בלאט 12 פון 22

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 26, 2015 9:15 pm
דורך לעזער פ.
גרייט פאר נאך א בלעטל

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 26, 2015 9:19 pm
דורך יידישע קהילות
לעזער פ. - 305 . יישר כח פאר אריינגעבן דיין געענדיגקטע עמוד.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 1:05 am
דורך נא_שכל
שיק אריין אן עמוד אויב עס וועט זיך אויסארבעטן וועל איך בל"נ בעזרת ה' נעמעך נאך.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 8:52 am
דורך יידישע קהילות
נא_שכל 297 - 301

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 1:49 pm
דורך צדיקל
וועל מיר זיך צושטעלן צו די רבים העושים את המצוה, הרב קהילות געב מיר זיי מוחל 3 זייטן.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 2:12 pm
דורך יידישע קהילות
צדיקל האט געשריבן:וועל מיר זיך צושטעלן צו די רבים העושים את המצוה, הרב קהילות געב מיר זיי מוחל 3 זייטן.

צדיקל 287 - 289, 293
זיי אזוי גוט און שיק מיר א אימעיל, וועל איך דיר אימעילן דיין
PDF

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 12:36 am
דורך יידישע קהילות
הרוצה בעילום שמו 285 - 286 לזכות רפו"ש
לעזער פ. - 284
יאפין - 281 - 283
280 - הרב"ש להצלחת בנו בישיבה

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 1:56 pm
דורך סטראשעלע
איך האב עטליכע געדאנקען אויפן קומענדיגן העתקת "כתב יד" פראיעקט.

דאס ערשטע וואלט איך פארגעשלאגן א חיבור חידושים על מסכתות הש"ס פון הגאון רבי יוסף העס זצ"ל בעל בן פרת יוסף מריש בי דינא רבא וריש מתיבתא דק"ק פיורדא בימי הגאון ר' יוסף שטיינהארט בעל שו"ת זכרון יוסף און נאכדעם דער אומעמטליכער רב אין פיורדא פאר א שטיקל תקופה צווישן איין רב און אנדערן, ואחרי זה נתקבל לאב"ד קאסעל ומדינת העסין באשכנז, הג"ר בצלאל רנשבורג מתלמידיו.

אין "הישיבה הרמה בפיורדא" כרך שני פון בנימין שלמה המבורגער עמ' 241-262 איז דא א שיין באשרייבונג איבער אים. אינטערסאנט איז אז ער דערמאנט נישט דעם חיבור כתב יד פון אים המונח בגנזי פרנקפורט.

דער חיבור איז 48 זייטן געשריבן בכתב ידו
http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/m ... fo/1828905

וואס זאגט דער עולם דערצו ?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 2:46 pm
דורך דרךהמלך
ירמי' האט געשריבן:יישר כח. כל הכבוד פארן זיך אריינלייגן.
אבער פארוואס קען מען נישט פרעגן הגאון ר' שמואל אליינס, אדער עכ"פ הגאון ר' חיים?

בלא פגיעה בכבודו הרמה, עס איז נישט די ערשטע זאך וואס ער זאגט אנדערש ווי זיין טאטע
ובעת שהיה בלאנדאן ודרש דרש באחד מהכוללים בענין אחד בהרחבה גדולה, צוה אחיו לפרסם שלא יקבלו דבריו להלכה כלל באותו הענין, כאשר קיבל מאביו
מיין ספק איז נאר געווען לגבי מהר"י מפשעווארסק, וואס איך האב נאך אלס נישט געקענט מברר זיין
אבער די מעשה פון שבט הלוי האב איך געהערט פון כלי ראשון בלי ספק כלל

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 6:17 pm
דורך יידישע קהילות
סטראשעלע האט געשריבן:איך האב עטליכע געדאנקען אויפן קומענדיגן העתקת "כתב יד" פראיעקט.

דאס ערשטע וואלט איך פארגעשלאגן א חיבור חידושים על מסכתות הש"ס פון הגאון רבי יוסף העס זצ"ל בעל בן פרת יוסף מריש בי דינא רבא וריש מתיבתא דק"ק פיורדא בימי הגאון ר' יוסף שטיינהארט בעל שו"ת זכרון יוסף און נאכדעם דער אומעמטליכער רב אין פיורדא פאר א שטיקל תקופה צווישן איין רב און אנדערן, ואחרי זה נתקבל לאב"ד קאסעל ומדינת העסין באשכנז, הג"ר בצלאל רנשבורג מתלמידיו.

אין "הישיבה הרמה בפיורדא" כרך שני פון בנימין שלמה המבורגער עמ' 241-262 איז דא א שיין באשרייבונג איבער אים. אינטערסאנט איז אז ער דערמאנט נישט דעם חיבור כתב יד פון אים המונח בגנזי פרנקפורט.

דער חיבור איז 48 זייטן געשריבן בכתב ידו
http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/m ... fo/1828905

וואס זאגט דער עולם דערצו ?

אקדים, אלעס וואס איך שרייב דא, שרייב איך אלס פרטית'דיגער סיטיזען, אויב דער עולם וועט מחליט זיין לכאן או לכאן - נעם איך אן די החלטה.
קודם כל איז דא א חסרון אז עס איז "חידושי הלכה" אויף גמרא מס' חולין וכו', איך בין נישט זיכער אז דאס וועט זיין פונקט אזוי געשמאק פארן עולם.
אויך א ספר אויף הלכה איז נישט "פאפולער" ארומצופארן אויף אימעיל, קומט אויס אז די איינציגסטע הפצה וואס עס וועט באקומען וועט זיין אוצה"ח און היברו-בוקס.
אויך איז דער מחבר נאך מער אומבאקאנט ווי הג"ר נתן מז ז"ל. אפשר פאר דער נעקסטער פראיעקט א מער פאפולערע פיגור?

אזוי צו אזוי, דארפן מיר ענדיגן נאך עטליכע עמודים'לעך וואס מ'דארף נאך מעתיק זיין. און מיר קענען שוין באשטעלן בולקעלעך אויף דעם גרויסארטיגן סיום!!!
ביטע אויב קענט איר צולייגן א פלייצע, לייגט צו!
מ'לייגט נישט צו מיטן העלפן א פריערדיגן גדול...

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 6:42 pm
דורך מי יודע
איך שלאג פאר דעם ספר עיר דוד
א באקאנטע באוואוסטע דרוש ספר וואס איז נאך מאיזה סיבה נישט איבערגעדרוקט

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 8:48 pm
דורך סטראשעלע
מי יודע האט געשריבן:איך שלאג פאר דעם ספר עיר דוד
א באקאנטע באוואוסטע דרוש ספר וואס איז נאך מאיזה סיבה נישט איבערגעדרוקט


לדעתי זאל מען ענדערש ארבעטן אויף כתבי יד ווי איידער אויף ספרים וואס זענען בהישג יד באיזה אופן שהוא, משא"כ כתבי יד שלא נדפסו זענען כספר החתום,

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 11:59 pm
דורך יידישע קהילות
סטראשעלע האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:איך שלאג פאר דעם ספר עיר דוד
א באקאנטע באוואוסטע דרוש ספר וואס איז נאך מאיזה סיבה נישט איבערגעדרוקט


לדעתי זאל מען ענדערש ארבעטן אויף כתבי יד ווי איידער אויף ספרים וואס זענען בהישג יד באיזה אופן שהוא, משא"כ כתבי יד שלא נדפסו זענען כספר החתום,

איך בין מסכים מיט דברי ידידי סטראשעלע.
איך וועל צולייגן נאך א טעם, דער ספר עיר דוד וועט אי"ה איבערגעדרוקט ווערן דורך איינער וואס וויל זיין א מוציא לאור און מחבר.
כתבי יד וועלכע זענען מוזנח, איז א בחינה פון השבת אבידה!

מיר וואלטן געקענט אויפטוהן גדולות ונצורות ווען מיר האבן א גאנצע - גרויסע - שטאב פון מתנדבים. דער פראבלעם איז אז מיר באשטייען פון א קליינע סטעף פון בערך א מנין טייערע מתנדבים - מעתיקים און מגיהים. און דאך גיבט א קוק וויפיל מיר האבן באוויזן אין אזא קורצע תקופה.

* * *

אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן, אז עס מאכט זיך א שטיקל פלאן, אז מעתיקים און מתחילים וועלכע ווילן מעתיק/מגיה זיין על מנת לקבל פרס (אויף א אנאנימער אופן) זאלן דאס קענען טוהן. פרטים זענען נאכנישט פיינעל, אבער עס וועט ארבעטן כעין א פארמיטלונג צווישן מנדבים און מעתיקים, דער מנדב וועט באצאלן א באשטימטע סכום פער עמוד, און עס וועט אריבערגעפירט ווערן באופן חסוי וסודי צו דעם מעתיק, אן דאס וואס דער מנדב אדער מיר דא אין "מפעל הוצאת ספרים" זאלן וויסן ווער עס באקומט דאס געלט.

ווער עס האט הצעות און איידיעס ווערט געבעטן דאס ארויפצושטעלן דא איידער מיר פארמולירן א פערטיגע פלאן.

* * *
איך מיין אויך, און זאגט אויב איר שטימט צו, אז דער צייט איז שוין געקומען אז אלע אשכולות פון "מפעל הוצאת ספרים" זאל שוין ווערן א באזונדערע מדור אין פליטת בית סופריהם.
ווער עס האט עפעס א שטיקל השפעה אויף די אויבער-מנהלים זאל ביטע מסביר זיין די סיטואציע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 29, 2015 5:25 am
דורך יאפין
יעך מיין אויך כתבי יד.
***
שיין
***
מסכים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 29, 2015 4:24 pm
דורך יהיה כן

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 30, 2015 1:42 am
דורך מיללער
אריינגעשיקט מיינע 10 עמודים, הרב יודישע קהלות היקר, הנני מוכן לקבל עוד איזה עמודים אויב פעלט נאך אויס.

מתוקים מדבש ונופת צופים, הערליכע געדאנקען, ושקיה לטיבותא, הרב י. ק., אייר זכות איז לעד ולנצח, מורא'דיג

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 30, 2015 10:22 am
דורך יידישע קהילות
מיללער האט געשריבן:אריינגעשיקט מיינע 10 עמודים, הרב יודישע קהלות היקר, הנני מוכן לקבל עוד איזה עמודים אויב פעלט נאך אויס.

מתוקים מדבש ונופת צופים, הערליכע געדאנקען, ושקיה לטיבותא, הרב י. ק., אייר זכות איז לעד ולנצח, מורא'דיג

ייש"כ הרב מיללער, פאר דיינע 10 עמודים, דאס איז בנוסף צו די פילע עמודים וועלכע דו האסט שוין געטוהן פאר דעם. זכות המחבר זצ"ל יגן עליך ועל כל משפחתך.
איך האב דיר גשיקט נאך 3 עמודים:
מיללער 277-279

רבותי! נאך בערך 35 עמודים, און דער ספר איז ג'ענדיגט!!! ריפט אייך אן און זייטס זיך מתנדב פאר א עמוד-צוויי, און נעמט א חלק אין דעם אייגנארטיגן דבר מצוה.
זה שנמנו חביריו לדבר מצוה, והוא ___ נמנה עמהם.
מ'קען מתנדב זיין לזכות רפואה/שידוכים/זש"ק/הצלחה.
ווי אויך האבן מיר שוין א שטיקל מהלך אויך פאר איינער וואס קען נישט אליינס טייפן/מעתיק זיין צו באצאלן פאר א באצאלטן מעתיק. פרטים באישי/אימעיל.


פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 30, 2015 10:32 am
דורך יצחק דע באנקיר
איך וואלט גענימען פאר פראבע איין עמוד

יישר כח יודישע קהילות ! שכרך הרבה מאוד עס איז זיכער אז די צדיקים וגאונים וועלן דיר זיין דאנקבאר

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 30, 2015 10:46 am
דורך יידישע קהילות
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:איך וואלט גענימען פאר פראבע איין עמוד

יישר כח יודישע קהילות ! שכרך הרבה מאוד עס איז זיכער אז די צדיקים וגאונים וועלן דיר זיין דאנקבאר

יצחק דע באנקיר - עמוד 233.
שרייב מיר א אימעיל פאר א קאפפי פון דיין עמוד.
בהצלחה!

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 30, 2015 11:29 am
דורך מיסטעריעז
נאך אזאנע הייליגע און לעכטיגע רייד וואס איך האב די זכי' געהאט מעתיק צו זיין איז מיר א כבוד צו בעטן נאך א בלעטל

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 30, 2015 11:51 am
דורך יידישע קהילות
א דאנק אייך, מיסטעריעז פאר אזויפיל צוהעלפן. ע' #276 (א שווערע עמוד, אבער לפום צערא אגרא!)

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 30, 2015 1:04 pm
דורך סטראשעלע
וועלכע מספר הדפים זענען נאך עוועילעבל ?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 30, 2015 1:27 pm
דורך יידישע קהילות
נאך א פאר איינצעלנע דפים אויף נ"ך און אויף אגדות הש"ס.
מיר זענען שוין כמעט דארט... נאך א ביסל...

אפדעיט!

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 30, 2015 3:04 pm
דורך יידישע קהילות
ב"ה יעצט א שעה פאר זמן הדלקת הנרות, גייט פארענדיגט ווערן די הגהה אוף בנין שלמה - על התורה.
עס איז נישטא קיין ווערטער צו דאנקן דעם חשובן ראש המגיהים, ואתו עמו אלע צוהעלפער, און אלע מעתיקים און שטיצער דא אין אונזער וועלטל.
איך האף אי"ה נעקסטע וואך ארויפצולייגן א פייל וואס וועט אנטהאלטן דעם גאנצן ספר בנין שלמה על התורה.
שישו ושמחו בשמחת התורה.
זכות המחבר יגן על כל המשתתפים להתברך בכל טוב.
גוט שבת!

פארעפענטליכט: שבת ינואר 31, 2015 11:38 pm
דורך יידישע קהילות
ע' 181 - הרב"ש לרפואת רבינו משולם פייש בן צירל