הערות אויף דעם אויסשטעל פון ספר החדש "בנין שלמה עה"ת"

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7016
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג פאברואר 23, 2015 5:27 pm

ניין, עס איז די זעלבע דיק ווי די אנדערע אותיות, נאר ביים שטיקל ווי עס דרייט זיך אראפ (וואס מאכט עס פאר א פ') גייט עס פארדעם א משהו ארויף, און דאס מאכט עס אויסקוקן גראבער.

יעצט באטראכט דעם עצם פ', עס קוקט אויס ווי א כ' נאר צוגעלייגט די שטיקל וואס קומט אראפ, אבער נישט גוט צוגעלייגט און עס איז עפעס א מיאוס'ע שטיקל.
צוגעלייגטע
פרשת.png
פרשת.png (7.98 KiB) געזעהן 3645 מאל
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג פאברואר 23, 2015 6:42 pm

איך זע נישט קיין שום חילוק....

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7016
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג פאברואר 23, 2015 6:46 pm

צווישן?
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג פאברואר 23, 2015 6:48 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:אין די קעפלעך (ווילנא??) א נישט גלייכקייט [אין ביידע פיילס]

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג פאברואר 23, 2015 6:58 pm

מי אנכי אריין צורעדן,
אבער לדעתי
פאר די קעפלעך איז גוט צו ניצן
PFT_Frank

פאר די ספר אליין'ס
X-reshi4 (די פאונד איז גאנץ קליין דער ריווח צווישן די אותיות גאנץ גרויס)

פאר די הערות וואלט איך גענוצט דעם פאונט
Adama


דוגמא מצורף
צוגעלייגטע
דוגמא של פאונט לספר בנין שלמה עה''ת.pdf
(110.81 KiB) דאונלאודעד 216 מאל
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג פאברואר 23, 2015 10:49 pm

הילולא, דער בעל העימוד בעט אויב דו קענסט אריינשיקן די פאנטס צו מיר אין אימעיל. א דאנק.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 5:05 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:איך האב באקומען צוויי סעמפלס פון די פיינעל אויסשטעל.
מיר האבן געטוישט די אותיות, לעשות כרצון איש ואיש...
ביטע שטעלט זאגט צו איר האב בעסער ליב פייל א' אדער פייל ב'. באמת זענען זיי זייער ענדליך.


דערווייל צוויי וואוטס לכאן און צוויי לכאן. בא הכתוב השלישי ויכריע, וואס בלייבט רבותי?
אויך, איך קלער אז אפשר דארף די מראי-מקומות זיין א ביסל קלענער נאך. מסכים?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מארטש 10, 2015 4:02 pm

איך האב באקומען א בריוועלע פון אן אנאנימע ניק ארויפצושטעלן דא:
איך האב טאקע נישט געהאט אנטייל גענומען אינעם פראיעקט וועגען פערזענליכע סיבות.

למעשה אזוי דורך בליקענדיג דעם חיבור פון אנהייב צום סוף, האב איך זעך אנגעטראפן אין עטליכע נקודות וואס מעגליך קען מען דארט פארבעסערן לענ"ד, אנהייב פונעם חיבור אינעם צווייטן בריוו מהגאון בעל נוד"ב אויף די ערשטע אדער צווייטע שורה איז דא צוויי ווערטער וואס פעלט א רווחא למלתא צווישן זיי, קען זיין ס' שוין געפיקסט געווארן.

אזוי דורך בליקענדיג האבעך זיך אנגעטראפן אין עטליכע הגהות המגיהים וואס קען מעגליך זיין עס איז נישט אזוי ריכטיג, איך וויל נישט ח"ו קריטיקרן די ארבעט פון וואס די אנדערע האבן דא צושטייער געלייגט, ובפרט איך מיך האב גארנישט קיין שטייער גגעבן, עס איז א חוצפה פון מיין זייט לבא ולשפוט שפוט, וועגן דעם האב איך נישט געוואלט שרייבן צו יידישע קהילות אליין ער זאל זיך נישט ח"ו שפירן איך וויל ח"ו אינטער קלאפן, כי לא זה הדרך וואס איך בין מחונך געווארן, האב איך געזוכט איינער וואס איז מיר נאנט און האט געארבעט אויף דעם חיבור, ואם ימצא ששגיתי יודעיני בטוטו"ד, און אנטשולדיגט פאר דיר פארפאטשקענען און פארשטערן דיין רואיגקייט און צייט.

א דוגמא צו וואס איך ציל, אנהייב סדרה מקץ איז דא א הגהת מגיה, לכאורה זעהט אויס עס איז א נאטיץ פאר דער עורך אדער איינער וואס דארף האבן א מיינונג. אזוי איז דא נאך הגהות המגיהים וואס שטייט אז אזוי טרעפט מען אין דער ספר פון דער גדול, דאס פעלט לכאורה נישט אויס. אפילו עס איז געשריבן אין אנדערע פאנט. אמאל ברענגט מען מראה מקום רש"י וכן במד' אדער א גמ' וכדומה, אז עס איז דא א מדרש וואס דארף מען צוצייכענען רש"י חוץ קען זיין אויב עס איז אויפן פלאץ זעלבסט און רש"י ברענגט עס במפורש פונעם מדרש. און אפילו מ'ברענגט אמאל יא וועגן סיי וועלעכע אנדערע סיבה אפילו עס שטייט נישט אין רש"י אויפן פלאץ, שרייבט מען דרך כלל קודם א גמ' נאכדעם מדרש נאכדעם רש"י לפי הסדר. מאכטזעך אמאל ווען דער מחבר ברענגט א מקור אין מדרש האט מען אמאל צוגברענגט נאך פלעצער צו גמ' צו מדרש אז עס שטייט דארט, דאס איז לענ"ד א שטיקל פגם. אמאל זאגט דער מחבר א געוויסע זאך האט מען צוגעשריבן אז דער אדער יענער גדול ממאורי הדורות האלט נישט פונקטליך ווי דער גאנג, וכנ"ל.

לגבי דע פאנט האב איך טאקע מיטגעהאלטן נאר זייער ווייניג וואספארא פאנט צו ניצען, יאך גיי נישט אריין וועגן רש"י אין מרובעות, ריכטיג מרובעות איז קילורין לעינים, עס איז שארפער געזונטער פארן אויג, אבער אז מ'האט אויסגעוועלט אותיות רש"י וואלט מען גקענט שטעלן א קלארע רייכע רש"י פאנט, נישט אזא צאמגעקוועטשטע פאנט, ס'דא אותיות וואס קריכען און קלעבן איינע אינעם צווייטע, ס'מאכט שווער פאר דע אויגן, אז מען ליינט אביסעל לאנג הייבט אן שווינדלן דע אויגן דערפון, מ'קען ווען לכל הפחות אויסשטעלן אביסעל מער די רווחים צוויישן די אותיות.

הנלענ"ד כתבתי ואם שגיתי יהא נחשב שלא אמרתי. איך בעט נישט שרייבן מיין נאמן, איך וויל נישט ווייטון האחד בא לגור וישפוט שפוט.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג מארטש 10, 2015 4:51 pm

לכאורה האט געשריבן:איך האב באקומען א בריוועלע פון אן אנאנימע ניק ארויפצושטעלן דא:
איך האב טאקע נישט געהאט אנטייל גענומען אינעם פראיעקט וועגען פערזענליכע סיבות. א פערזענליכע שאלה: איז דאס א שיטה זאך אדער א טעכנישע סיבה? איר מוזט נישט ענטפערן.
איך האב נישט קיין טענות ח"ו פארן נישט אנטייל נעמען, אבער אויב דו קענסט איבערלייענען און מגיה זיין, איז דאך פשוט א שאד אז דו האסט דאס נישט געטוהן פריער. איך האף אז ביים צווייטן חלק, און ביי קומענדיגע ספרים, וועסטו זיך יא משתתף זיין באלד ביים אנהויב.
למעשה אזוי דורך בליקענדיג דעם חיבור פון אנהייב צום סוף, האב איך זעך אנגעטראפן אין עטליכע נקודות וואס מעגליך קען מען דארט פארבעסערן לענ"ד, אנהייב פונעם חיבור אינעם צווייטן בריוו מהגאון בעל נוד"ב אויף די ערשטע אדער צווייטע שורה איז דא צוויי ווערטער וואס פעלט א רווחא למלתא צווישן זיי, קען זיין ס' שוין געפיקסט געווארן.
נאך נישט געפיקסט
אזוי דורך בליקענדיג האבעך זיך אנגעטראפן אין עטליכע הגהות המגיהים וואס קען מעגליך זיין עס איז נישט אזוי ריכטיג, איך וויל נישט ח"ו קריטיקרן די ארבעט פון וואס די אנדערע האבן דא צושטייער געלייגט, ובפרט איך מיך האב גארנישט קיין שטייער גגעבן, עס איז א חוצפה פון מיין זייט לבא ולשפוט שפוט, וועגן דעם האב איך נישט געוואלט שרייבן צו יידישע קהילות אליין ער זאל זיך נישט ח"ו שפירן איך וויל ח"ו אינטער קלאפן,אדרבה, שרייב יא צו מיר, וואלסט געקענט אסאך צוהעלפן. נאך היינט, ביטע שיק מיר - און ווער עס האט - הגהות ותיקונים און, כדרך העולם וועט מען בעתיד עס פאררעכטן. אולי ביי די באפארשטייענדע הוצאה פון חלק ב' (וועלכע איז גרעסער בכמות, און, לעניות דעתי, כי לא זה הדרך וואס איך בין מחונך געווארן, האב איך געזוכט איינער וואס איז מיר נאנט און האט געארבעט אויף דעם חיבור, ואם ימצא ששגיתי יודעיני בטוטו"ד, און אנטשולדיגט פאר דיר פארפאטשקענען און פארשטערן דיין רואיגקייט און צייט.

א דוגמא צו וואס איך ציל, אנהייב סדרה מקץ איז דא א הגהת מגיה, לכאורה זעהט אויס עס איז א נאטיץ פאר דער עורך אדער איינער וואס דארף האבן א מיינונג. ריכטיג, און דאס איז א טעות אז עס איז געבליבן אזוי. :cry: אזוי איז דא נאך הגהות המגיהים וואס שטייט אז אזוי טרעפט מען אין דער ספר פון דער גדול, דאס פעלט לכאורה נישט אויס. אפילו עס איז געשריבן אין אנדערע פאנט. דוגמאות ביטע אמאל ברענגט מען מראה מקום רש"י וכן במד' אדער א גמ' וכדומה, אז עס איז דא א מדרש וואס דארף מען צוצייכענען רש"י חוץ קען זיין אויב עס איז אויפן פלאץ זעלבסט און רש"י ברענגט עס במפורש פונעם מדרש. און אפילו מ'ברענגט אמאל יא וועגן סיי וועלעכע אנדערע סיבה אפילו עס שטייט נישט אין רש"י אויפן פלאץ, שרייבט מען דרך כלל קודם א גמ' נאכדעם מדרש נאכדעם רש"י לפי הסדר. מאכטזעך אמאל ווען דער מחבר ברענגט א מקור אין מדרש האט מען אמאל צוגברענגט נאך פלעצער צו גמ' צו מדרש אז עס שטייט דארט, דאס איז לענ"ד א שטיקל פגם פארוואס? און דוגמא ביטע. אמאל זאגט דער מחבר א געוויסע זאך האט מען צוגעשריבן אז דער אדער יענער גדול ממאורי הדורות האלט נישט פונקטליך ווי דער גאנג, וכנ"ל. דוגמא ביטע

לגבי דע פאנט האב איך טאקע מיטגעהאלטן נאר זייער ווייניג וואספארא פאנט צו ניצען, יאך גיי נישט אריין וועגן רש"י אין מרובעות, ריכטיג מרובעות איז קילורין לעינים, עס איז שארפער געזונטער פארן אויג, אבער אז מ'האט אויסגעוועלט אותיות רש"י וואלט מען גקענט שטעלן א קלארע רייכע רש"י פאנט, נישט אזא צאמגעקוועטשטע פאנט, ס'דא אותיות וואס קריכען און קלעבן איינע אינעם צווייטע, ס'מאכט שווער פאר דע אויגן, אז מען ליינט אביסעל לאנג הייבט אן שווינדלן דע אויגן דערפון, מ'קען ווען לכל הפחות אויסשטעלן אביסעל מער די רווחים צוויישן די אותיות. איך בין נישט א מומחה אויף פאנטס. אבער אויב ווייסט איר/האט איר א בעסערע פאנט, אדער א נאמען פון א בעסערע פאנט ביטע שיקט מיר

הנלענ"ד כתבתי ואם שגיתי יהא נחשב שלא אמרתי. איך בעט נישט שרייבן מיין נאמן, איך וויל נישט ווייטון האחד בא לגור וישפוט שפוט.
ח"ו, מיר זענען אלע דא גרים, און קיינער נעמט עס נישט אלס וישפוט שפוט. דיינע קאממענטס זענען אנגענומען געווארן אויף דעם ריכטיגן אופן בשמחה ובתשואת חן - א דאנק!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 11:16 pm

תגובהדורך פורים קטן » פרייטאג מארטש 13, 2015 3:24 pm

לכאורה האט געשריבן:איך האב באקומען א בריוועלע פון אן אנאנימע ניק ארויפצושטעלן דא:
איך האב טאקע נישט געהאט אנטייל גענומען אינעם פראיעקט וועגען פערזענליכע סיבות.

למעשה אזוי דורך בליקענדיג דעם חיבור פון אנהייב צום סוף, האב איך זעך אנגעטראפן אין עטליכע נקודות וואס מעגליך קען מען דארט פארבעסערן לענ"ד, אנהייב פונעם חיבור אינעם צווייטן בריוו מהגאון בעל נוד"ב אויף די ערשטע אדער צווייטע שורה איז דא צוויי ווערטער וואס פעלט א רווחא למלתא צווישן זיי, קען זיין ס' שוין געפיקסט געווארן.

אזוי דורך בליקענדיג האבעך זיך אנגעטראפן אין עטליכע הגהות המגיהים וואס קען מעגליך זיין עס איז נישט אזוי ריכטיג, איך וויל נישט ח"ו קריטיקרן די ארבעט פון וואס די אנדערע האבן דא צושטייער געלייגט, ובפרט איך מיך האב גארנישט קיין שטייער גגעבן, עס איז א חוצפה פון מיין זייט לבא ולשפוט שפוט, וועגן דעם האב איך נישט געוואלט שרייבן צו יידישע קהילות אליין ער זאל זיך נישט ח"ו שפירן איך וויל ח"ו אינטער קלאפן, כי לא זה הדרך וואס איך בין מחונך געווארן, האב איך געזוכט איינער וואס איז מיר נאנט און האט געארבעט אויף דעם חיבור, ואם ימצא ששגיתי יודעיני בטוטו"ד, און אנטשולדיגט פאר דיר פארפאטשקענען און פארשטערן דיין רואיגקייט און צייט.

א דוגמא צו וואס איך ציל, אנהייב סדרה מקץ איז דא א הגהת מגיה, לכאורה זעהט אויס עס איז א נאטיץ פאר דער עורך אדער איינער וואס דארף האבן א מיינונג. אזוי איז דא נאך הגהות המגיהים וואס שטייט אז אזוי טרעפט מען אין דער ספר פון דער גדול, דאס פעלט לכאורה נישט אויס. אפילו עס איז געשריבן אין אנדערע פאנט. אמאל ברענגט מען מראה מקום רש"י וכן במד' אדער א גמ' וכדומה, אז עס איז דא א מדרש וואס דארף מען צוצייכענען רש"י חוץ קען זיין אויב עס איז אויפן פלאץ זעלבסט און רש"י ברענגט עס במפורש פונעם מדרש. און אפילו מ'ברענגט אמאל יא וועגן סיי וועלעכע אנדערע סיבה אפילו עס שטייט נישט אין רש"י אויפן פלאץ, שרייבט מען דרך כלל קודם א גמ' נאכדעם מדרש נאכדעם רש"י לפי הסדר. מאכטזעך אמאל ווען דער מחבר ברענגט א מקור אין מדרש האט מען אמאל צוגברענגט נאך פלעצער צו גמ' צו מדרש אז עס שטייט דארט, דאס איז לענ"ד א שטיקל פגם. אמאל זאגט דער מחבר א געוויסע זאך האט מען צוגעשריבן אז דער אדער יענער גדול ממאורי הדורות האלט נישט פונקטליך ווי דער גאנג, וכנ"ל.

לגבי דע פאנט האב איך טאקע מיטגעהאלטן נאר זייער ווייניג וואספארא פאנט צו ניצען, יאך גיי נישט אריין וועגן רש"י אין מרובעות, ריכטיג מרובעות איז קילורין לעינים, עס איז שארפער געזונטער פארן אויג, אבער אז מ'האט אויסגעוועלט אותיות רש"י וואלט מען גקענט שטעלן א קלארע רייכע רש"י פאנט, נישט אזא צאמגעקוועטשטע פאנט, ס'דא אותיות וואס קריכען און קלעבן איינע אינעם צווייטע, ס'מאכט שווער פאר דע אויגן, אז מען ליינט אביסעל לאנג הייבט אן שווינדלן דע אויגן דערפון, מ'קען ווען לכל הפחות אויסשטעלן אביסעל מער די רווחים צוויישן די אותיות.

הנלענ"ד כתבתי ואם שגיתי יהא נחשב שלא אמרתי. איך בעט נישט שרייבן מיין נאמן, איך וויל נישט ווייטון האחד בא לגור וישפוט שפוט.


הגם שעד עכשיו עבדתי בהסתר, ולא גליתי שאני עסוק בהגהת הספר, אבל לאור דברים הנ"ל ההכרח לא יגונה, ולא אוכל להתאפק מלהגיב על דברים הנ"ל. בהיותי אחד מן כמה מגיהים חשובים, שהקדישו כל אחד ואחד ימים ולילות על הגהת הספר, אוכל להעיד, כי על כל הגה ומ"מ ישבנו - כל המגיהים עם בעל יידישע קהלות ועוד - שבעה נקיים, דנינו כמה וכמה פעמים על כל הגה, אם יש צורך או לא, וכמובן לאו כל אנפין שווין, ואי אפשר לבוא ולהעמיד פני תם, כי "הגם שלא הייתי בתוך הענינים מ"מ כמדומני שיכולין לעשות כך וכך", כי צריכין תחלה להיות עסוק בתוך הענינים, ולידע הספיקות והשיקולים, הדיונים וההכרעות, ורק אח"כ יכולין להגיב ולקנטר או להסכים.
ועתה אתייחס קצת להקנטורים:
1) על ההגה שבתחלת פ' מקץ, נכון ש"חצי ההגה" היה נכתב להמגיהים, וצריך למחקו כשהספר יהיה בעז"ה בשלימות עם חלק ב'.
2) לא נמצא בשום מקום ציונים לספרים אחרים, כדי לסתור את דברי רבינו. ורק בב' מקומות צויין לספרים אחרים, בר"פ נשא צויין לדברי הזית רענן שהוא מרבינו המגן אברהם, ואין זה שום גריעותא לציין כך, כשהמחבר מתלבט בהבנת הגירסא, ונמצא בדברי קדמון הגהה נכונה. ובפ' משפטים יש הגהה ארוכה שיש לדון עליה אם נכון להניחו או לא, כי כשתעיין בהדברים תראה שדברי רבינו המחבר נראים כמתמיהין בהשקפה ראשונה, ובמקומות כאלו רגילין לציין כדי שלא לחשוב שיש כאן חסר בדברי רבינו, והדבר צריך הכרע, וגם זה יוחלט בעז"ה בגמר החלק שני של הספר.
3) כל המ"מ צויינו בהשכל ובדעת ,ובשיקול נכון מה לציין ומה לא לציין. - במקומות שצויין תחלה דברי רש"י ואח"כ גמ' או מדרש, יתכן או משום שהמחבר העתיק לשון רש"י ובגמ' אינו ממש בלשון זה, או במקום שהמחבר קאי בהאי קרא אשר עליה פירש רש"י.
4) לפום ריהטא אינני זוכר מקום שהמחבר ציין למדרש, והוספנו לציין לגמ' וכדו'. - ואם המצא תמצא, מסתמא הוא מפני שבהמדרש לא נכתבו הדברים בשלימותן כמו שהעתיק המחבר, ויש בגמ' הוספת דברים וכדו'.

ידוע מאמר העולם, על מאמר רש"י (סליחה, הוא מאמר חז"ל... רק ציינתי לרש"י כנ"ל) כי יתרו נקרא "יתר" על שם שייתר פרשה אחת בתורה "ואתה תחזה". ולכאורה יתמה, דהרי יתרו כבר התחיל פרשתו באמרו "לא טוב הדבר אשר אתה עושה נבול תבול וגו'", ולמה נקרא רק על שייתר פרשת "ואתה תחזה"? והתירוץ הוא, כי לקנטר ולומר "לא טוב הדבר" אין זה מעליותא כלל, ורק כשנתן עצה הגונה ואתה תחזה, ע"ז נקרא שייתר פרשה אחת בתורה. ודי בזה.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג מארטש 13, 2015 3:38 pm

הגם שאין אדם מעיד על עצמו, לכן אעיד אני על בעל "פורים קטן" ובעל "יידישע קהילות", שהם דנו פעם אחר פעם על כל הגה"ה בהגוגל דאק"ס פייל, כמעט 24 שעה ביום, פעם באמצע היום ופעם בשעה 3 בבוקר. וכן יכולים להעיד כל אלו שעיינו בפייל הנ"ל וראו ההגהות על ההגהות וכו' עד שסקלו ויישרו כל הגה"ה על מכונו עד שכמעט אין ניכר ברוב מקומות שיש שם הג"ה ושהוצרכו כלל להגיה. וכל זה עשוי בחנם, ומובטחני שזכות המחבר יגן עליהם.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג מארטש 13, 2015 3:55 pm

אם כי בתחלה לא רציתי להודות ברבים את שם ידידי הנכבד פורים קטן או לשבח ולפאר אותו, מחמת שרצונו של אדם זהו כבודו, וכטבע של פורים - אין אסתר מגדת, והכל הוא בדרך של הסתרה. אך עכשיו שכבר 'הגיד מה הוא לו', זה ה"קטן" גדול הוא וגדול יהיה, ממש שאין לתאר ואין לשער איך ישב על כל קוץ וקוץ בדברי המחבר שעות וימים, במסירות ובנאמנות מלאה שלא לשנות מרצונו ומכוונתו של המחבר זי"ע. אני רוצה לנצל את הזדמנות זו להודות לו בפה מלא ובקול רם, ולברך אותו בשם כל המתנדבים ועל דעת מאות הלומדים בספר זה - יה"ר כשם שזכית וגמרת ספר זה, כן תזכה להתחיל ולגמור ספרים רבים אחרים, והכל מתוך שמחה, הרחבת הדעת ומנוחת הנפש.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג מארטש 13, 2015 4:19 pm

כאטש איין זאך האט דער בריוול אויפגעטוהן, מיר ווערן געוואויר ווער נאך האט אריינגעארבעט דא פון הונטער די קוליסן.

היות איך בין נאר געווען דער פאסט טרעגער פון דעם בריוול, וועל איך ווארטן צו באקומען אן ענטפער פונעם שרייבער, און דאס אי"ה ארויפשטעלן.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש מארטש 14, 2015 9:34 pm

דער אנאנימער שרייבער האט דערווייל געשיקט נאך א קליינע הגה'לע:

אין דער בריוו אנהייב ספר פון רצ"ה אב"ד ברלין אין די צווייטע שורה איז דא צוויי ווערטער (יתירהמעוררת) וואס פעלט א רווח בינתיים.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מוצ"ש מארטש 14, 2015 9:50 pm

מיטן גאנצן און פולסטן רעספעקט, בעט איך דעם אנונימער מגיה, צו שיקן זיינע הערה'לעך אויף דעם אשכול המיועד לכך. דער אשכול איז געווידמעט אויף דעם כלליות'דיגן "לאק" פון דעם ספר.
א דאנק
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש מארטש 14, 2015 11:02 pm

דאס איז שוין פראבלעם... יענער האט מיר נישט געהייסן לייגן דא אדער דארט

בכלל, יענער איז ח"ו נישט דא לקנתר, אנדערש ווי מאנכע ווילן ארויסנעמען פון זיינע רייד.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 11:16 pm

תגובהדורך פורים קטן » זונטאג מארטש 15, 2015 10:48 pm

לכאורה האט געשריבן:דער אנאנימער שרייבער האט דערווייל געשיקט נאך א קליינע הגה'לע:

אין ....


כמדומה שבכגון דא מתאמר משמיה דהרה"ק מראפשיץ זי"ע (ואם שגיתי ה' הטוב יכפר), שאחד פנה אליו בשם ידידו שמבקש דרך תשובה על כמה חטאים ר"ל, ומתבייש לבוא בעצמו, ע"כ הוא ביקש ממנו להיות שלוחו לכך. ענה לו הרה"ק, למה לידידך להתבייש, היה יכול לבוא ולומר שבא בשליחות של ידידו .... ודי בזה.

כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

תגובהדורך כתב ולשון » מיטוואך מאי 20, 2015 11:24 am

הגם דער אשכול איז מיוחד אויפן אויסשטעל פונעם בנין שלמה, דאך מיין איך אז כאן המקום לעורר איזה הערה אויף דעם אויסשטעל פון די וועכענטליכע גליונות (פני שלמה, בתי נפש-בית מועד).

ווי איך האב אויפגעפאסט קומען אויס די שטרעכלעך (גענזן פיסלעך) אביסל אינטערסאנטליך, די עצה וויאזוי דאס צו פארריכטן איז ווי פאלגענד:
פארן אריינברענגן דעם ווארד פייל אין אינדיזיין גייט מען צו:
adit > Preferences > type
און מ'נעמט אראפ די טשעק פון use typographer's quotes.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך מאי 20, 2015 2:41 pm

א גרויסן יישר כח פאר דער הערה, איך האב נישט געכאפט אז עס איז מאדנע ווייל דא איז ער גאנץ איינגעהאלטן נארמאל (עס איז דא פאנטס ביי וואס יענץ איז מיאוס). האמיר עס אנגעשטעלט אזוי.

(אויב ווייסט איינער, צואוואס זענען די מאדנע שטרעכלעך געמאכט?)
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com


צוריק צו “מפעל הוצאת ספרים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט