשן וואס זאלן אויסקויפן הייזער פון גוים

------
ר' יחזקאל בראך פארמאגט א בנין אין ב"ג און גיט אריין פאר א פערמיט פאר א ישיבה קטנה בנין פאר מוסדות מהרי"י, נאך לאנגע צעגערנישן קומט די זאך אן אין געריכט
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:08 pm

קרייסלער האט געשריבן:אביסעלע היסטורי

אין די מיטעלע סמ"ך יארן האט ר' יעקב יושע שווארץ פון קרית יואל אנגעבאטן פאר א גרופע אינוועסטערס מחסידי מהרי"י אפצוקויפן די לעיק ענן גאלף רעזארט פראפערטי פאר די סומע פון בערך צען מיליאן דאללער

די חלום האט געלויטעט אז מוועט בויען דירות לויט די דעמאלטסדיגע זאוניג און עווענטועל פארמירן א אייגענע וויליזש מיט גרינגערע זאונינג

די פן ירבה'ניקס האבן באקומען הייסע פיס און פארמירט א וויליזש אוו סאוט בלומינגראוו אריינעמענדיג די שטח פון די אידישע דעוועלאפערס און אזוי ארום פארלויפן די וועג

אין יענע צייט האבן עטליכע בני משפחת וואגשאל זיך ארויסגעצויגן קיין בלומינגראוו לייגענדיג די אבן הפינה פארן נייעם אידישן יושב

און מעז יצא מתוק, אז דער דאן געגרינדעטער ווילעדזש וואס האט געציפט אידן ווי מען האט געקאנט, (פרעגט נאר ווער ס'האט באקומען א טיקעט אמאל פון די סאוט בלומינג פאליציי) איז אצינד גרינג אריינגעפאלן אין אידישע הענט, א זאך וואס זיי האבן דאן נישט פארגעשאצט און אצינד פרובירט צוריקצודרייען דורך אנעקסירן שטחים.
פון יענע אפקויף, ביז דער פאקטישער אויסוואנדערונג פון צענדליגער משפחות האט גענומען ארום 10 יאר.

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:12 pm

פון מיין עקפיריענס מיטהאלטנדיג אסאך מוניציפאלע בארד מיטינגען דארף די בארד גארנישט קיין עקספיריענס אין טאג טעגליכע ווירטשאפט. די מעיאר אדער סופערווייזער דארף יא אביסל קענען די הלוך ילך און האבן איבערזיכט, אבער די עיקר פארלאזט מען זיך אויף די לויער'ס און די ווילידזש קלוירק וועלכע זענען גוט באצאלטע ארבייטער.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:16 pm

זיי ברויכן נאכגיין די טריט פון בלומינגבורג, נאכדעם וואס זיי האבן איבערגענומען די ווילעדזש האבן זיי גענומען א גוטע מהלך, שטיל און איידל אן קיין קריגערייען, נישט מיט די אייגענע און נישט מיט די ארומיגע.

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:19 pm

א זייטיגע נאטיץ.

די ריעל עסטעיט אין בלומינגראוו איז שטארק ארויף היינט

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:23 pm

קרייסלער האט געשריבן:ר' יחזקאל בראך פארמאגט א בנין אין ב"ג און גיט אריין פאר א פערמיט פאר א ישיבה קטנה בנין פאר מוסדות מהרי"י, נאך לאנגע צעגערנישן קומט די זאך אן אין געריכט


די ווילעדזש באאמטע האבן ארויפגעלייגט זייער א טייערע fee פאר יעדע איינציגע פערמיט וואס מ'האט אריינגעגעבן, און אזוי מצליח געווען ארומצושלעפן מיט די זאך.

געוויסע האבן געהאט פארגעשלאגן אן אויסקוק וויאזוי עס וועט זיין לטובה די דאן נייע געגרידעטע ווילעדזש אף סאוט בלומיגראוו, דורכדעם וואס מ'וועט זיי פרובירן צו שלעפן אין געריכט יעדע פאר יאר מיט לאו-סאוטס, און וויבאלד זיי האבן זייער א קליינע צאל איינוואוינער טעקס פעיערס, וועלן זיי ווערן אויסגעטריקנט פון געלט, למעשה מה' מצעדי גבר כונני, און עס האט אנגעהויבן אריינקומען שפעקולאציעס אז מענטשן זאלן אהינמופן, האט מען געטוישט ריכטונג און געווארט פאסיוו וויאזוי די זאך וועט זיך אויסקאכן, ברוך השם מ'האלט שוין דא.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:25 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:ר' יחזקאל בראך פארמאגט א בנין אין ב"ג און גיט אריין פאר א פערמיט פאר א ישיבה קטנה בנין פאר מוסדות מהרי"י, נאך לאנגע צעגערנישן קומט די זאך אן אין געריכט


די ווילעדזש באאמטע האבן ארויפגעלייגט זייער א טייערע fee פאר יעדע איינציגע פערמיט וואס מ'האט אריינגעגעבן, און אזוי מצליח געווען ארומצושלעפן מיט די זאך.

געוויסע האבן געהאט פארגעשלאגן אן אויסקוק וויאזוי עס וועט זיין לטובה די דאן נייע געגרידעטע ווילעדזש אף סאוט בלומיגראוו, דורכדעם וואס מ'וועט זיי פרובירן צו שלעפן אין געריכט יעדע פאר יאר מיט לאו-סאוטס, און וויבאלד זיי האבן זייער א קליינע צאל איינוואוינער טעקס פעיערס, וועלן זיי ווערן אויסגעטריקנט פון געלט, למעשה מה' מצעדי גבר כונני, און עס האט אנגעהויבן אריינקומען שפעקולאציעס אז מענטשן זאלן אהינמופן, האט מען געטוישט ריכטונג און געווארט פאסיוו וויאזוי די זאך וועט זיך אויסקאכן, ברוך השם מ'האלט שוין דא.

יאפ, ווער וואלט זיך געגלויבט.

איגערקע
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך איגערקע » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:27 pm

יום זה לישראל אורה ושמחה. עס איז א היסטארישע טאג פאר אמעריקאנעם אידנטום!!!

פילע גלעזלעך קאווע מיט קאצקע צוקער.. זענען אויסגעטרינקען געווארן, אין די קאווע שטיבער לענגאויס נוי יארק, אנעלזירן דעם נושא. פאר זעקס יאר צוריק, האט דאס מערהייט פונעם ציבור געלאכט דערפון און עס אנגעקוקט ווי א ווייטן חלום, זיך ארויסציען צו א נייע ישוב? עס וועט קיינמאל נישט פאסירן... ס'וועט זיך נישט אויסארבעטן... וכו' וכו'

אבער וואויל איז דער חלק פון די אינגעלייט וואס האבן יא גענומען די דראסטישע שריט, און זיך ארויסגעצויגן צו א ארץ לא זרועה. והיה ראשיתך מצער: עס איז געווען זייער שווער אנפאנג, אבער היינט ווערט מקיום ואחריתך ישגה מאד!

געלויבט דער באשעפער, עס איז א נחת צו זעהן אזא הערליכע אידישע שטאט. פאליטיק, מחלוקות, ניין זאג איך דיר!, אהבה אחוה שלום ורעות יא זאג איך דיר!. מיט א שטארקע ברודערשאפט זענען בלומיגראווע איינוואוינער ארויס געקומען נעכטען און געווארט אין די לאנגע ליניע פאר איינס ביז דריי שעה, צו פאלגן דעת תורה און אריין וועלן היימישע קאנדידאטן וואס וועלן בעזרת ה' פארטרעטן אונזערע רעכטן.

די וואונדערליכע געשעניש, וועט פארשריבן ווערן מיט גאלדענע בוכשטאבן, אין די ביכער פון אידישע היסטאריע!!!

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:27 pm

לגבי וואסער, לעיק עננע האט א פונקטליכע פלאן וויאזוי צו באקומען וואסער אפילו אן די הילף פון פאלם-טרי, איך גלייב אז זיי גייען קוקן וואו עס לוינט זיי פינאנציעל, און ווי שטארק מ'וועט מוזן זיין אבליגעיטעד צו די פאלם טרי באהערדע אויב מ'נעמט וואסער פון זיי.

אין די לאנג ראן לוינט בלומיגראוו צו האבן אן אייגענע וואסער סיסטעם.

(באר שבע האט אויך אין פלאן נישט זיך צו פארפליכטן צו פאלם טרי, לויט מיין אינפארמאציע)

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:28 pm

קרייסלער האט געשריבן:די ב"ג איינוואוינער זענען בכלל נישט אינטערסירט אז סזאל אפראווד ווערן מולטי הייזער דעוועלאפמענטס
די ערשטע טעסט וועט זיין אויב זיי גייען אנהאלטן די יעצטיגע פלענער פון זעקס הונדערט הייזער פאר די לעיק ענן דעוועלאפמענט אדער זיי לאזן בויען מער

האסט אפילו א ספק, פארוואס נאר זעקס הונדערט הייזער? ווען דו לערנסט פרשת שמות און דו זאגסט פן ירבה זעסטו זיך אין שפיגל? וויפיל עיקער איז די פראפערטי?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:30 pm

די זעקס הונדערט נוצט בכלל נישט אויס דעם גאנצן שטח, ס'איז דא גענוג פלאץ צו בויען א שטייגער ווי די זעקס הונדערט הייזער.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:37 pm

שמואל בארג האט געשריבן:די זעקס הונדערט נוצט בכלל נישט אויס דעם גאנצן שטח, ס'איז דא גענוג פלאץ צו בויען א שטייגער ווי די זעקס הונדערט הייזער.

איך האב זיך באצויגן צו קרייסלער וואס וויל עפעס נאר ווייניג דירות אין לעיק ענן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
yoy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך yoy » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:39 pm

פעשליך האט געשריבן:חסדי השם!!! א היסטארישע טאג פאר יהדות בלומינגראוו!

מזל טוב תושבי בלומינגראוו!

וואס אחדות קען באווייזען קענען די גרעסטע פאלעטישענס נישט באווייזן!

די ראזעלטאטען קומען יעצט אריין. אלע קהילות אינדארסירטע קאנדידאטען האבן געווינען מיט א שטארקע מערהייט!

א גוטע נאכט!


צום סוף..

ווער איז דער מענטש דא,

די קאָמפּען איז געלויפן זייער שטיל

ווער איז די דער הויפּט ארכיטעקט אויף דעם געווינס,

לכל הפּחות - וועמען זאָגט די גאַס, ער איז דער מענטש?

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:41 pm

למעשה איז עס א היסטארישע דערגרייכונג פאר כלל ישראל, ויראו שונאינו ויבושו, כל כלי יוצר עליך לא יוצלח וכל לשון תקום אתך למשפט תרשיעי, לאמיר זען וואס דא וועט זיך אויסקאכן, די ריכטיגע טשאלענדזש וועט עווענטועל זיין אין די סקול דיסטריקט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

מענדל
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 26, 2016 7:26 pm

Re:

תגובהדורך מענדל » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:42 pm

דורך מיללער » דינסטאג יולי 29, 2014 10:59 am
מיללער האט געשריבן:כראנאלאגאישע אנטוויקלונגען פונעם שטעטל אין בלומינג-גראוו

מיט אכט יאר צוריק האבן א גרופע חסידישע אינוועסטירער אפגעקויפט א ריזיגן באדן פון אריבער 750 אקער לאנד אינעם טאון אוו בלומינג-גראוו פאר די סומע פון 15 מיליאן דאלאר. 5 מיליאן איז געווארן באצאלט אויפן פלאץ און די איבריגע צעהן מיליאן האט דער מוכר צוגעשטעלט אין א מארגעדזש.
די פלענער האבן געלויטעט אז מ'זאל בויען די ערשטע עטליכע הונדערט דירות לויט די טאון זאונינג קאודס, און איינמאל עס וועלן וואונען דארט 500 רעגיסטרירטע וויילער וועט מען זיך אפטיילן אונטער א ווילעדזש ענדליך צו וואס קרית יואל האט געטאן בשנת תשל"ז, און דערנאך וועט מען אונטער אייגענע זאונונינג קאודס קענען בויען טויזנטער דירות פאר היימישע אידן.
והרשעים כים נגרש, די שכינים דערוויסנדיג זיך פון די פלענער האבן נישט אויסגעהאלטן אז דאס קען פאסירן, האבן זיי אין די איילעניש געשאפן דעם "ווילעדזש אוו סאוט בלומינג-גראוו" וואס נעמט אריין א גרויסן שטח פון די טאון אוו בלומינג-גראוו כולל די דערמאנטע באדנס, און אזוי ארום זענען זיי פארלאפן די וועג אז פאטענציעל זאל זיך קענען גרינדן א חסידישע ווילעדזש דארט, לויט די סטעיט פארשריפטן אז איינוואונער פון א ווילעדזש קענען זיך נישט אפרייסן צו ווערן א ווילעדזש אינערהאלב א ווילעדזש. די זעלבע האט דער נייער ווילעדזש דעמאלס פארשטערקערט די זאונינג געזעצן און דערמיט פארשווערט די אריגינעלע פלענער פאר א שטעטל.
דאס האט געפירט אז די אינוועסטירער זענען געווארן מיד פון באצאלן דעם גרויסן מארגעדזש און זיי האבן געפיילט באנקראט, דער מוכר האט געשטעלט דעם באדן פאר פארקלאוזשער און די אינוועסטירער האבן פארלאגנט באנקראט פראטעקציע זאגנדיג אז זיי גייען זיך רעארגענעזירן און אריינגעבן נייע דעוועלאפמענט פלענער, און אויב דאס גייט אדורך וועלן זיי ווייטער באצאלן די מארגעדזש כבשנים קדמוניות.
היינט קומט אריין די נייעס אז די אינווערסטירער, דורך זייער פארשטייער הרה"ח ר' זושא געלב הי"ו פון קרית יואל, האבן אריינגעגעבן פרישע דעוועלאפמענט פלענער, אונטער וועלכע זיי וועלן אנטוויקלען 140 פון די 750 אקער-לאנד אין 566 "איינצלנע-פאמיליע" דירות, וואס איז אין איינקלאנג מיט די ווילעדזש אסב"ג זאנונינג געזעצן, און דערצו וועלן זיי אויפבויען אן אייגענעם "סוער טריטמענט פלענט" (וואס דאס וואלט געווען אן אויסרייד פון די וואסב"ג נישט צו באשטעשטיגן די פלענער, אבער וואסער טענה'ען זיי איז דא גענוג אין די ווילעדזש קוועלער צו שפייזן דעם דעוועלאפמענט).
אויב ווערט דאס באשטעטיגט, קענען זיך 566 משפחות ארויסציען קיין בלומינג-גראוו אין א צייט אפשניט פון 4 יאר נאך די באשטעטיגטע פלענער, און עווענטועל וועט דאס אריינברענגען לכה"פ 1200 שטים-בארעכטיגטע בירגער וואס וועלן קענען האבן א ווארט איבער די וואסב"ג און זאגאר די טאב"ג איבערצונעמען די ווירטשאפט און טוישן די זאונינג געזעצן, צו קענען אקאמאדירן ברייטערע דעוועלאפמענטס.

מטעם די וואסב"ג האט זייער אדוואקאט געזאגט פאר די רעקארד אז דער ווילעדזש וועט אויפנעמען דעם אפליקאציע מיט יושר און געזעץ, און אדורכטאן די פלענער איידערן שאפן א באשלוס.

ר' זושא געלב האט נישט געענטפערט די רעקארדס רוף.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:43 pm

אלץ א זייטיגע אמת / ווערטל, אויב די חברה אין וואודבארי ווילן זען א ענליכע זיג, זאלן זיי שוין רופן ר' יואל אבערלאנדער'ן מאכן א שאטל, לויט מיין דרויסענדיגע אבזערוואציע קומט זיך אים די קרעדיט (כאטשיק אין גרויסן טייל) זיין מיטמאכעניש פון די חברה האט שטארק מאטיווירט די וועלער, רשעות האט א גבול, דאס האבן די חברה פארזען.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: Re:

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:45 pm

מענדל האט געשריבן:דורך מיללער » דינסטאג יולי 29, 2014 10:59 am
מיללער האט געשריבן:כראנאלאגאישע אנטוויקלונגען פונעם שטעטל אין בלומינג-גראוו

מיט אכט יאר צוריק האבן א גרופע חסידישע אינוועסטירער אפגעקויפט א ריזיגן באדן פון אריבער 750 אקער לאנד אינעם טאון אוו בלומינג-גראוו פאר די סומע פון 15 מיליאן דאלאר. 5 מיליאן איז געווארן באצאלט אויפן פלאץ און די איבריגע צעהן מיליאן האט דער מוכר צוגעשטעלט אין א מארגעדזש.
די פלענער האבן געלויטעט אז מ'זאל בויען די ערשטע עטליכע הונדערט דירות לויט די טאון זאונינג קאודס, און איינמאל עס וועלן וואונען דארט 500 רעגיסטרירטע וויילער וועט מען זיך אפטיילן אונטער א ווילעדזש ענדליך צו וואס קרית יואל האט געטאן בשנת תשל"ז, און דערנאך וועט מען אונטער אייגענע זאונונינג קאודס קענען בויען טויזנטער דירות פאר היימישע אידן.
והרשעים כים נגרש, די שכינים דערוויסנדיג זיך פון די פלענער האבן נישט אויסגעהאלטן אז דאס קען פאסירן, האבן זיי אין די איילעניש געשאפן דעם "ווילעדזש אוו סאוט בלומינג-גראוו" וואס נעמט אריין א גרויסן שטח פון די טאון אוו בלומינג-גראוו כולל די דערמאנטע באדנס, און אזוי ארום זענען זיי פארלאפן די וועג אז פאטענציעל זאל זיך קענען גרינדן א חסידישע ווילעדזש דארט, לויט די סטעיט פארשריפטן אז איינוואונער פון א ווילעדזש קענען זיך נישט אפרייסן צו ווערן א ווילעדזש אינערהאלב א ווילעדזש. די זעלבע האט דער נייער ווילעדזש דעמאלס פארשטערקערט די זאונינג געזעצן און דערמיט פארשווערט די אריגינעלע פלענער פאר א שטעטל.
דאס האט געפירט אז די אינוועסטירער זענען געווארן מיד פון באצאלן דעם גרויסן מארגעדזש און זיי האבן געפיילט באנקראט, דער מוכר האט געשטעלט דעם באדן פאר פארקלאוזשער און די אינוועסטירער האבן פארלאגנט באנקראט פראטעקציע זאגנדיג אז זיי גייען זיך רעארגענעזירן און אריינגעבן נייע דעוועלאפמענט פלענער, און אויב דאס גייט אדורך וועלן זיי ווייטער באצאלן די מארגעדזש כבשנים קדמוניות.
היינט קומט אריין די נייעס אז די אינווערסטירער, דורך זייער פארשטייער הרה"ח ר' זושא געלב הי"ו פון קרית יואל, האבן אריינגעגעבן פרישע דעוועלאפמענט פלענער, אונטער וועלכע זיי וועלן אנטוויקלען 140 פון די 750 אקער-לאנד אין 566 "איינצלנע-פאמיליע" דירות, וואס איז אין איינקלאנג מיט די ווילעדזש אסב"ג זאנונינג געזעצן, און דערצו וועלן זיי אויפבויען אן אייגענעם "סוער טריטמענט פלענט" (וואס דאס וואלט געווען אן אויסרייד פון די וואסב"ג נישט צו באשטעשטיגן די פלענער, אבער וואסער טענה'ען זיי איז דא גענוג אין די ווילעדזש קוועלער צו שפייזן דעם דעוועלאפמענט).
אויב ווערט דאס באשטעטיגט, קענען זיך 566 משפחות ארויסציען קיין בלומינג-גראוו אין א צייט אפשניט פון 4 יאר נאך די באשטעטיגטע פלענער, און עווענטועל וועט דאס אריינברענגען לכה"פ 1200 שטים-בארעכטיגטע בירגער וואס וועלן קענען האבן א ווארט איבער די וואסב"ג און זאגאר די טאב"ג איבערצונעמען די ווירטשאפט און טוישן די זאונינג געזעצן, צו קענען אקאמאדירן ברייטערע דעוועלאפמענטס.

מטעם די וואסב"ג האט זייער אדוואקאט געזאגט פאר די רעקארד אז דער ווילעדזש וועט אויפנעמען דעם אפליקאציע מיט יושר און געזעץ, און אדורכטאן די פלענער איידערן שאפן א באשלוס.

ר' זושא געלב האט נישט געענטפערט די רעקארדס רוף.

דאס מיינט זיי האבן שוין געקויפט דעם באדן פערצן יאר צוריק, ואו
לעצט פאראכטן דורך lebediger berel אום מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:45 pm

lebediger berel האט געשריבן:למעשה איז עס א היסטארישע דערגרייכונג פאר כלל ישראל, ויראו שונאינו ויבושו, כל כלי יוצר עליך לא יוצלח וכל לשון תקום אתך למשפט תרשיעי, לאמיר זען וואס דא וועט זיך אויסקאכן, די ריכטיגע טשאלענדזש וועט עווענטועל זיין אין די סקול דיסטריקט.

דער טשעלענדזש איז שוין אין פולן.
בערניו טייערער, מן הסתם האט איר שוין אויסגעהערט דעם Q AND A פון די UJC
ווערט דארט ארום גערעדט איבער די שמוציגע טאקטיקן פונעם דיסטריקט איבער די באסינג אישו.
ווילאנג מען האט נישט געשיקט קיין לויער בריוו סטראשענדיג מיט א לאו סוט.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:47 pm

ניין כ'האב עס נישט אנגעפאנגען צו הערן, ס'יז אין די פלאן איין טאג, אפשר ליל ניטל. איך מיין צו זאגן ווען די אידישע וויילער וועלן זיין א מאיראטעיט אזוי ווי אין איסט ראמאפא, דאס איז א טשעלענדזש
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:48 pm

lebediger berel האט געשריבן:ניין כ'האב עס נישט אנגעפאנגען צו הערן, ס'יז אין די פלאן איין טאג, אפשר ליל ניטל. איך מיין צו זאגן ווען די אידישע וויילער וועלן זיין א מאיראטעיט אזוי ווי אין איסט ראמאפא, דאס איז א טשעלענדזש

ס'דא זייער א גרינגע עצה, 'דער איז נאו טעקסעישאן וויטאוט רעפרעזענטעישאן', אויב ווילן זיי נישט קיין דעות אין סקול דיסטריקט, קאנען זיי באפרייען די וואס שיקן ניט דארט פון די טעקס.
אלע פראבלעמען וועלן געלעזט ווערן.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:51 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:ניין כ'האב עס נישט אנגעפאנגען צו הערן, ס'יז אין די פלאן איין טאג, אפשר ליל ניטל. איך מיין צו זאגן ווען די אידישע וויילער וועלן זיין א מאיראטעיט אזוי ווי אין איסט ראמאפא, דאס איז א טשעלענדזש

ס'דא זייער א גרינגע עצה, 'דער איז נאו טעקסעישאן וויטאוט רעפרעזענטעישאן', אויב ווילן זיי נישט קיין דעות אין סקול דיסטריקט, קאנען זיי באפרייען די וואס שיקן ניט דארט פון די טעקס.
אלע פראבלעמען וועלן געלעזט ווערן.

יא יא, דער פראבלעם איז נאר זיי האלטן דו זאלסט צאלן און די דעה זאלן האבן די פאבליק סקול עלטערן, זיי פראבירן עס צו א געוויסע ראטע פון סוקסעס אין איסט ראמאפא
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:54 pm

lebediger berel האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:ניין כ'האב עס נישט אנגעפאנגען צו הערן, ס'יז אין די פלאן איין טאג, אפשר ליל ניטל. איך מיין צו זאגן ווען די אידישע וויילער וועלן זיין א מאיראטעיט אזוי ווי אין איסט ראמאפא, דאס איז א טשעלענדזש

ס'דא זייער א גרינגע עצה, 'דער איז נאו טעקסעישאן וויטאוט רעפרעזענטעישאן', אויב ווילן זיי נישט קיין דעות אין סקול דיסטריקט, קאנען זיי באפרייען די וואס שיקן ניט דארט פון די טעקס.
אלע פראבלעמען וועלן געלעזט ווערן.

יא יא, דער פראבלעם איז נאר זיי האלטן דו זאלסט צאלן און די דעה זאלן האבן די פאבליק סקול עלטערן, זיי פראבירן עס צו א געוויסע ראטע פון סוקסעס אין איסט ראמאפא

יא יא.
וועלמיר זעהן וויאזוי דאס וועט זיך אויסשפילן אין די העכערע געריכטן, אין ראמאפא.
די שאלה איז זייער א פונדעמענטאלע, הלמאי איך צאהל און יענער נוצט.
מען האט געזעהן ביים ק''י סקול דיסטריקט אז דער קעיס איז געווארן א פרעצעדענט.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט