א גוטע וואך מיינע טייערע פריינט
דער עולם איז זיך צופארן, דער אויף וואקאציע דער אין די קאנטרי און יענער אין א קעמפ.
מעתיקים און מגיהים זענען יעצט סלויער מיט זייער ארבעט. אבער מיר אין אונזער הייליגער "מפעל" שלאפן נישט, און ב"ה האבן באוויזן אנצוהאלטן דאס ארויסגעבן די וועכנטליכע גליונות תמידין כסדרן. דער בורא זאל העלפן ווייטער.
ווי איר ווייסט פלאנען מיר ארויסצוגעבן אויף פ' דברים (וואו עס איז נישט פאראן קיין תורה אין דעם חלק על התורה) פון בתי נפש, דעם בית וואס ווערט אנגערופן "בית המקדש", ובו שני חדרים, איין חדר איז א דרוש לימי בין המצרים, און די צווייטע א דרוש אויף שבת נחמו.
מיר האלטן אז עס איז זייער פאסיג ארויסצוגעבן דאס אויף א יאר ווי היי יאר, ווען שבת געפאלט אם ט"ב, וועט מען דאס קענען לערנען שבת נאך חצות, ווען לויט הרבה פוסקים לערנט מען נאר דברים המותרים.
עס איז דא אסאך חומר, די רעדע איז פון קרוב צו 30 עמודים!
די הגהה איז שוין מער-ווייניגער גענדיגקט, אבער מיר דארפן נאך צוענדיגן אריינצולייגן הונדערטער מ"מ. עס איז נישט אזא שווערע זאך, אבער עס פאדערט צייט.
בעט איך ווער עס קען צולייגן א פלייצע זאל זיך מעלדן צו מיר אין אימעיל, וועל איך אים שיקן א לינק צו דעם פייל (עס איז א שער'ד פייל; דער גאנצער עולם ארבעט - די זעלבע צייט - אויף דעם זעלבן דאקומענט), און לייגט צו אביסל אייערע קענטעניסן און בקיאות.
וואס איר קענט וועט זיין אפפרישיעטעד, אחד המרבה ואחד הממעיט.
איך ווענד זיך צום עולם איצט י"ז בתמוז, ווען עס איז דא א לאנגער תענית, און מ'קען אפשר גרינגער אוועקרייסן און געבן אביסל צייט פאר דעם חשוב'ן צוועק. אבער דער קאמפיין וועט אנהאלטן ביז דער פייל וועט ווערן פארענדיגקט.
איך האף אז דער עולם וועט ווייטער ארויסווייזן ווארימקייט און אנטוזיאזום אזוי ווי ביז איצט.
א גרינגן תענית, ויה"ר שחפץ ה' בידינו יצליח.
שבעה עשר בתמוז קאמפיין
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8850
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
שבעה עשר בתמוז קאמפיין
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
שבעה עשר בתמוז - ע"ו
וואס איז דער פלאן אויף היי יאר?
מען שטייט דאך שוין ערב דעם תענית, און מ'האמער נאכנישט קיין פלענער וויאזוי עס דורכצושטופן.
מען שטייט דאך שוין ערב דעם תענית, און מ'האמער נאכנישט קיין פלענער וויאזוי עס דורכצושטופן.
- פון_צייט_צו_צייט
- שר חמישים
- תגובות: 98
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2016 1:33 am
- לאקאציע: עיר הקודש מאנרא
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
- פון_צייט_צו_צייט
- שר חמישים
- תגובות: 98
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2016 1:33 am
- לאקאציע: עיר הקודש מאנרא