וואס טוט מען מיט א מתנגד'ישע שטיקל אין א כתב יד?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » פרייטאג מארטש 20, 2015 2:32 pm

אויב פון הרב וואזנער רעדט מען, שמעתי מבני ר' יעקב ט"ב ז"ל מקווינס, אז ווען זיי האבן געדרוקט זייער טאטע'ס דרשות, איז דארט געווען פארשידענע שארפע דרשות, קעגען פארשידענע, וואס זענען געווען אפגעפרעגט ביי כל גדולי ישראל, עכ"ז האט רב וואזנער זיי גע'עצה'ט עס נישט צו דרוקען, באמרו, דער דעת איז וויכטיג, אבער וואס ער האט געזאגט בפרטות אויף א מענטש, וואס פעלט דאס אויס,
וכן הוא לענייננו, אף שיש לחלק בין הנושאים, סיי ווייל עס איז געווען פון טעיפ'ס, סיי ווייל כפי הבנתי רעד מען דא פון בארעדען כלליות'דיג די שיטה, נישט יחידים
אולם היות דער מחבר האט עס נישט אליין געדרוקט, און עס קען גורם זיין, אז שטאטץ קאכן זיך בדברי תורתו, וועט מען זיך קאכן אין א דבר צדדי, לא יהא גרוע, ווי ווען עס איז דא א שטיקל כתב יד וואס איז מטושטש, ובפרט, אז מען צייכענט אן, כאן נשמט קטע ע"פ עצת ..., און ווער עס וויל דווקא, איז דאך דער כתב יד בהישג יד כולם, איז דאס נישט קיין זיוף אדער העלמת דברי המחבר, פשוט מען איז דאס נישט מפיץ
למה זה תשאל לשמי...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » פרייטאג מארטש 20, 2015 2:35 pm

ולהוספה בעלמא, ידעתי פון א רב, וואס האט אמאל געוויזען פארן (אדער געשמועסט בנוגע דעם שטיקעל) סאטמאר רב ז"ל, א שטיקל אין א ספר (פון א אונגערשען גדול) שארף קעגן חסידים
האט דער רבי זיך אנגערופען מיט א שמייכל, וואס ווייסט איר וואס חסידים האבן אים געטוהן ביז ער האט דאס געשריבן
והמובן מזה, מען דארף וויסן די אומשטענדן כלפי וואס עס איז געשריבן געווארן, צו קענען דן זיין
למה זה תשאל לשמי...

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג מארטש 20, 2015 4:17 pm

אין ספר נהרי אש פון ר' שמעו'לע זעליחובער זצ"ל הי"ד, איז געווען אין די בריוון עטליכע שארפע לשונות קעגן הה"ק ממונקאטש והה"ק מקאלאשיץ, איז אין די ערשטע מהדורא האבן די מדפיסים, ארויסגענומען פון די געדרוקטע בריוו דעם נאמען, אבער אריינגעלייגט א צילום פונם כת"י ביים סוף ספר, אזוי אז מען האט לייכט געקענט מברר זיין על מי הדברים אמורים, אבער אין די צווייטע מהדורא האט מען עס גענצליך משמיט געווען
נחסם!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג מארטש 20, 2015 4:44 pm

יהיה כן, האסט עס אנגעהויבן צו נאגלען, אבער דא איז עס דען אויף א פריוואטער מענטש?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2383
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג מארטש 20, 2015 4:58 pm

איך וועל זאגן דעם אמת, אז מיין לעניות דעתי'דיגע הכרעה איז געווען ממש אזוי ווי יהיה ברענגט פון מהדו"ק נהרי אש, לייגן דאס אלס קאפי פון כתב יד, און דורכדעם יוצא ידי שניהם - עס איז נישט געדרוקט אבער אויך נישט משמיט געווען.
איך האב נאר געטראכט, אפשר קוקן מער מענטשן אין די "פקסמילי'עס" ווי אין דעם גוף הספר.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12044
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג מארטש 20, 2015 5:50 pm

איך בין מציע א גאר פשוטע עצה
צולייגען איין ווארט צום נאמען פון ספר "ילקוט" תורת רבינו מיזה
און מען דארף נישט גארנישט דערציילען און פארענטפערען

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2383
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג מארטש 20, 2015 5:52 pm

"מיזה" מה זה?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12044
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מוצ"ש מארטש 21, 2015 11:32 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:"מיזה" מה זה?

אביסעל אינטערסאנטער ווי פלוני

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3764
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג אפריל 09, 2015 5:23 am

באמת איז דאס טאקע נישט א שאלה פאר אנשים כערכנו, אבער אז יעדער רעדט אריין וועל איך זיך אויך ערלויבען. דער דיון איז לדעתי נישט אויפען ריכטיגע זאך, ווייל דא האנדעלט זיך נישט צי מען מעג משמיט זיין ווערטער פון א מחבר, נאר צי מען מעג דרוקען ווערטער וועלכע זענען מזלזל (אדער ערגער) אין די שרפי מעלה תלמידי הבעש"ט אשר מפיהם אנו חיים. אויף דעם זעה איך בכלל נישט קיין צד אז יא.

בלי ספק דער האנט וועלכע וואגט זיך צו הייבען קעגען יענע שרפים וועט מיאוס אפשניידען (תרתי משמע), טא וויאזוי קען בכלל זיין אזא ספק? העכסטענס בלייבט נאר מברר צו זיין אויב מען מעג דרוקען דער כשר'ע חלק פונעם ספר, וואס דאס ווענדט זיך לכאורה אויב איז יענער געוועהן אן אויסגערופענע גדול דאן מוז מען פארענטפערען אז בדבר הזה האט ער זיך טועה געוועהן און מען מעג דרוקען ס'איבעריגע.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס


צוריק צו “מפעל הוצאת ספרים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט