בלאט 1 פון 1

בתי נפש - בית משתה

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 4:58 pm
דורך יידישע קהילות
איך ווייס נישט ווי לאנג נאך איך גיי אנהאלטן מיין פאזיציע דא אלס יושב ראש. איך וועל בל"נ אי"ה אויסשמועסן מיינע פלענער אויף ווייטער אין א צווייט פלאץ אין אונזער וועלטל. אבער דערווייל קען איך דאך נישט זיין א מועל בשליחותי, כאטש איך פיל א ביסל אז איך האב נישט אזוי דעם עולם'ס קאאפעראציע.
ימי החנוכה ממשמשין ובאים, עס קומען שוין באלד אן די הייליגע פייערדיגע ווארעמע חנוכה נעכט. און מיר דא אין אונזער "מפעל" ווילן איר זאלט קענען אריינבליקן אין די הייליגע פייערדיגע ווארעמע דברי תורה פון דעם גרויסן גאון וצדיק, דער גרויסער בעל מחדש, רבינו שלמה הכהן זצ"ל. די השגחה העליונה האט אזוי געפיהרט אז זיינע חידושים זאלן אצינד נתפרסם ווערן, איז דאך פשט אז מיר דארפן עס, און עס וועט אונז צוניץ קומען. (*)
על כן וויל איך מודיע זיין פאר אונזער פריינד, מיטארבייטערס (געוועזנע און נייע) אז מיר רישן זיך ארויסצוגעבן לכבוד חנוכה א קובץ פון בתי נפש אויף מועדים הנקרא בית משתה. עס אנטהאלט 16 געשריבענע עמודים בכתי"ק, דברים נפלאים ויקרים.
מיר זוכן מתנדבים פאר די העתקה, לאמיר זיין פון די זריזים מקדימים למצוות און עס נישט אפשטופען אויף דעם לעצטן מינוט.
ווער עס וויל מנדב זיין די הוצאות פון הפצה אין די היימישע געגנטער זאל זיך ביטע מעלדן צו מיר באישית.

ווי אויך איז כאן מצינו לנכון להודיע אז אי"ה בקרוב גייט ווערן פארענדיגט דער גאנצער בתי נפש על מועדים, דהיינו חוץ חנוכה איז נאר דא נאך פורים און שבת קודש. און מיר ארבעטן אצינד אויף אופנים וויאזוי דאס ארויסצוגען אויף א בכבוד'יגן אופן.
ווער עס האט עפעס הצעות זאל זיך ביטע אנרופן.


----
(*) פארציילט אונז איינע פון די מיטארבייטער, וועלכע האט געהאט א הזנחה אין דעם ענין פון תפלה בציבור, און פונקט די וואך האט ער געארבעט אויף דעם וועכענטליכן גליון פון די וואך (וירא) און געזען די הארציגע פייערדיגע רייד פון הגרש"כ זצ"ל בענין תפלה בציבור, האט ער זיך מקבל געווען זיך צו מחזק זיין דערין.

א געוואלדיגע אויפטו

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 9:19 pm
דורך goldman
איך קען נאר מעלדן דא אז איך דרוק דאס די לעצטע פאהר וואכן פאר צוויי ערענסטע תלמידי חכמים וואס זענען זיך מחיי׳ מיט דעם, אדרבה הלוואי וואלט דאס געווען אוועילעבעל פריערט אין דער וואך וואלט איך געקענט מהנה זיין נאך אפאהר.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 9:42 pm
דורך יידישע קהילות
goldman האט געשריבן:איך קען נאר מעלדן דא אז איך דרוק דאס די לעצטע פאהר וואכן פאר צוויי ערענסטע תלמידי חכמים וואס זענען זיך מחיי׳ מיט דעם, אדרבה הלוואי וואלט דאס געווען אוועילעבעל פריערט אין דער וואך וואלט איך געקענט מהנה זיין נאך אפאהר.

הלואי ווען מער חברים וואלטן זיך מער מתנדב געווען וואלטן מיר געווען גרייט פריער...
אזוי אויך פאר א פאר $$ קען מען דריקן דעם גליון און מפיץ זיין כמו שאר הגליונות.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 10:24 pm
דורך מיסטעריעז
איך בין מוחה אויף די דברי ייאוש!!!...

ווען מיר וועלן ענדיגן מעתיק זיין פרשת תולדות וועלן מיר שאצן וואס ווייטער, בעזהשי"ת.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 11:18 pm
דורך יידישע קהילות
מיסטעריעז האט געשריבן:איך בין מוחה אויף די דברי ייאוש!!!...

ווען מיר וועלן ענדיגן מעתיק זיין פרשת תולדות וועלן מיר שאצן וואס ווייטער, בעזהשי"ת.

ח"ו דער רבי האט ג'זאגט אז מ'טאר זיך נישט מייאש זיין :wink:
אבער אהובי ידידי, דו ביסט פון די פאר געציילטע געטרייע מתנדבים וועלכע האלטן אן די זכיה פון אוועקגעבן אביסל צייט (או קעי - אסאך צייט) און כח לדובב שפתי ישנים.
וואו זענען אונזערע אלע אנדערע מתנדבים?
וואו זענען די נייע מעמבערס?
אויב איך וועל פערזענליך בעטן די חשוב'ע ניקים אז ער זאל נעמען עפעס וועט ער זיכער צוליב טוהן. אבער איך בין דאך אויך פארנומען, קען איך זיין א גאנצן טאג פארנומען מיט זיין מחזיר על הפתחים און זיך בעטן 'אפשר ווילט איר נעמען נאך א עמוד?' און קוים קוים וואס עס ווערט אריינגעשיקט.
כדי אז אונזער מפעל זאל האבן א קיום, דארפן מיר א סטעף פון אסאך מער מתנדבים, און עס מוז ארבעטן אסאך מער אויטאמאטיש.
ווען איך האב נאך 5 מיסטעריעז'ס - שטיי איך גוט!

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:37 am
דורך יאנקעלע קליגער
קענסט מיר גיבן א בלעטל פון חנוכה

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:41 am
דורך ענדע צדיק!
איך האב שוין פרובירט אמאל איבערצוזעצן א בלאט און איך האב נישט געקענט. עס איז שווער פאר איינער וואס טוט עס נישט. עס איז אבער דא וואס האבן א חוש דערצו, און די העלפן טאקע ארויס.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 2:20 pm
דורך יידישע קהילות
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:קענסט מיר גיבן א בלעטל פון חנוכה

כ'האב דיר געשיקט אין אימעיל

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:57 pm
דורך מיסטעריעז
לכבוד די בשורה מרנינה אז סקרענטאנע רב וואס האט געהאט א חלק ניכר אין די העתקה פון ספה"ק בנין שלמה קומט צוריק אריין אינעם מפעל וועל איך - פארקערט ווי געפלאנט - נעמען א בלעטל פון די חנוכה חידושים.

אידישע, אהער מיט א בלעטל.

בית משתה - על פורים

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 10, 2016 11:37 pm
דורך נא_שכל
דורך געקוקט דעם דרוש ב' פון בית משתה על יום טוב פורים הבעל"ט וואס איז נאך א חלק פון די פילע בתים פון ספר "בתי נפש", ס'הערליכע דרושים, טייטשן, און התעוררות'דיגע ווערטערלך. מיט אסאך הקדמות פון פריערדיגע, כהאריז"ל, משתה יין, יערות דבש, ועוד ועוד.

יישר כח אלע מעתיקים. זכות רבינו יגן עליכם!

כ'מיין מ'קען נאך העלפן מיט די פילע מראי מקומות...

געשריבן: פרייטאג מארטש 11, 2016 12:19 pm
דורך יידישע קהילות
נא_שכל האט געשריבן:דורך געקוקט דעם דרוש ב' פון בית משתה על יום טוב פורים הבעל"ט וואס איז נאך א חלק פון די פילע בתים פון ספר "בתי נפש", ס'הערליכע דרושים, טייטשן, און התעוררות'דיגע ווערטערלך. מיט אסאך הקדמות פון פריערדיגע, כהאריז"ל, משתה יין, יערות דבש, ועוד ועוד.

יישר כח אלע מעתיקים. זכות רבינו יגן עליכם!

כ'מיין מ'קען נאך העלפן מיט די פילע מראי מקומות...

אשתתף בל"נ.

געשריבן: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:02 pm
דורך יידישע קהילות
נאך דא 93 מראי-מקומות אנצופילן. און 23 סימני שאלה ? מכריע צו זיין.

געשריבן: דינסטאג מארטש 15, 2016 2:01 am
דורך יידישע קהילות
יידישע קהילות האט געשריבן:נאך דא 93 מראי-מקומות אנצופילן. און 23 סימני שאלה ? מכריע צו זיין.

רבותי, איר וועט זיך נאך אמאל בענקען צו די דאזיגע צייט, און צו די געלעגנהייט וואס מן השמים האט מען אונז מזמין געווען.
מיר זוכן - דעספרעטלי - מתנדבים פאר מציין זיין מראי-מקומת וציונים, אין דעם גרויסן דרוש "בית משתה", גרויס בכמות ובאיכות, וועלכע וועט האפענטליך ארויסקומען לכבוד פורים הבעל"ט.
ווער עס קען אריינלייגן אפילו א קורצע צייט פון ארבעט ווערט געבעטן זיך צו פארבינדן מיר מיר.
א דאנק!