בלאט 10 פון 22

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 4:51 pm
דורך מיללער
חידושי סוגית מהר"י אסאד איז שוין געדרוקט?
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1603.pdf

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 4:54 pm
דורך מיללער
אין דעם איז פארהאן חידושים פון הגה"ק בעל כתב סופר און פון הגה"ר רבי שמעלקא מסעליש זצ"ל, איז דאס שוין געדרוקט?
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1844.pdf

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 5:12 pm
דורך יידישע קהילות
מיללער האט געשריבן:חידושי סוגית מהר"י אסאד איז שוין געדרוקט?
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1603.pdf



יא.
יוצא לאור מכת"י תלמידי רבינו ע"י יקותיאל דוב געווירץ.
ברוקלין נ.י. תשס"ב לפ"ק

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 6:29 pm
דורך יידישע קהילות
מיללער האט געשריבן:אין דעם באנד חידושים ודרשות פון רבי נתן מאז:
http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/m ... fo/3207373
ביים סוף איז דא הספדים שאמר על גדולי ישראל שנפטרו בימיו, איך וואלט געזאגט אז מ'זאל דאס צולייגן נאך די חידושים עה"ת, וואס האלטן אנדערע?

רוב באנד איז חדושים אויף מס' יומא פסחים ב"מ און נאך. צום סוף איז דא עטליכע הספדים.
איך האב גטראפן (ע' 356) א דרשה לסיום על ספר מנורת המאור (אכטונג, בכורים!!)...
אויף פרשיות האב איך גטראפן אזוי:

334 אמור
342 שופטים
346 ויחי
348 מקץ ויגש
352 פ' תרומה וזאת הברכה

איך בין אויך ביי דער מיינונג אז מ'דארף דאס אלעס משלב זיין.
נא, מעתיקים אייכם?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 6:30 pm
דורך יהיה כן
I am in
הייב אן צו טיילן, יאך בין גרייט צו נעמען עפעס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 6:31 pm
דורך SPUSMN
גיב מיר אויך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 6:37 pm
דורך יידישע קהילות
געוואלדיג.
יהיה כן - B 346
ספאסמן - B 347
יאפין - B 348
מיסטעריעז - B 352
אויב איר ווילט א קאפפי פון אייער בלעטל, ביטע פארלאנגט אין אימעיל
ווען איר קאמיוניקעיט מיט מיר ביטע שרייבט דעם עמוד נומער אין דעם סאבזשעקט ליין.
ביטע באמערקט, אז איך האב צוגלייגט א B פאר דעם נומער, להבחין צווישן דעם באנד, און דער ערשטער באנד.
.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 6:43 pm
דורך יאפין
גיב מיר אויך מיט קאפי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 6:47 pm
דורך מיסטעריעז
מ'האט דאך שוין מער ווייניגער באשלאסן אז מ'גייט משלב זיין, דעריבער שלאג איך פאר אז מ'זאל ערשט מעתיק זיין אלע זיינע כתבים און נאר דערנאך עס מסדר זיין לדפוס אזוי איז מען זיכער אז מ'מאכט א דבר השלם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 8:18 pm
דורך מיללער
יידישע קהילות האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אין דעם באנד חידושים ודרשות פון רבי נתן מאז:
http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/m ... fo/3207373
ביים סוף איז דא הספדים שאמר על גדולי ישראל שנפטרו בימיו, איך וואלט געזאגט אז מ'זאל דאס צולייגן נאך די חידושים עה"ת, וואס האלטן אנדערע?

רוב באנד איז חדושים אויף מס' יומא פסחים ב"מ און נאך. צום סוף איז דא עטליכע הספדים.
איך האב גטראפן (ע' 356) א דרשה לסיום על ספר מנורת המאור (אכטונג, בכורים!!)...
אויף פרשיות האב איך גטראפן אזוי:

334 אמור
342 שופטים
346 ויחי
348 מקץ ויגש
352 פ' תרומה וזאת הברכה

איך בין אויך ביי דער מיינונג אז מ'דארף דאס אלעס משלב זיין.
נא, מעתיקים אייכם?

אין איינע פון די תורות וואס איך האב מעתיק געווען ברענגט רבי נתן א מדרש מיט אן אדרעס אין מנורת המאור

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 9:03 pm
דורך יידישע קהילות
מיללער האט געשריבן:אין איינע פון די תורות וואס איך האב מעתיק געווען ברענגט רבי נתן א מדרש מיט אן אדרעס אין מנורת המאור

יא, ע' #85.
אינטערסאנט אז דער מחבר ספר נפש יהודה אויפן מנורת המאור איז געווען א פראנקפורטער.
און אין די הסכמה פון הג"מ יוסף שמואל ז"ל אב"ד פפד"מ מח"ס מסורת הש"ס, שרייבט אין זיין הסכמה אז עס איז געווען א מנהג פראנקפורט צו לערנן מנורת המאור פאר א חולה ב"מ.
אויך איז דא א הסכמה פון דעם שב יעקב אויף אן אנדערע דרוק פון מנוה"מ.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 3:40 am
דורך יידישע קהילות
איך האב דא ארויפגעלייגט די לעצטע מהדורה אויף ספר בראשית.
איך האב ארויפגעלייגט די חדו"ת פון ספר שמות אויף גוגל דאקס. כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה - ווער עס וויל האבן א חלק אין די גרויסע מצוה, און העלפן מגיה זיין, זאל ביטע מיר שיקן א אימעיל אין איך וועל שיקן א לינק.
יישר כחכם!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2015 12:10 am
דורך יידישע קהילות
איך זעה אז דער עולם איז איינשטימיג אז מ'זאל לאזן דעם חלק נ"ך ואגדות הש"ס אזוי ווי דער מחבר האט עס גלאזט.
גם אני מסכים לזה.
אבער איז דער עולם אויך מסכים אז דער ספר מוז בלייבן איין גרויסע ספר, נישט צווי באזונדערע ספרים? ווייל אויב יא וועט דער ספר אויף נ"ך ואגדות פארלוירן ווערן.
אויב זענט איר מסכים, דאן דארף מען זיך נעמען צו מלאכת העתקה פון בערך נאך א 140 עמודים.
איז דער עולם גרייט?

איך בעט אז דער שמועס זאל זיך ממשיך דא אין דעם אשכול. יענע אשכול איז געווידמעט פאר תיקונים און הערות אויף דעם ספר אליינס.

איז דער עולם מסכים צו נעמען א גרעסערע צאל עמודים, למשל 5- 10 עמודים אויף א משך פון צוויי וואכן, מוז נישט זיין ממש אזוי אבער עפעס א גרעסערע סכום עמודים איבער א לענגערע צייט.
ווער איז אין?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2015 8:39 am
דורך מיללער
זה שנמנה חבריו לדבר מצוה ונמנה עמהם, אני מוכן ומזומן ליקח חלק של 10 עמודים בל"נ ובס"ד

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2015 9:09 am
דורך יאפין
5 עמודים

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2015 8:08 pm
דורך יידישע קהילות
איך אויך בל"נ 10 עמודים.
ווער נאך?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2015 8:51 pm
דורך מומחה יוחס
איך קען פראבירן בלי''נ 2 בלעטער אויף דערווייל אפשר נאכדעם וועל איך נעמען נאך אי''ה

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2015 11:14 pm
דורך יידישע קהילות
טייערע מתנדבים, אז מיר וועלן ווארטן ביז יעדער וועט זיך אנרופן וועלן מיר אין ערגעץ נישט אנקומען.
מיר האבן דערווייל נדבנים אויף 27 עמודים.
בין איך מציע מיר זאלן מעתיק זיין די עמודים אויף ספר תהלים, 29 עמודים.
מיללער 146 - 155
יאפין 156- 160
מומחה יוחס 161 - 162
אני הקטן 163 - 172
וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשנייה...
ביטע קאנפירמט.
[געדענקט, מ'דארף נישט מעתיק זיין די זייטן נאטן, חוץ במקום שיש בו חידוש]

פרישע מתנדבים ווערן געבעטן זיך אנצוריפן ווארעם!!!!!!!!

הסכמת רב"צ וואזנער

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2015 1:55 pm
דורך יידישע קהילות
הגאון ר' בנציון הלוי וואזנער שליט"א: אין אני מאמין בכל ג' עדות הנ"ל

אויף די שאלה וועלכע איז בארירט געווארן אין דעם דערנעבנדיגן אשכול, איז דאס אנגעפרעגט געווארן ביי דעם גרויסן פוסק, דער זון פון מרן הגר"ש וואזנער שליט"א בעל שבט הלוי.
איך וועל מעתיק זיין די לשון פון די שאלה, ארויסנעמענדיג פרטים וועלכע זענען פרבונדן מיט גילוי. און אויף דערויף די תשובה קצרה פון הגאון הגדול רבי בנציון הלוי וואזנער שליט"א.

אל מע"כ...
נתקבצו כמה אברכים להוציא לאור מכת"י את חידושי תורה של הג"ר נתן מאז זצ"ל ר"מ וראב"ד קהלת פפד"מ מח"ס בנין שלמה. תלמיד בעל הפנ"י זצ"ל ואחד מרבותיו של מרן הח"ס זצ"ל.
באמצע העבודה בא אחד וידיעה בפיו ששמע מפי אחי מעכ"ת שליט"א – הג"ר חיים שליט"א, שהוא היה רגיל ללמוד הרבה בספר זה, עד שאחד אמר לו בשם הרר"י לייזער מפשעווארסק זצ"ל שהיה מי שהקפיד לא ללמוד בספריו מחמת המחלוקת שהי"ל עם בעל הנו"ב זצ"ל בעסק הגט מקליווא, ואחיו הנ"ל שאל את מרן פוה"ד אביכם שליט"א והוא אכן הורה לו למנוע מללמוד בספר זה.
שאלתי: האם משהו ידוע לכם בזה? ומה דעתכם בגוף השאלה, האם חושב מעכ"ת שליט"א סיבה נכונה למנוע מללמוד או מלהדפיס ספר של גדול מלפני מאתיים שנה בגלל מחלוקת מסוים שהוא היה בתוכו?
הכותב בשם חבורת אברכים המצפים לתשובתו,
(...)

וז"ל התשובה
לענ"ד אין אני מאמין בכל ג' עדות הנ"ל, התלוי בג' ספיקות, ולעיקר שאלתכם לדעתי העניה אין בזה שום מניעה, גדולות מאלו מצאנו בש"ס ופוס', ולדוגמא פוק חזי החרם שהטיל הב"י על המחמירים ואוסרים יבול נכרי בשביעית, ואעפי"כ ספרי הפוס' החולקים עליו נפוצים ונלמדים בקרב כל ישראל לרוב, והרבה כיו"ב.
כן נראה לענ"ד העניה

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2015 2:15 pm
דורך מחותן
גוט גוט, האבן מיר שוין א הסכמה אויך צו די ארבייט..

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2015 2:17 pm
דורך להודיע
נישט אז איך בין חלילה חולק. אבער ס'איז א משהו א פלא אז דער דיין שליט"א האט נישט זיך נאכגעפרעגט ביי זיין ברידער אדער פאטער, און שרייבט בלויז 'אין אני מאמין' בעת וואס ביידע לעבן נאך לאוי"ט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2015 2:18 pm
דורך ירמי'
יישר כח. כל הכבוד פארן זיך אריינלייגן.
אבער פארוואס קען מען נישט פרעגן הגאון ר' שמואל אליינס, אדער עכ"פ הגאון ר' חיים?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2015 2:19 pm
דורך שוועמל
געוואלדיג.
און זייער אויפריכטיג פון אייך אנצופרעגן בענין.

זכות המצוה של כתיבת ספרים ומשאילן לאחרים - תגן עליכם ובעדיכם ועל כל המסייעים והלומדים.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2015 2:20 pm
דורך ענדע צדיק!
שוועמל האט געשריבן:געוואלדיג.
און זייער אויפריכטיג פון אייך אנצופרעגן בענין.

זכות המצוה של כתיבת ספרים ומשאילן לאחרים - תגן עליכם ובעדיכם ועל כל המסייעים והלומדים.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2015 5:39 pm
דורך לכתחילה אריבער
שיינעם דאנק פארן זיך מטריח זיין און גיין פרעגן.

די תמי' פון די אנדערע איז מיר אויך שווער, קען זיין דעם זיידן וויל ער נישט עקסטער מטריח זיין, אבער דעם זון קען מען דאך פרעגן?