הופיע בתי נפש - בית מדרש (גליון שבועי)

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

הופיע בתי נפש - בית מדרש (גליון שבועי)

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג אפריל 16, 2015 8:25 pm


ברוך שהחיינו והגיענו לזמן הזה!
בשמחה רבה וויל איך מודיע זיין אז עס איז ארויסגעקומען אונזער ערשטער וועכנטליכער גליון "בתי נפש - בית מדרש" להג"ר שלמה כהן זצ"ל אב"ד צילץ.
מען קען עס דאונלאודן דא ווי אויך קען מען עס אראפנעמען פון דעם סייט "לדעת".
עס איז אונז זייער חשוב צו הערן אייערע הערות און מיינונגען, הן אויף די העתקה והגהה, אויף דער עימוד און אויף דעם אויסשטעל און דעזיין. מיר נעמען יעדע הערה ערנסט און מיר קענען מאכן שינויים אין דעם גליון אין די קומענדיגע וואכן.
איך וויל ברבים דאנקן און געבן א ברכה פאר אלע געטרייע מתנדבים נ"י, איש איש בשמו הטוב יבורך, וועלכע האבן אריינגעלייגט שעות אויף שעות ארויסצוגעבן א היסטאריש-הערליכע ווערק.
יהי ה' אלוקינו עמנו כאשר היה עם אבותינו, זאל די זכות פון פריערדיגע גדולי ישראל וואס זייער תורה ווערט יעצט נתגלה נאך הונדערטע יאר מגין זיין אויף אייך אלע להתברך בכל הברכות הכתובות בתורה.
לעצט פאראכטן דורך יידישע קהילות אום דאנארשטאג אפריל 23, 2015 10:40 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

גליטשעדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » דאנארשטאג אפריל 16, 2015 8:37 pm

זייער שיין!
וואס איז געווארן מיט תזריע-מצורע?

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג אפריל 16, 2015 8:38 pm

עס איז שוין גרייט, און געשיקט געווארן צו די ארץ-ישראל'דיגע יידן.
איך קען עס דיר שיקן אין אישי
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4593
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג אפריל 16, 2015 11:58 pm

קודם אפאר הערות אויף די יעצטיגע אוסלייג, אווער או"ל איז עס זייער שיין, א הערליכע לייט פרעים, א הערליכע אנפאנג. אבער די ספעסינג קלאפט אביסל אין אויג, עס קוקט אויס אז מען האט געמאכט א געדאנק צו סאך ספעיס צווישען די אותיות (איך רעד נישט פון צווישען די ווערטער), אדער איז עס אביסל אויסגעצויגן אין די ברייט.

די דיוויידער'ס ביים אנהייב העכער און אונטער "פרשת שמיני" זענען צו גרויס און עס קען אויך זיין אביסל א שענערס.

וועגען די אויסוואל פונעם פונט איז עס גאנץ גוט פאר גליון, אבער אפשר וואלט געווען אביסל שנענער צו נעמען "ספרדי" אדער "פנטקסט" אדער גאר "קידוש", איך האב בייגעלייגט א דוגמא פון אלע 3 פונטס און אויך געטוישט אביסל די קעפעל פון די פרשה.

וואס זאגט איר טייערע חברים?
צוגעלייגטע
קידוש.pdf
קידוש
(165.65 KiB) דאונלאודעד 152 מאל
פונטקסט.pdf
פונטקסט
(162.61 KiB) דאונלאודעד 110 מאל
ספרדי.pdf
גופן ספרדי
(157.76 KiB) דאונלאודעד 115 מאל
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » פרייטאג אפריל 17, 2015 12:09 am

קידוש איז שענער, אבער ספרדי ליינט זיך בעסער
לכן דעתי הקלושה, מאך דעם פסוק קידוש, און די איבעריגע טעק"ס מאך ספרדי
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4593
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג אפריל 17, 2015 12:39 am

שמו האט געשריבן:קידוש איז שענער, אבער ספרדי ליינט זיך בעסער
לכן דעתי הקלושה, מאך דעם פסוק קידוש, און די איבעריגע טעק"ס מאך ספרדי


דאס איז טאקע א הערליכער צוזאמשטעל, זעה בייגעלייגט. #רב "יידישע קהלות" וואס איר אייער מיינונג ?
צוגעלייגטע
1ספרדי - קידוש.pdf
ספרדי מיט קידוש
(176.71 KiB) דאונלאודעד 130 מאל
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » פרייטאג אפריל 17, 2015 12:43 am

נא שכל
מיט די ריכטיגע שכל
האסטו געמאכט א דבר המתקבל על השכל
;l;p- ;l;p- ;l;p-
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג אפריל 17, 2015 12:49 am

צו א שטארקע קאנטראסט אין מיינע פליישיגע אויגן

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג אפריל 17, 2015 12:56 am

הגם נא_שכל בגרפיקאים?? :wink:
איין זאך וואס איך האב זייער ליב אין דיינע סעמפלס איז דער קעסטל אין וועלכער דער נאמען פון די פרשה איז.
לגבי די פאנטס, צווישן דיינע 4 סעמפלס גיי איך פאר 'ספרדי'.
אבער אונזער גליון'ס פאנט איז אויך נישט אוועקצומאכן, אויב זאל מען טאקע אביסל קלענער מאכן די ספעיסינגס. עס איז א מער מאדערנער אות וואס האט א חן ביי א סאך מענטשן (גראדע נישט ביי מיר; איך בין ווילנא, פרנקרל, דויד און נרקיסים, און ביי אייז-קריעם ווענילא און טשאקלאד... :lol: )
אי"ה ביי דעם נעקסט גליון האף איך מיר וועלן איבערגיין אלע אפשענס און פארבעסרן דעם פאנט.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4593
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג אפריל 17, 2015 10:54 am

האבן געהאט ב"ה אביסל צייט איבערצוגיין די דרושים ארויסגעדריקט, עס איז הערליך שיין, אויסגעמישט שיינע טייטשען און פשט און פארשטייט זיך אויך אין און דרוש און אויך בתוך הדברים אריינגעפלאכטן דברי יראה וחסידות, אינטערסאנט אז ער ברענגט עמטליך דעם זוה"ק.

די הגה"ה און מראי מקומות זענען געוואלדיג, עס איז ריכטיג א פראפעשענל ארבייט, קומט זיך א גרויסן דאנק פאר אלע מעתיקים מגיהים אז אין אזא קורצע צייט געמאכט אזא הערליכע ארבייט, כה לחי!

אונעם ערשטען דרוש ברענגט ער אראפ דעם מדרש פליאה
בשעה שנשרפו נדב ואביהו אמרו מלאכי השרת רבונו של עולם למה קרעת את הים, ענו שרפי קודש השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם, ויש אומרים ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד
און פארענטפערט עס זייער שיין.

עס איז כדאי אנצומערקען אז עס איז ארויסגעקומען לעצטענס א ספר פון צווי כרכים "דורש שמונים" וואס פארענטפערט דעם מדרש פליאה מיט 80 אופנים, און דער ספר פארשטייט זיך איז א גרויסע מפתח אויף אלע עניני דרוש. דער מחבר איז הרב ר' חיים יעקב טענענבוים שליט"א ער וואוינט אין ווילאמסבורג, וידיו רב לו בתורת הדרוש.
(אולי וואלט געווען כדאי פאר איינער וואס קען דעם ת"ח אדער אנדערע ת"ח וואס זענען עוסק בדרוש צו ממציא זיין פאר זיי דעם גליון "בתי נפש", לאמיר הערן וואס די בעלי דרוש האבן צו זאגן, מעגליך זיי קענען העלפען מיט בארייכערן דעם ספר).

אויך שרייבט ער אנהייב ספר אז דער רבי זי"ע פלעגט כמעט יעדע יאר פרשת אחרי רעדען פון דעם מדרש (ונדפס בדברי יואל בפר' אחרי).
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אפריל 17, 2015 11:33 am

יידישע קהילות האט געשריבן:
ברוך שהחיינו והגיענו לזמן הזה!
בשמחה רבה וויל איך מודיע זיין אז עס איז ארויסגעקומען אונזער ערשטער וועכנטליכער גליון "בתי נפש - בית מדרש" להג"ר שלמה כהן זצ"ל אב"ד צילץ.
מען קען עס דאונלאודן דא ווי אויך קען מען עס אראפנעמען פון דעם סייט "לדעת".
עס איז אונז זייער חשוב צו הערן אייערע הערות און מיינונגען, הן אויף די העתקה והגהה, אויף דער עימוד און אויף דעם אויסשטעל און דעזיין. מיר נעמען יעדע הערה ערנסט און מיר קענען מאכן שינויים אין דעם גליון אין די קומענדיגע וואכן.
איך וויל ברבים דאנקן און געבן א ברכה פאר אלע געטרייע מתנדבים נ"י, איש איש בשמו הטוב יבורך, וועלכע האבן אריינגעלייגט שעות אויף שעות ארויסצוגעבן א היסטאריש-הערליכע ווערק.
יהי ה' אלוקינו עמנו כאשר היה עם אבותינו, זאל די זכות פון פריערדיגע גדולי ישראל וואס זייער תורה ווערט יעצט נתגלה נאך הונדערטע יאר מגין זיין אויף אייך אלע להתברך בכל הברכות הכתובות בתורה.



הערליך הערליך! ליידער נישט געהאט די זכיה אנטייל צו נעמען עד הנה אינעם בתי נפש, האפן מיר עס מתקן צו זיין בעתיד.

פאר לומדי חבורת תורתך שעשועי - מסכת יומא, איז די לעצטע תורה אין דעם גליון, אויפן מדרש וידום אהרן, ממש ווי געגאסן, רעדנדיג איבער דעם ענין אז די בני אהרן זענען נענש געווארן ווייל זיי האבן מחסר געווען מעלה עשן פון די קטורת וואס דערמיט איז עס נחשב געווארן אלס א "ביאה ריקנית" (ואגב יש לתקן שם הטעות 'קרנית' תחת 'רקנית'). און דער מחבר לאזט זיך אריין אין א שמועס אין די סוגיא פון מ' יומא נג. עיי"ש באריכות הפלא ופלא.

יהא חלקי ממזכי הרבנים, שכרכם כפול מן השמים ותצליחו להמשיך הלאה אמן נצח.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 10:42 am

בתי נפש - בית מדרש
על פרשת תזריע-מצורע
דאונלאוד דא
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג אפריל 27, 2015 10:40 pm

בתי נפש - בית מדרש
על פרשת אחרי-קדושים
[מיר זענען אינטערסירט צו הערן דעם עולם'ס מיינונגען בנוגע דעם געטוישטן אויסשטעל פון די פאנטס וכו']
דאונלאוד דא
צוגעלייגטע
בתי נפש - אחרי קדושים LR.pdf
(245.75 KiB) דאונלאודעד 85 מאל
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:34 pm

דערמאנונג דאונצולאודן דעם גליון אויף פ' אחרי-קדושים, ווי אויך בעטן מיר איר זאלט דאס מפרסם זיין אויף אייער אימעיל ליסט, לפרסם און צו באקומען פרישע כחות פון מתנדבים.
* * *
דער ארץ ישראל'דיגער גליון אויף פ' אמור איז שוין אויך ארויסגעקומען. א דאנק פאר אונזערע טייערע מגיהים און גראפיקער.
אי"ה אנהייב נעקסטע וואך וועל איך עס ארויפשטעלן אויף אונזער סייט.
דערווייל ווער עס וויל עס, זאל עס מיר בעטן באישי אדער אין אימעיל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג מאי 04, 2015 11:38 am

יידישע קהילות האט געשריבן:בתי נפש - בית מדרש
על פרשת אחרי-קדושים
[מיר זענען אינטערסירט צו הערן דעם עולם'ס מיינונגען בנוגע דעם געטוישטן אויסשטעל פון די פאנטס וכו']
דאונלאוד דא


קוקט אויס כמעשה פיין
参考专家

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג מאי 08, 2015 12:51 am

דערמאנונג דאונצולאודן דעם גליון אויף פ' אמור, ווי אויך בעטן מיר איר זאלט דאס מפרסם זיין אויף אייער אימעיל ליסט, לפרסם און צו באקומען פרישע כחות פון מתנדבים.
* * *
מיר האבן ב"ה איבער 100 איינגעשריבענע אויף אונזער מעילינג-ליסט, וועלכע באקומען די וועכענטליכע גליונות.
* * *
ביי דעם געלעגנהייט בעט איך ווער עס קען זיך אונטערנעמען מיט א וועכענטליכע התחייבות זאל זיך מעלדן. אפילו אויב איר קענט נישט באופן קבוע, עכ"פ ביטע לייג צו א פלייצע צו אונזער עבודת הקודש.

א גוט שבת!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » פרייטאג מאי 08, 2015 5:06 am

כ'האב ארויס געפרינט צוויי, איינס פאר מיר און איינס פארן ביהמ”ד.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.


צוריק צו “מפעל הוצאת ספרים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט