קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 10:39 pm

מצה בעקערי האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:וואס מיינט דאס ? א נייע דעוועפלמענט? נאכדערצו פונקט אין דער בלאט , מה פשט?

געהערט זאגן אז mk realty נעמט איבער exit

Not to both are there

יונה
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » פרייטאג אפריל 19, 2019 10:15 am

אידן שעפן מים שלנו נעכטן נאכט אין די נייע בעקעריי.

ושאבתם מים בששון!
צוגעלייגטע
IMG-20190419-WA0001.jpg
IMG-20190419-WA0001.jpg (65.48 KiB) געזעהן 2744 מאל
IMG-20190419-WA0002.jpg
IMG-20190419-WA0002.jpg (67.32 KiB) געזעהן 2744 מאל

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג אפריל 29, 2019 10:22 pm

איז אמת אז זיי געבן שוין נישט סעקשן 8 פאר דרויסנדיגע איינוואוינער?

הרב_שלום
שר חמשת אלפים
תגובות: 5209
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מאנטאג אפריל 29, 2019 10:59 pm

א הויז מיט א לאט צו פארקויפען פאר 450 טויזענט שיקט אן אימעיל צו 2901756@gmail.com
Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג אפריל 30, 2019 5:28 am

דברים אלו האט געשריבן:איז אמת אז זיי געבן שוין נישט סעקשן 8 פאר דרויסנדיגע איינוואוינער?

ווער ? בלומינגבורג ?

יונה
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » זונטאג מאי 05, 2019 11:00 pm

צו ליינען א לענגערע באשרייבנוג איבער די שטאט בלומינגבערג, ווי אויך אן אינטערוויא מיטן מעיאר פונעם ווילעדש מיסטער ראסעל וואד הצעיר יר"ה, קליקט דעם לינק, ליינט און האט הנאה.

http://bit.ly/2WqLAuV

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג מאי 05, 2019 11:24 pm

יונה האט געשריבן:צו ליינען א לענגערע באשרייבנוג איבער די שטאט בלומינגבערג, ווי אויך אן אינטערוויא מיטן מעיאר פונעם ווילעדש מיסטער ראסעל וואד הצעיר יר"ה, קליקט דעם לינק, ליינט און האט הנאה.

http://bit.ly/2WqLAuV

די באשרייבונג איז אינטערסאנט, רייך, און אינפארמאטיוו,
די אינטערוויוער מען זיך נאך אביסל צולערנען די מלאכה וויאזוי מ'קלויבט וועלכע שאלה.
לעצט פאראכטן דורך איש האשכולות אום זונטאג מאי 05, 2019 11:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

מצה בעקערי
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

תגובהדורך מצה בעקערי » זונטאג מאי 05, 2019 11:36 pm

יונה האט געשריבן:צו ליינען א לענגערע באשרייבנוג איבער די שטאט בלומינגבערג, ווי אויך אן אינטערוויא מיטן מעיאר פונעם ווילעדש מיסטער ראסעל וואד הצעיר יר"ה, קליקט דעם לינק, ליינט און האט הנאה.

http://bit.ly/2WqLAuV

פאר די אידעלעך וואס קענען נישט עפענען zip folder
https://kiryasyetevlev.us19.list-manage ... 19b6acf223

יונה
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » פרייטאג מאי 10, 2019 10:44 am

come.png
come.png (701.25 KiB) געזעהן 1363 מאל

גליקליכער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

תגובהדורך גליקליכער » דינסטאג מאי 14, 2019 2:31 pm

די פאלגענדע האב איך היינט געשריבן אין די VV עקספאו שטרענגל, אבער למען יעמדו ימים רבים וועל איך עס לייגן דא אויך.

איך האב מיך משתתף געווען ביי די עקספאו מיט די הארץ, מריחוק מקום וקירוב לב, אזוי ווי איך האב שוין געטון דעם קלוגן שריט וואס מיין ווייב און קינדער זענען מיר דאנקבאר יעדן איינציגסטן טאג, און איך בין מיר אויך דאנקבאר, הודו לה'. איך וואוין אין א געוואלדיגע הרחבה אין עיר ואם בישראל בלומינגבורג יצ"ו.

ליינענדיג די פארשידנארטיגע תגובות פון באזוכער און אויך פון עסקנים [פענס בלע"ז] פון פארשידענע דעוועלאפמענטס און שטעטלעך, קוועלט דאס הארץ פון דעם גאנצן גלאבאלן בילד, ענדליך עפענט זיך דער עולם די אויגעלעך, און מ'וועגט אפ די אפציעס, וואס פאר איינעם איז א מעלה איז ביי א צווייטן א חסרון, הצד השוה פון אלע נייע שטעטלעך אז ס'איז אסאך מער אפארדעבל ווי די שטאט, נאך אלע קאלקולעיטערס און חשבונות, די נומערן פון די שטאט הייבט נישט אן צו שטימען מיט די הכנסה פון רוב מענטשן, און אויב איינער איז שוין מסודר מיט א אויסגעצאלטע דירה, און ער קען יא זיך ערלויבן די הויכע טעקס נאך די טעקס עבעיטמענט איז אפגעלאפן, וועט ער זיך זארגן פאר זיינע קינדער, די ריעל עסטעיט מארקעט אין די סיטי איז רעקארד הויך, און נישט געאייגנט פאר רוב סתם עמך אידן. פינטל.

אפאר קרישקעלעך בנוגע אונזער שטאט בלומינגבורג, וואס ווי איך זע איז עס נישט געהעריג געדעקט דא.

גרויסע דעוועלאפמענט
די טשעסטנאט רידזש דעוועלאפמענט, וואס די דעוועלאפערס האבן מיט דעם ארויפגעברענגט דעם שטאט בלומינגבורג אויף די היימישע מאפע, איז דערווייל די גרעסטע דעוועלאפמענט אין שטאט, און איז נאך אלס די געשמאקסטע אויסוואל - דערווייל, סיי פינאנציעל, סיי מיט די סביבה, די דעוועלאפמענט איז א שטאט פאר זיך, מיט שכנים וואס לעבן ווי ברודער און שוועסטער, בעיבי סיטינג, ארויסגיין צוזאמען, א עקסטערע קאפיטל די פלעי גראונדס און קינדער פריינטליכע אקאמאדאציעס, די גרויסע רחבות'דיגע דירות, מיט שטחים אין און ארום דעם דעוועלאפמענט, אפגערעדט זינט דער ביהמ"ד איז פארגרעסערט און פארשענערט געווארן, מיט מקוה און מנינים שחרית מנחה מעריב, שטיבלעך צו דאווענען און פלאץ צו לערנען, א גרויסע אפענע פארקינג לאט, דאס איז נישט מעגליך מסביר צו זיין, איינער וואס קומט אויף א שבת אדער א וואך צוויי וועט עס דערהערן, אבער נאר איינער וואס וואוינט דא קען עס אמת'דיג פארשטיין. רוב רענטערס וואס דינגען אין דעוועלאפמענט און ווילן קויפן, וועלן זוכן דא צו בלייבן, און נישט גיין אויסער'ן דעוועלאפמענט.
אליה וקוץ בה: טעקס!
נאך די אלע שטרויכלונגען און שפיצלעך שמירים און בעקיפין וואס געוויסע אומפריינטליכע שכנים (רוב זענען שוין היינט "געוועזענע" שכנים, קוים געבליבן א זכר פון זיי) מיט די הילף פון געוויסע אינערהאלב די אינסטאנצן וואס האבן געזוכט אז דער דעוועלאפמענט זאל אונטערגיין און קיין איד זאל נישט איבערטרעטן די שוועל פון בלומינגבורג האבן אונטערגעלייגט אויף טריט און שריט, און ב"ה ס'איז מקויים געווארן והקב"ה מצילנו מידם, אין א לעצטע פרואוו נאך אלע דורכפעלער פרובירן זיי זיך נוקם זיין אין די נחשונים דעוועלאפערס, און האבן אויסעגעבן זייער כעס מיט העכערן די טעקס אויף די הייזער, וואס האט נישט קיין פארגלייך אין דעם געגענט ווי טעקס איז גאנץ ביליג, דעריבער ווערט עס מיט השי"ת'ס הילף געפייט אין קארט, און ווי עס זעט אויס וועט עס בעזהשי"ת זיכער אראפגיין בעזהשי"ת, די שאלה איז נאר מיט וויפיל, באער וועט זיכער זיין היפש וויניגער ווי ס'איז יעצט.

פריוואטע הייזער ארום די שטאט
דער מציאות כהיום הזה, אז די דעוועלאפמענט איז נאר א חלק פון דעם שטעטל, בלויז א דריטל פון די היימישע באפעלקערונג וואוינט אין דעוועלאפמענט, צוויי מאל אזויפיל וואוינען דורכאויס דעם ברייטן און צו שפרייטן שטאט, וואס האלט אין איין רוקן אירע גרעניצן לענגער און ווייטער, מענטשן קויפן הייזער אויף אלע זייטן, א חלק מופן זיך תיכף אריין, און א חלק פארדינגען עס ביז זיי אדער זייערע קינדער זענען גרייט צו מופן און עס נוצן פאר זיך, אויך זענען דא וואס האבן געקויפט פאר אינוועסטמענט.

רוב הייזער אייגנטומער האבן געכאפט מציאות וואס איז ווייניג דא צו טרעפן ווי אימער, פארשטייט זיך אז די וואס האבן געצאלט 150 אלפים אדער 180 פאר פארהעלטניסמעסיג גוטע הייזער, מיט אייגענע שטח ארום, האבן געכאפט א געהרג'עטע מציאה, און צאלן חודש'ליך פאר א אייגענע מלוכה ווייניגער ווי מ'צאלט אין שטאט פאר א 1 בעדרום חתן כלה דירה, אבער אפילו די וואס האבן געקויפט פאר 200 און ארויף, אדער די וואס האבן געקויפט ריזיגע גאנץ נייע הייזער פאר ארום 300 טויזנט, האבן אויך געכאפט א מציאה, ס'קאסט זיי א חודש א שיבוש, די טעקס אויף די פריוואטע הייער זענען דורכשניטליך פון פיר ביז זיבן טויזנט דאללאר, אנגעבליך גייט די ווילידזש טעקס אראפגיין אין א יאר צוויי, נאך וואס זיי האבן עס געהויבן אנצופילן א צייטווייליגע לאך אין די שטאטישע קאסע, אויסער דעם, ווי מער משפחות ציען זיך אריין, ווערט די טעקס ממילא עטוואס קלענער, ווייל עס איז געבעיסד אויף א בודזשעט.
און די סארט הייזער קומט כסדר אויף, איינער האט יעצט געקויפט א הויז פאר אונטער 300, ער דארף אריינלייגן א קאך און אביסל טוישן פלארס, ער גייט האבן פאר ארום 310 טויזנט א גרויסע שיינע אייגענע הויז, מיט גרויסע גראונדס, ס'גייט אים קאסטן חודש'ליך אלעס אינאיינעם אזויווי א צוויי בעדרום רענטל אין שטאט אויפ'ן אכטן שטאק. לכאורה פון די ביליגסטע וואס איז דא אויפ'ן אידישן מארק אין די טריי סטעיט.

נייע דעוועלאפמענטס
טראץ וואס אויבן אויף זעט אויס די פריוואטע הייזער אפציע די געשמאקסטע און אויך פינאנציעל צוגענגליך, זענען דאך דא אסאך מענטשן, ספעציעל די וואס קומען פון די קאמפרעסטע שטאט, און זענען געוואוינט צו וואוינען נישט אזוי ווייט איינער צום צווייטן - מילד גערעדט, וועלן זיך דאס בעסטע געפינען אין א דעוועלאפמענט נאנט צווישן אנדערע, כאטש ווייט נישט אזוי נאנט ווי מ'איז געוואוינט אין שטאט צו וואוינען ווי א טונא צווישן צוויי שטיקלעך ברויט, אבער דאך גענוג נאנט, און די קינדער האבן די קאמפאני ביי די האנט, מ'ווארט אויף די באסעס אינאיינעם, מ'גייט שאפינג אינאיינעם, א שפיל פלאץ פאר מערערע משפחות אינאיינעם, אא"וו, פאר דעם קומען ארויף אין בלומינגבורג בע"ה אין די קומענדיגע חדשים לכל הפחות פיר אזוינע דעוועלאפמענטס וואס זענען שוין אפרואווד, אדער האלטן אינמיטן ווערן אפרואווד, רוב גייט גיין צום מארק צו פארקויפן, א טייל גייען פארדינגען, די דעוועלאפמענטס זענען אין עטליכע אנדערע טיילן פון שטאט, אזוי אז מ'האט אן אויסוואל לויט וואו מ'האט בעסער ליב, די לעיאוטס, סייזעס פרייזן וכדומה, דאס וועט געבן א גרויסע און שיינע סעלעקשאן פאר איינעם וואס שפירט אז דער דעוועלאפמענט איז נישט פאר אים, די פרייזן וועלן לויפן פון ווייניגער ווי 250 טויזנט, ווענדט זיך אין די סייזעס, און טעקס אויף אזעלכע דירות איז אויך גאנץ צוגענגליך, אזוי אז א דורכשניטליכע אינגערמאן / משפחה וועט קענען האבן א ברענד נייע שיינע פיר אדער פינף בעדרום דירה פאר א נישטיגע פרייז, נישט דא אין ערגעץ אזאנס צו באקומען.

פאסיליטיס / מוסדות
יעדע נייע שטעטל נעמט צייט ביז ס'ווערט מסודר אלע געברויכן ווי בתי מדרשים, מוסדות, דאקטוירים, ארגאניזאציעס, אד"ג.
דא איז א גרויסע סייעתא דשמיא אז דא אן שטאט איז שוין פארהאן עטליכע שיינע שולן און הערליכע בנינים פאר מוסדות התורה ווי אויך א הערליכע מעדיקל סענטער, שיינער שמחה זאל, פראכטפולע מקואות, א דאנק פאר די דעוועלאפערס וועלכע האבן זיך גאר שיין צוגעשטעלט, סופער מארקעט מיט א גרויסע אויסוואל פון אלעם, בוטשער, פיש סטאר, היימישע בעקעריי, א גרויסע שיינע הארדווער און האוזוועיר סטאר, און די נייע מצה בעקעריי (נתייסד דורך הרב יצחק לאפפלער נ"י) ווי אויך איז דא הצלה, חברים, ביקור חולים, גמ"ח'ן פון אלע מינים, (אפילו פייער לעשער איז דא פון די היימישע ציבור), אויב וויל מען גיין א ערנסטע שאפינג איז דא די ריזיגע מידלטאון מאלל מינוטן אוועק פון דא, און אפילו אויב וויל מען גיין קיין קרית יואל קויפן א בעקישע אדער א שטריימל, איז דא א שאטל אגאנצן טאג, א וועג פון 25-30 מינוט, כמעט קיינמאל נישט דא דא אזא באגריף ווי טרעפיק, רוב סוחרים דעליווערן אהער פון דריי גודס און אנדערע חפצים, ס'קומען כסדר פאר דא אויפ'ן פלאץ סעילס פון מלבושים, קינדער זאכן, שיך אא"וו. עס שפירט זיך כמעט נישט אז עפעס פעלט דא.

צוזאמענשטעל פון איינוואוינער
עס איז א וואונדערליכע געשמאקע מישמאש פון איינוואוינערס, פון פארשידענע סטאנדארטן, טראץ וואס אלעס איז מער ווייניגער חסידי'ש בערך פון זעלבן חדר, דאך איז דא פון אלע סארטן, כולל אינגעלייט, ווארעמע חסיד'ישע לומדי תורה, דערנאך איז א אויך כלי קודש ווי מלמדים וכדומה, דערנאך איז דא בעל הבית'ישע געשפטסלייט, מיט בלויע העמדער אדער מיט דיקע קאנסטקראשען שיך, ביז ווייסע קאלנער אפיס ארבעטער און גרויסע ביזנעסלייט, פון גאר שיינע קארס ביז קליינע צוקלאפטע קלאנקערס, אלע מינים לבושים ביי מענער און ביי פרויען, פון אלע סאטמערע פראקציעס, און א אנזעהבארער אנוועזנהייט פון אנדערע חסידות'ן שבאו כאן להשתקע, א הערליכע מיקס. איין זאך, עס הערשט א מורא'דיגע אהבה ואחדות.

זומער / גאנץ יאר לעבן אויפ'ן וועג צו די קעטסקילס

דער געגנעט ווי בלומינגבורג געפינט זיך איז א מורא'דיגע מעלה, וואס איך האב עס נישט דערהערט ביז איך האב עס אליין עקספיריענסד, זיין א צוויי מינוט פון עקסיט פון א מעידזשאר הייוועי איז א אומשאצבארע מתנה, אין גאר אסאך הינזיכטן, וואו און ווען מ'וויל גיין איז מען ביים הייוועי.
אבער וואס טוט עס אויך ארויפברענגען אויף די מאפע און שטייט גאר באקוועם איז עס צום באנוץ פון סתם דורכפארער, דער הייוועי רוט 17 איז א גאנצן יאר פול מיט אידישע רייזנדער, אידן וואס פארן ארבעטן אין די מאונטענס, אדער וואקעישענערס פארנדיג צו די אידישע האטעלן אפסטעיט, אדער צו זייערע וואקאציע הייזער, שוין אפגערעדט וואס גייט פאר יעדן פרייטאג ווען טויזנטער אידן פארן ארויף מלקט זיין ניצוצות אין די קעטסקיל בערג יעדע איינציגסטע וואך, און צוריק נאך שבת.
ס'ווערט מער און מער די אידן וואס קומען דא אריין זיך אריינכאפן אין צו די מנינים פון שחרית, אדער צו מנחה מעריב, איינקויפן אין די לאקאלע געשעפטן, און פיל האבן שוין נהנה געווען פון הצלה דבלומינגבורג, אדער די חברים ד'בלומינגבורג, א שיינע צאל קאלס פון די אומגעגענט ווערט געקאווערט דורך די איבער צען בלומינגבורגער חברים מעמבערס.

מאנטיסעלא
עס איז ישט קיין סוד אז עס ווירבלט א הערליך ליטוויש שטעטל מיט א שיינע ישיבה, און בערך הונדערט משפחות א גאנץ יאר, נאך מער באקאנט איז דער וויזניצער שטעטל באקאנט אלס "גיבער'ס", מיט א גרויסע ישיבה און נאנט צו הונדערט משפחות, יעצט גייען זיי צובויען נאך איבער 90, און ארבעטן אויף נאך.
חוץ פון דעם, עטליכע מייל אראפ, אין די שטאט מאנטיסעלא, וואוינען שוין יעצט 60 משפחות, און עס קומען פאר גרויסארטיגע פלענער צו בויען אסאך שיינע נייע דירות, פון די הויפט אנפירער פון דעם שטאט איז דער חשוב'ער בונה ומקים הרבני הנגיד הרב יצחק לאפפלער, מיקירי תושבי בלומינגבורג, וועלכער האט א רעקארד פון טון און אויספירן.
דער ישוב אין מאנטיסעלא איז בלויז 20 מינוט אוועק פון בלומינגבורג, איבעריג צו זאגן וואס דאס מינט אז עס גייט ווירבלען היימישע שטעט א 20 מינוט ווייטער פון בלומינגבורג.

טשעסטער
טראץ וואס מיר זענען נישט דערשראקן פון מאכן וועגן אהין און צוריק פון קרית יואל, וואס די 25 מינוט (נעמט צומאל שנעלער אויך) איז ווי א לייכט ווינטל, ס'גייט זיך און קומט זיך גרינג, ליידיגע הייוועיס, א געשמאקע ראן, אבער דאך ווען ס'רטקו זיך אונטער די שטעטל אין טשעסטער, וואס איז ווייניגער ווי 15 מינוט אוועק פון בלומינגבורג, גייט דאס טוישן דעם גאנצן ראיאן, אנגעהויבן פון תחילת דעם 17, קרית יואל מיט אירע גלילות, דערנאך בלומינג גראוו, טשעסטער, בלומינגבורג, מאנטיסעלא / וואודרידזש, קייאמישע. איז דאס א גאנצע נייע אידישע ראיאן, נישט א שטאט דא און א שטעטל דארט, סיי די מענטאליטעט פון וויסן אז מ'איז ארומגענומען מיט אידן פון אלע זייטן, סיי די פראקטישע נוצן פון געניסן איינער פון דעם צווייטן, גרינגער באקומען אלע סארטן דעליוועריס און סערוויסעס, און עווענטועל וועט אלעס אינאיינעם העלפן בעז"ה צום וואוקס פון אלע שטעט אינעם געגענט.
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!

יונה
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:31 am

צום ערשטן מאל, א לאקאלע שידוך!

צוויי חשובע תושבי העיר האבן זיך משדך געווען, ה''ה הרב ר' שמואל דוד ראטשילד שליט''א מיט הרב ר' חיים מרדכי ראכליץ שליט''א.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן

עולם השקר
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

תגובהדורך עולם השקר » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:40 am

Wowowow
מזל טוב

ליל שישי
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:02 pm

תגובהדורך ליל שישי » דאנארשטאג מאי 16, 2019 2:00 am

יונה האט געשריבן:צום ערשטן מאל, א לאקאלע שידוך!

צוויי חשובע תושבי העיר האבן זיך משדך געווען, ה''ה הרב ר' שמואל דוד ראטשילד שליט''א מיט הרב ר' חיים מרדכי ראכליץ שליט''א.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן

די שטעטל איז אויף!!! לאו כל יומי איתרחש די צוויי וואינען דא אין שטאט אין די שדכן איז אויך א איינווינער א מלמד, די שדכן פארציילט אז בעצם האט ער אנגעטראגן די שידוך פורים אלס א ווערטל נישט גלייבינדינג אז סקען געשעהן אבער נאך פורים האט אים איינער פין די מחותנים געפרעגט וואס איז געבליבן? האט ער געזעהן אז סקען געשעהן, אין ער איז ווייטער געגאנגען ביז מיט א מזלדיגע שעה....

אין א גוויסע זין פילט דא יעדער ווי איין קליינע משפחה גלייך ווי נאר סאיז ארויס די שמועה פין די שידוך אפילו עס איז שוין גוועזען היבש שפעט ביינאכט בערך 12:20PM מיט דעם אלעם איז די עולם ארויסגעקראכן פין די לעכער אין אריבערגעקומען צו ר' שמואל דוד אינדערהיים צו ווינטשען ביידע מחותנים מזל טוב, מהאט געזונגען געוויסע האבן אפילו געכאפט א קדאשקע....ביז מהאט געכאפט אז סאיז ספירה...
ווי אויך האט די אדמינסטראטער פאר געלייגט אז מקען מאכן די חתונה אין די לאקאלע פעסיל לאה זאל פאר בחונם, א צווייטער האט זיך אנגערויפען אז אויב סאיז אין די לאקאלע פעסיל לאה זאל איז ער גערייט קער צונמען צו צוטיילן די עסען צווישען די עולם אז יעדער וועט מאכן עפעס אנדערש איינער בילקעס א צווייטער גפילטע פיש אין אזוי ווייטער מזאל נישט דארפן קיין קעטערער, אזוי רופט זיך א דריטער איז ער גערייט ביים חתונה זיך אויף צושטעלן אויפן טיש בדחנן אביסל, אין פארשטייט זיך די עיקר אויסרופען דרשה געשאנק..האט א איינעוינער געלייך געמאלדן אז אויב די חתונה איז אין פעסיל לאה זאגט ער צו דרשה געשאנק א ציגעלע, ער איז אן אינגערמאן מיט א בודשעט סא ער איז דארט מסביר אז א קאפל מהאט חתונה האט נאך נישט קיין VIC במילא מילך איז א שטארקע הוצאה פאר א נייע קאפל, מיט א ציגעלע ביי זיך אין בעק יארד האט ער/זי פיינע פרישע געזונטע מילך פאר אימזינסט
די מחתונים האבן פארשטייט זיך געזאגט זיי וועלן עס איבער טראכטן אין והעיר בלומינעבערג צהלה ושמחה...

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3463
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:57 am

ליל שישי האט געשריבן:

דאס געשרייבעכץ דערמאנט די ערשטע חתונה אין קרית יואל,
אבער באמת, פארוואס זאלן זיי נישט חתונה מאכן אין די ראלי, 15 20 מינוט אוועק אלעס גרייט פאר זייער ביליג מיט האטעל שטובער פאר די גאר וויטע וואס ווילן נישט פארן ביינאכט אהיים
אז מ'לעבט דערלעבט מען

עולם השקר
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

תגובהדורך עולם השקר » דאנארשטאג מאי 16, 2019 3:42 pm

עס איז אסאך א שטערקער זאך אז עס קומט פאר אין די אייגענע שטאט אין די אייגענע זאל

לאמיר האפן אז עס וועט טאקע פארקומען און עטרת פעסיל לאה, עס וועט זיין א מורא'דיגע טיפע דערגרייכונג מער פיסכעלאגיש ווי פיזיש די איידיע

יונה
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג מאי 16, 2019 3:59 pm

ad.png
ad.png (306 KiB) געזעהן 336 מאל

ליל שישי
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:02 pm

תגובהדורך ליל שישי » דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:04 pm

lebediger berel האט געשריבן:דאס געשרייבעכץ דערמאנט די ערשטע חתונה אין קרית יואל,
אבער באמת, פארוואס זאלן זיי נישט חתונה מאכן אין די ראלי, 15 20 מינוט אוועק אלעס גרייט פאר זייער ביליג מיט האטעל שטובער פאר די גאר וויטע וואס ווילן נישט פארן ביינאכט אהיים

ראלי האטעל איז גיט פאר גיבערס מאנטסילא אידן, וואס פאר זיי איז קריות יואל 45 מינוט אוועק משע"כ בלומינגבערג איז 20 מינוט פין די ראלי אין 27 מינוט פין אולם עקשטיין

צווייטענס דארפסט פארשטיין מערדט פין א שטאט מיט אידן וואס האבן געמאפט נאך פארן VZV עקספא, זיי טראכטען גאנץ ווייניג וועגן יענעם (יעדער ווייסט סייוי ווי אזוי זיין מצב איז אפילו מוויל בהאלטן איז אייביג דא א יענטע וואס מקען פין זיי נישט באהלטן) מלעבט דא ווי אין א געשמאקע קאנטרי ב"ה קינדער געבענטשטע משפחות (מדארף דאך אנפילן די שטובער) מלעבט זייער ראויג ב"ה אין אויסגרעכנט א גרויס חלק שטעטל דרייוועט USED CARS נעמען נישט קיין ליעס נישט ווייל זיי האבן נישט נאר די עולם ארים רייך לעבט דא מיט א מורדיגן פשטות אין אלע הינזיכטען דער עולם האט נאך די אלטע באגא באאס וואס מהאט נאך געהאט אין שטאט אבער סהאט שוין אנדערע צורה היבש אפגעריבנע אין די HOOD קאליר איז נאך פינעם אלטן סטייל אבער ווען מטראכט נאר פין חתונה מאכן די קינדער ווערט מען באדאגעט וד"ל במילא ווויל מען דאס אויך אראפ ברענגן בעזהי"ת פארשטייט זיך אויב סוועט געשעהן העט מען איינליידענען ר' אליעזר קרויס (נישט פאר א דיבאטע) צו די חתונה אבער מדארף נאך אסאך תפילות ישראל ונזכה.....
לעצט פאראכטן דורך ליל שישי אום דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:12 pm

ווען די עסקנים האבן שכל מאכן זיי די חתונה אין 4 חדשים ארום
בעת די עולם איז אין די בערג און די גאנצע קעטסקיל ראיאן וועט רעש'ן ווען צום ערשטן מאל אין סאטמארע היסטאריע געט די מוסד אוועק בחינם א שטח פאר א שמחה און מען פראוועט מיט א פשטות פאר אפאר דיימ'ס א אידישע שמחה
עס וואלט געוועןא גיטער עדווערטייזמענט פארן נייעם שטעטל.

בבל
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:15 pm

רצון טוב האט געשריבן:ווען די עסקנים האבן שכל מאכן זיי די חתונה אין 4 חדשים ארום
בעת די עולם איז אין די בערג און די גאנצע קעטסקיל ראיאן וועט רעש'ן ווען צום ערשטן מאל אין סאטמארע היסטאריע געט די מוסד אוועק בחינם א שטח פאר א שמחה און מען פראוועט מיט א פשטות פאר אפאר דיימ'ס א אידישע שמחה
עס וואלט געוועןא גיטער עדווערטייזמענט פארן נייעם שטעטל.

יא. און מעגליך וועלן נאך מוסדות ממנו ילמדו. לאמיר האפן
~ ~גיט אפ אייער שטימע~ ~
אומגלויבליך חתונה הוצאות ליסט
~ ~יעדע שטימע ציילט~ ~
~ ~פאר די עתיד פון חתונה קריזיס~ ~

אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן? אויב יא וויפיל?

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:21 pm

רצון טוב האט געשריבן:ווען די עסקנים האבן שכל מאכן זיי די חתונה אין 4 חדשים ארום
בעת די עולם איז אין די בערג און די גאנצע קעטסקיל ראיאן וועט רעש'ן ווען צום ערשטן מאל אין סאטמארע היסטאריע געט די מוסד אוועק בחינם א שטח פאר א שמחה און מען פראוועט מיט א פשטות פאר אפאר דיימ'ס א אידישע שמחה
עס וואלט געוועןא גיטער עדווערטייזמענט פארן נייעם שטעטל.

א גוטע געדאנק

ווי גרויס איז די פעסל לאה זאל? איז עס געאייגענט פאר חתונות? און וואס טיט זיך מיט סידור קידושין, איז דא דארט א מרא דאתרא אדער געהערט עס אין די גלילות פון אן אנדערע שטאט?

בבל
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:23 pm

דריידל האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:ווען די עסקנים האבן שכל מאכן זיי די חתונה אין 4 חדשים ארום
בעת די עולם איז אין די בערג און די גאנצע קעטסקיל ראיאן וועט רעש'ן ווען צום ערשטן מאל אין סאטמארע היסטאריע געט די מוסד אוועק בחינם א שטח פאר א שמחה און מען פראוועט מיט א פשטות פאר אפאר דיימ'ס א אידישע שמחה
עס וואלט געוועןא גיטער עדווערטייזמענט פארן נייעם שטעטל.

א גוטע געדאנק

ווי גרויס איז די פעסל לאה זאל? איז עס געאייגענט פאר חתונות? און וואס טיט זיך מיט סידור קידושין, איז דא דארט א מרא דאתרא אדער געהערט עס אין די גלילות פון אן אנדערע שטאט?

סגהערט צי גלילות פין וויליאמסבורג
~ ~גיט אפ אייער שטימע~ ~
אומגלויבליך חתונה הוצאות ליסט
~ ~יעדע שטימע ציילט~ ~
~ ~פאר די עתיד פון חתונה קריזיס~ ~

אנקעטע, לייגט איר אוועק געלט חתונה צי מאכן? אויב יא וויפיל?

עולם השקר
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

תגובהדורך עולם השקר » דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:24 pm

בבל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:ווען די עסקנים האבן שכל מאכן זיי די חתונה אין 4 חדשים ארום
בעת די עולם איז אין די בערג און די גאנצע קעטסקיל ראיאן וועט רעש'ן ווען צום ערשטן מאל אין סאטמארע היסטאריע געט די מוסד אוועק בחינם א שטח פאר א שמחה און מען פראוועט מיט א פשטות פאר אפאר דיימ'ס א אידישע שמחה
עס וואלט געוועןא גיטער עדווערטייזמענט פארן נייעם שטעטל.

א גוטע געדאנק

ווי גרויס איז די פעסל לאה זאל? איז עס געאייגענט פאר חתונות? און וואס טיט זיך מיט סידור קידושין, איז דא דארט א מרא דאתרא אדער געהערט עס אין די גלילות פון אן אנדערע שטאט?

סגהערט צי גלילות פין וויליאמסבורג

;l;p-

עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עסן פאר אידן » דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:24 pm

בבל האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:ווען די עסקנים האבן שכל מאכן זיי די חתונה אין 4 חדשים ארום
בעת די עולם איז אין די בערג און די גאנצע קעטסקיל ראיאן וועט רעש'ן ווען צום ערשטן מאל אין סאטמארע היסטאריע געט די מוסד אוועק בחינם א שטח פאר א שמחה און מען פראוועט מיט א פשטות פאר אפאר דיימ'ס א אידישע שמחה
עס וואלט געוועןא גיטער עדווערטייזמענט פארן נייעם שטעטל.

יא. און מעגליך וועלן נאך מוסדות ממנו ילמדו. לאמיר האפן

טאקע א אייזערנע פלאן, דאכצעמער קיין איין נייע שטעטל האט נאכנישט די מעגליכקייט דערצו, עס קען הייבן זייער מאמענטום.

עולם השקר
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

תגובהדורך עולם השקר » דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:27 pm

דריידל האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:ווען די עסקנים האבן שכל מאכן זיי די חתונה אין 4 חדשים ארום
בעת די עולם איז אין די בערג און די גאנצע קעטסקיל ראיאן וועט רעש'ן ווען צום ערשטן מאל אין סאטמארע היסטאריע געט די מוסד אוועק בחינם א שטח פאר א שמחה און מען פראוועט מיט א פשטות פאר אפאר דיימ'ס א אידישע שמחה
עס וואלט געוועןא גיטער עדווערטייזמענט פארן נייעם שטעטל.

א גוטע געדאנק

ווי גרויס איז די פעסל לאה זאל? איז עס געאייגענט פאר חתונות? און וואס טיט זיך מיט סידור קידושין, איז דא דארט א מרא דאתרא אדער געהערט עס אין די גלילות פון אן אנדערע שטאט?

טאמער איך מאך נישט קיין טעות איז עס בערך אזוי גרויס ווי די געוועזענע בית רחל זאל אין וויליאמסבורג וואס האט געהאט טויזענטער חתונות

גרעסער ווי די זאל ביי יואלי ראטה אין בית המדרש איז עס לכאורה זיכער :lol:

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2988
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:37 pm

יונה האט געשריבן:צום ערשטן מאל, א לאקאלע שידוך!

צוויי חשובע תושבי העיר האבן זיך משדך געווען, ה''ה הרב ר' שמואל דוד ראטשילד שליט''א מיט הרב ר' חיים מרדכי ראכליץ שליט''א.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן

וועלכע חיים מרדכי, הרב באנדא'ס איידעם?

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט