הערות אויף דעם אויסשטעל פון ספר החדש "בנין שלמה עה"ת"

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6623
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג ינואר 23, 2015 4:19 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:אין די סעמפל שטייט אינעם שער בלאט ר' נתן "מז", אין די הערות אשכול שטייט "מאז".
מ'דארף מחליט זיין וויאזוי צו שרייבן (איך וואלט געשריבן "מאז").

וויאזוי האט ער אליינס געשריבן? און וויאזוי האבן אנדערע גדולי ישראל געשריבן?

http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/m ... ew/1557878
דא זעה איך אז זיי שרייבן גאר "מאס", אבער מן הסתם צוליב די דייטשע אקצענט זייערע.
(די ביבליאטעיק איז בטעות מייחס ר' נתן אלס עדיטאר פון ברכת המזון...)

-
ווייסט איינער וואס דאס איז ביקור חולים "חדשה"?
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2449
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

* בולעטין *

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך פאברואר 18, 2015 5:12 pm

וואס זאגט דער עולם צו דעם סעמפל?
צוגעלייגטע
בניןשלמה.pdf
רש"י אותיות
(75.31 KiB) דאונלאודעד 182 מאל
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2449
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

מיינע 2 סענט...

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך פאברואר 18, 2015 5:15 pm

איך מיין אז מ'זאל מאכן מער ספעיס צווישן ביידע קאלום'ס, (אולי אויפן חשבון פון ווייניגער ספעיס ביי די מארדזשין'ס). והטעם: דער ספר גייט בעיקר ג'לערנט ווערן אויף דעם סקרין...
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך פאברואר 18, 2015 5:31 pm

עס בלייבט אז מען גייט נוצען רש"י אותיות?
אויב יא האלט איך אויך אז עס דארף מער ספעיס צווישן די קאלומ'ס, ווי אויך די מעין פאונט זאל זיין איין פוינט גרעסער.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך פאברואר 18, 2015 5:35 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:איך מיין אז מ'זאל מאכן מער ספעיס צווישן ביידע קאלום'ס, (אולי אויפן חשבון פון ווייניגער ספעיס ביי די מארדזשין'ס). והטעם: דער ספר גייט בעיקר ג'לערנט ווערן אויף דעם סקרין...

כמדומה די חלק איז גוט.

די סייז פון די אות דוכט זיך דארף זיין כאטש א האלבע סייז גרעסער, אבער נישט טוישן די סייז פון די סוגריים.
די מראי מקומות וואלט איך געטוישט צו מרובעות.
די ספעיסינג צווישן די שורות - לעדינג - דארף זיין ווייניגער.
לדוגמא דף ב' איז דא צום סוף א כוכב, דאס קומט צוזאמען מיטן קומענדיגן שטיקל, דאס איז במקום א קעפל פארן שטיקל, און א קעפל קומט קיינמאל נישט אפגעטיילט פון דעם שטיקל, כנלע"ד.
דף ז, ויבן ה' אלקים את הצלע וגו', קומט מרובעות ס'איז לשון הפסוק.
דף ט, ויהי נח בן חמש מאות שנה, איז אויך א לשון הפסוק קומט מרובעות.

חוץ דעם קוקט עס אויס זייער גוט.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2449
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך פאברואר 18, 2015 5:49 pm

א כוכב איז *נישט* במקום א קעפל, א כוכב איז במקום דעזיין פאר א סוף שטיקל.
מעולם לא ראיתי א כוכב פאר דעם ערשטן שטיקל אין א ספר.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך פאברואר 18, 2015 6:00 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:א כוכב איז *נישט* במקום א קעפל, א כוכב איז במקום דעזיין פאר א סוף שטיקל.
מעולם לא ראיתי א כוכב פאר דעם ערשטן שטיקל אין א ספר.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך פאברואר 18, 2015 8:58 pm

אויב איז א קפידא אויף רש"י אותיות מהיכי תיתי, אבער א שענערע
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1814
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך פאברואר 18, 2015 9:27 pm

איך זעה נישט קיין שום קפידא אז ס'זאל זיין דייקא רש''י אותיות
די סיבה וואס מען האט אמאל געמאכט איז פשוט עס איז געוועהן ביליגער די אותיות מרבעות האט געהייסן מער טייערע אותיות וואס מען האט גענוצט פאר חשובע זאכן אבער איז לאו דוקא א קפידא
参考专家

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך פאברואר 18, 2015 9:47 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:איך זעה נישט קיין שום קפידא אז ס'זאל זיין דייקא רש''י אותיות
די סיבה וואס מען האט אמאל געמאכט איז פשוט עס איז געוועהן ביליגער די אותיות מרבעות האט געהייסן מער טייערע אותיות וואס מען האט גענוצט פאר חשובע זאכן אבער איז לאו דוקא א קפידא


איך האלט אויך אזוי. אבער פאר נאך א סיבה: כידוע דער סיבה פארוואס רוב ספרים דריקט מען היינט יא מיט אותיות מרובעות און מיט נקודות איז צוליב א גרויס חלק מאחב"י קענען נישט קיין רש"י אותיות צוליב וואס זיי האבן נישט געלערנט אין חדר, זיי זענען שפעטער געווארען בעלי תשובה, און זיי קענען נאר לשון קודש (עברית) מיט אותיות מרובעות, און מיט די הילף פון נקודות לערנען זיי זיך אויס די ריכטיגע הברה פון די לשון קודש'דיגע ווערטער, ממילא אז מען וויל נאר ארויסגעבן דעם ספר כדי לזכות את הרבים ולזכות את המחבר, פארוואס זאל דער ספר נישט האבן א ברייטער באזע לומדים, די אלע אידן וואס קענען נישט קיין רש"י אותיות ?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך פאברואר 18, 2015 10:02 pm

צווואס אנהייבן נאכאמאל א שמועס וואס מען האט שוין געהאט?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:49 pm

תגובהדורך סטראשעלע » דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 12:32 am

הערליך שיין אויסגעשטעלט, ובפרט מיט די רש"י אותיות, ס'האט א ספעציעלן חן

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 5:24 am

ס'איז הערליך שיין, ספעציעל מיט די רש"י אותיות.
די צוויי עמודים דארפן זיין מער אויסגעשפרייט כנ"ל.
איין זאך האב איך נישט געזען רעדען דא דערפון, ס'זענען דא דיבור המתחיל וואס איז א פסוק וואס זענען מיט אותיות מרובעות, און ס'זענען דא אזעלכע וואס אפילו א פסוק איז נאר די ערשטע ווארט איז אותיות מרובעות און די המשך איז כתב רש"י. ביטע יוניווערסילייזען (וואס?) אויף איין מהלך הנקרא סטייל.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 8:14 am

נא_שכל האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:איך זעה נישט קיין שום קפידא אז ס'זאל זיין דייקא רש''י אותיות
די סיבה וואס מען האט אמאל געמאכט איז פשוט עס איז געוועהן ביליגער די אותיות מרבעות האט געהייסן מער טייערע אותיות וואס מען האט גענוצט פאר חשובע זאכן אבער איז לאו דוקא א קפידא


איך האלט אויך אזוי. אבער פאר נאך א סיבה: כידוע דער סיבה פארוואס רוב ספרים דריקט מען היינט יא מיט אותיות מרובעות און מיט נקודות איז צוליב א גרויס חלק מאחב"י קענען נישט קיין רש"י אותיות צוליב וואס זיי האבן נישט געלערנט אין חדר, זיי זענען שפעטער געווארען בעלי תשובה, און זיי קענען נאר לשון קודש (עברית) מיט אותיות מרובעות, און מיט די הילף פון נקודות לערנען זיי זיך אויס די ריכטיגע הברה פון די לשון קודש'דיגע ווערטער, ממילא אז מען וויל נאר ארויסגעבן דעם ספר כדי לזכות את הרבים ולזכות את המחבר, פארוואס זאל דער ספר נישט האבן א ברייטער באזע לומדים, די אלע אידן וואס קענען נישט קיין רש"י אותיות ?

הייסט דאס איז די תירוץ פון די אלע ספרים מנוקדים? מ'וואלט ווען געדארפט מאכן א וואט, צו ס'איז דא מער בעלי תשובה וואס לערנען די ספרים אלס מנוקד, צו מער היימישע אידן וואס האלטן זיך צוריק פון לערנען די ספרים ווייל זיי פארנעמען נישט מנוקדים
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 8:44 am

איך האלט נישט אז מען זאל מנקד זיין דעם "בנין שלמה", איך האב נאר געשריבן בכלליות טוט מען אזוי, אבער אותיות מרובעות שטערט נישט קיינעם פון די היימישע, ואדרבה עס איז דא אסאך מענטשען וואס עס שטערט זיי (אביסל) רש"י.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2449
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג פאברואר 22, 2015 4:48 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:אויב איז א קפידא אויף רש"י אותיות מהיכי תיתי, אבער א שענערע

גיב א נאמען פון א געוויסע פאנט. דער וואס טוט עימוד וויל וויסן.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2449
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

ענדגילטיגע סעמפלס!!!

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג פאברואר 23, 2015 12:26 am

איך האב באקומען צוויי סעמפלס פון די פיינעל אויסשטעל.
מיר האבן געטוישט די אותיות, לעשות כרצון איש ואיש...
ביטע שטעלט זאגט צו איר האב בעסער ליב פייל א' אדער פייל ב'. באמת זענען זיי זייער ענדליך.
צוגעלייגטע
binyan 1-9.pdf
ב
(81.88 KiB) דאונלאודעד 129 מאל
binyan 1-5.pdf
א
(60.79 KiB) דאונלאודעד 117 מאל
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג פאברואר 23, 2015 12:36 am

איך האב בעסער ליב פייל א', דער צווייטער איז צו גרויס און צעשפרייט.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג פאברואר 23, 2015 8:29 am

פייל ב'
ווייל עס האט רווח בין הדבקים, א געשמאק פארן אויג, און די פאונטס צייגן בעסער.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג פאברואר 23, 2015 12:01 pm

גלייך מער פייל א'
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג פאברואר 23, 2015 1:21 pm

דער ערשטער. (דפים 1-9)

פאררעכט אין דעם קעפל אז די פרשה זאל זיין די זעלבע סייז סיי ביי די אדד, און סיי די איווען.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2449
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

באמקערקונג:

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג פאברואר 23, 2015 2:16 pm

צו די וועלכע האבן ג'פסק'נט א אדער ב. האט איר אין אכט גענומען אז פייל ב איז ארויפגעקומען פאר פייל א? (וכמ"ש רש"י בראשית כה, כו)
ביטע מאכט זיכער אז ווען איר שרייבט ב מיינט איר טאקע ב נישט א
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2449
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג פאברואר 23, 2015 4:49 pm

איך זעה עפעס אין די קעפלעך (ווילנא??) א נישט גלייכקייט [אין ביידע פיילס], זעט איר דאס אויך? למשל באטראכט דעם פ' פון פרשת, אדער דעם ש' פון בנין שלמה.
איז עפעס ראנג מיט מיינע אויגן?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6623
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג פאברואר 23, 2015 4:57 pm

יא, דער פ' קוקט אויס ווי א געשטיקעלטע מעשה, די חלק הפ' שבו איז עפעס געפערליך פאני.
די ש' מיין איך איז גוט, נאר דער ל' מאכט אים אויסקוקן פאני, דארט ווי די ל' דרייט זיך אראפ איז ביי די ערב צו גראב.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2449
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג פאברואר 23, 2015 5:06 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:יא, דער פ' קוקט אויס ווי א געשטיקעלטע מעשה, די חלק הפ' שבו איז עפעס געפערליך פאני.
די ש' מיין איך איז גוט, נאר דער ל' מאכט אים אויסקוקן פאני, דארט ווי די ל' דרייט זיך אראפ איז ביי די ערב צו גראב.

די ש' ביסטו גערעכט.
דער פ' מיין איך אויך דעם דאך, שטעקט זיך אראפ עפעס.
מ'דארף רופן א תינוק לא חכם לא טיפש...
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com


צוריק צו “מפעל הוצאת ספרים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט