בלאט 9 פון 22

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:25 pm
דורך יידישע קהילות
פאלגענדע ספרים האט מען מציע געווען אלס דעם נעקסטן ספר:
ספרי ר' ישיע'לע קוטנער ישיעות ישראל, ישיעת מלכו, ועוד.
תשו' חמדת שלמה.
כתבי ר' יאשע שו"ב.
שו"ת שב יעקב.
מגן גיבורים על או"ח מהגרי"ש בעל שו"מ וגיסו המאמ"ר.
חלקים מתשו' שואל ומשיב.

וואס זאגט איר?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:27 pm
דורך יהיה כן
ספרי ר' יהושע'לע קוטנער האט יורשים, (משפחת זינגער מאלכסנדר ועוד הרבה)
כתבי ר"י שו"ב האט שוין דא איינער ערווענט אז ס'יז איבריג
שו"ת שב יעקב, דארף מען גוט מברר זיין אויב קיינער ארבעט נאך נישט דערויף, און אזוי אויך מגן גיבורים
שו"ת שו"מ האט מען שוין גערעדט אז ס'ליגט שוין אין געוויסע הענט

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:36 pm
דורך יאפין
פטארוואס נישט ענדיגען מיט נ"ך?
כ'זעה אז בעיקר איז תהילים.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:40 pm
דורך תג נוצער
הרב 'יידישע קהלות', אם קטן אתה בעיניך וכו'
דו האסט באוויזן א מורא'דיגע זאך, צוזאמען צו שטעלן א ספר אן קיין פעני אין א וואך צייט
איך וואלט מיך ערלויבט פארצושלאגן א געוואגטע זאך, כ'בין נייגעריג וואס דער ציבור דא זאגט דערצו

ווי באקאנט איז דרשות חתם סופר א ספר וואס איז שוין געדרוקט געווארן באלד 90 יאר צוריק, און לפי רוב הלומדים מעט עבודתו, די ספר וואלט שוין געמעגט זיין איבערגעדריקט 10 מאל, און דערווייל איז עס נאך כמתכונתו הראשון על לא דבר, ס'האבן זיך שוין געיאוועט 3 מכונים וואס ארבעטן דערויף, און יעדער פרובירט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיטן מאכן מער בענדער על המועדים, און קיינער האלט נישט אין ערגעץ.
אפשר מאך מיר אונז א סורפרייז, מ'געבט א טייפ אויף דעם גאנצן ספר כצורתו, אן הוספות (פארשטייט זיך צולייגן מראי מקומות) ויתענגו בו כל ישרי לב.
כ'מיין אז לויט די ביז יעצטיגע גאלאפ קען עס ביז א חודש זיין פערטיג

וואס האלט דר'ולם

(איז דער מכון חת"ס טאקע סטריקטלי בעה"ב?)

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:43 pm
דורך יאנקעלע קליגער
גם אני מצטרף לדברי תג נוצער,
איך וואלט צוגעלייגט אויך א מפתח הענינים, אבער דאס אפשר שוין צו סאך.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:43 pm
דורך יהיה כן
יא זיי זענען בעה"ב!!, (עס באלאנגט פאר יורשי ר' יוסף זכרי' שטערן דער ערשטער מו"ל)
אויסער אויב וויל מורינו ר' קהלות זיך מטריח זיין ליזול לבי דינא מיט זיי....

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:46 pm
דורך תג נוצער
ר' יוסף נפתלי מיינסטו
זע איך אז נאך מענטשן ארבעטן דערויף און קיינעם רופט מען נישט צו ד"ת, דאס איז וואס מאכט מיר טראכטן אז ס'איז שטח הפקר

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:48 pm
דורך מיסטעריעז
ר' יוסף נפתלי שטערן

עס קומט זיך נישט פארן מכון צו באקומען אזא שיינע מתנה פון אונז ווען דערנאך וועלן זיי בעטן לערך 200 דאללער פאר א סעט...

-
תג האקט

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:48 pm
דורך יהיה כן
תג נוצער האט געשריבן:ר' יוסף נפתלי מיינסטו
זע איך אז נאך מענטשן ארבעטן דערויף און קיינעם רופט מען נישט צו ד"ת, דאס איז וואס מאכט מיר טראכטן אז ס'איז שטח הפקר

מהאט יא גערופן..., כ'ווייס נישט וואס ווען ווי, אבער ס'יז ווייט נישט קיין שטח הפקר.....
און איך גלייב באמונה שלימה, אז עס ליגט שוין ערגעץ אפגעטייפט בשלימות...

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:50 pm
דורך יהיה כן
אויב וויל מען דוקא יא דרוקן א ספר נישט קיין כתב יד
איז כדאי זיך א לאז צי טוהן צום היברוי בוקס, דארט געפונען זיך אן א שיעור ספרים פון גדולי עולם כאבן שאין להם הופכין, וואס די וועלט וואלט זיך מחיה געווען מיט זיי אויב זאל מען זיי איבערדרוקן אויף א נייעם פארמאט
זיל גמור

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:51 pm
דורך מיללער
יידישע קהילות האט געשריבן:פאלגענדע ספרים האט מען מציע געווען אלס דעם נעקסטן ספר:
ספרי ר' ישיע'לע קוטנער ישיעות ישראל, ישיעת מלכו, ועוד.
תשו' חמדת שלמה.
כתבי ר' יאשע שו"ב.
שו"ת שב יעקב.
מגן גיבורים על או"ח מהגרי"ש בעל שו"מ וגיסו המאמ"ר.
חלקים מתשו' שואל ומשיב.

וואס זאגט איר?

מיין ארימער מיינונג, אויף וויפיל געוויכט עס טראגט, מען זאל גיין ווייטער מיט כתבי יד אשר אין להם גואל, ממ'מאכט א פד"פ און משטעלט עס ארויף אויף די מאגרים, דער זכות איז מורא'דיג

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:53 pm
דורך תג נוצער
יהיה כן האט געשריבן:
תג נוצער האט געשריבן:ר' יוסף נפתלי מיינסטו
זע איך אז נאך מענטשן ארבעטן דערויף און קיינעם רופט מען נישט צו ד"ת, דאס איז וואס מאכט מיר טראכטן אז ס'איז שטח הפקר

מהאט יא גערופן..., כ'ווייס נישט וואס ווען ווי, אבער ס'יז ווייט נישט קיין שטח הפקר.....
און איך גלייב באמונה שלימה, אז עס ליגט שוין ערגעץ אפגעטייפט בשלימות...

אקעי, כ'מיין מ'דארף עפענען א באזונדערע אשכול אויף הלכות יורשים ביי ספרים אויף ווי לאנג דאס האלט אן, און אויב דאס איז געזאגט געווארן אפילו ווען מ'זעצט עס אויף פונדאסניי, כ'בין נישט אזוי זיכער, ביי אמאליגע הסכמות זעט מען אז ביז 5 יאר צו 10 יאר זאל מען נישט איבערדרוקן, דא האלט מען שוין באלד 100 יאר שפעטער, איז עס זייער לעולם ועד?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:53 pm
דורך יאפין
מען גייט נישט ענדיגען דעם כתב יד?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 4:59 pm
דורך farshlufen
זוכט ענדערש כתבי ידות, אפשר אויך ספרים וואס זענען כמעט אומלעזבאר.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 5:01 pm
דורך מיסטעריעז
נישט געוויסט אז די כת"י האט א המשך...

דעתי העני' הוא כיאפין ואח"כ כמיללער.
קודם ענדיגן די גאנצע פון רנ"מ, המתחיל במצוה אומרים לו גמור.
און נאכדעם זיך נעמען צו נאך א כת"י, ווייל די געדריקטע קען מען למעשה לערנען משא"כ א כת"י וואס איז פארבארגן.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 5:01 pm
דורך יהיה כן
תג נוצער האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
תג נוצער האט געשריבן:ר' יוסף נפתלי מיינסטו
זע איך אז נאך מענטשן ארבעטן דערויף און קיינעם רופט מען נישט צו ד"ת, דאס איז וואס מאכט מיר טראכטן אז ס'איז שטח הפקר

מהאט יא גערופן..., כ'ווייס נישט וואס ווען ווי, אבער ס'יז ווייט נישט קיין שטח הפקר.....
און איך גלייב באמונה שלימה, אז עס ליגט שוין ערגעץ אפגעטייפט בשלימות...

אקעי, כ'מיין מ'דארף עפענען א באזונדערע אשכול אויף הלכות יורשים ביי ספרים אויף ווי לאנג דאס האלט אן, און אויב דאס איז געזאגט געווארן אפילו ווען מ'זעצט עס אויף פונדאסניי, כ'בין נישט אזוי זיכער, ביי אמאליגע הסכמות זעט מען אז ביז 5 יאר צו 10 יאר זאל מען נישט איבערדרוקן, דא האלט מען שוין באלד 100 יאר שפעטער, איז עס זייער לעולם ועד?


איך ווייס נישט קיין פרטים און קיין הלכות ירושה, אבער עס איז א ריסק אז מען וועט האבן צו טוהן מיט זיי
כ'גלייב אז דער ראש המפעל דא, האלט נישט ביי דעם

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 5:59 pm
דורך יידישע קהילות
איך בין געווען פארנומען מיט מגיה זיין א שווערע עמוד. (#111) ב"ה 90% גענדיגקט.

לגבי דרשות ח"ס, הלוואי ווען עס קומט ארויס פונדאסניי. די פראבלעם פאר דער "מפעל" איז דרייפאכיג. א. זכותי מכון ח"ס. (מיר זוכן מצוות נישט קיין ספק עבירות) ב. בלויז א PDF איז נישט מתאים פאר אזא ספר פון מרן הח"ס. ג. ברגע וואס מיר וועלן ערנסט אנהייבן ארבעטן דערויף, גלויבט מיר, וועט מכון ח"ס + א פאר אנדערע דאס שנעל ארויסגעבן (נו, איז דאך יא כדאי :lol: )

לגבי ענדיגן דעם ספר פון רנ"מ - אי"ה! אבער קשה עתיקא מחדתא. לאמיר ערשט צוענדיגן אינגאצן דעם חלק פון על התורה. און דערנאך וועט מען זיך נעמן צום חלק ב' פון נ"ך און אגדות חז"ל. דער עולם האט ליב צו רעדן פון עתיד, פון נייע זאכן. אולי וועט דאס אריינגעבן מוט פאר די וועלכע דארפן דאס...
[וואס האלט דער עולם לגבי משלב זיין די שטיקלעך אויף נ"ך ואגדות חז"ל אויף די סדרות - בפרט די סדרות וועלכע האבן גארנישט BLANK בלע"ז?]

יהיה - זייט אזוי גוט, און ברענג צו אונזער אטטענשון 4-5 אינטערסאנטע זאכן פון היברו-בוקס. ונראה.

איך בעט דעם עולם צו נעמען אן אקטיווערן ראלע אין מלאכת הגהה. לא אוכל לבדי שאת אתכם...

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 7:33 pm
דורך יאפין
יידישע קהילות האט געשריבן:איך בין געווען פארנומען מיט מגיה זיין א שווערע עמוד. (#111) ב"ה 90% גענדיגקט.
-.........--
איך בעט דעם עולם צו נעמען אן אקטיווערן ראלע אין מלאכת הגהה. לא אוכל לבדי שאת אתכם...


א גרויסען יישר כח הרב קהלות פארען נעמען די מיה און מגיה זיין בלאט 111, איך האב מיר ממש געבראכען קאפ צו קענען ליינען וואס דארט שטייט.

עס איז צום באוואונדערען וויאזוי קהלות געבט זיך אוועק מיט א זיין געטריישאפט, לאמיר טאקע אלע דא אים צוהעלפען מיט מלאכת הגה.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 10:41 pm
דורך יאפין
היות אז ס'איז נאך נישט דא גענוג מגיהים, וויל איך דא צולייגען נאך א מעלה פון גוגעל דוקס, אז אויף צו מגיה זיין דארפט איר נישט זיין מגיה!
און וואו גערעכטער האט געזאגט א חילוק צווישען העתקה און הגה, אז הגה איז שווערע ווייל מען קען נישט איבערלאזען קיין ?? ?? פראגע צייכענעס.
אבער הגה אויף דאקס איז יא זייער לייכט, און מען קען רואיג איבערלאזען די? ??? ??.

וואו אויך איז עס זייער אינטרעסאנט צוזעהן וויאזוי עס ארבעט ווען מען ארבעט צוזאמען.

דרך אגב, עס איז דא צוויי זאכען 1. סודזשעסטענס, 2. קאמענטס
א סודזשעסטענס איז א שינוי אין די כת"י, נאר ס'ערווארט א הסכמה.
א קאמענט קען מען שרייבען שאלה, קשיי, הערה וכו'

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 12:32 am
דורך יידישע קהילות
מפרסמין עושי מצוה
עס זענען דא דריי ניקס וועלכע האבן שוין אריינגעלייגט שעה'ן און שעה'ן אין מגיה זיין דעם כתב יד לספר בראשית, אויף גוגל דאקס. עד כדי שב"ה ממש פנים חדשות באו לכאן.
קומט אריין און כאפט א בליק - נחמד למראה.
חוץ פון אנדערע וועלכע האבן אויך אריינגעלייגט ארבעט, וויל איך ספעציעל ארויסברענגען די דריי:
קנאפער ידען
יאפין
און אחרון חביב דער נייעסטער מעמבער פון אונזער מפעל - פורים קטן
זכות המחבר וזכות התורה יגן עליכם, ימלא ה' את כל משאלותיכם לטובה!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 4:11 pm
דורך מיללער
אין דעם באנד חידושים ודרשות פון רבי נתן מאז:
http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/m ... fo/3207373
ביים סוף איז דא הספדים שאמר על גדולי ישראל שנפטרו בימיו, איך וואלט געזאגט אז מ'זאל דאס צולייגן נאך די חידושים עה"ת, וואס האלטן אנדערע?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 4:15 pm
דורך שמו
לגבי הג"ה האב איך יעצט נישט קיין צייט לכן לא הצטרפתי

לגבי דריקן, האלט איך (ומי אנכי בכלל? אבער דאס איז שוין א עקסטערע שמועס)
מ'זאל קודם ענדיגן די וואס מ'האט אנגעהויבן

און דערנאך, זיכער ענדערש כתבי ידות, ווי א זאך וואס איז שוין אמאל געדריקט געווארן
ווייל דבר שכבר הודפס פעם כבר למדו פעם, משא"כ כתב יד, מעולם לא נגאל, ונזכה אנו לגאול אותה
ובזכות זה נזכה במהרה להגאו"ש.
ובזה אסיים בקיצור אמרים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 4:24 pm
דורך מי יודע
מיללער האט געשריבן:אין דעם באנד חידושים ודרשות פון רבי נתן מאז:
http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/m ... fo/3207373
ביים סוף איז דא הספדים שאמר על גדולי ישראל שנפטרו בימיו, איך וואלט געזאגט אז מ'זאל דאס צולייגן נאך די חידושים עה"ת, וואס האלטן אנדערע?

אוודאי, קאן זיין גאר אינטערעסנאט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 4:30 pm
דורך מיללער
דער באנד אנטהאלט חידושים פון הגאון בעל שב יעקב זצ"ל מפפד"מ וואס תלמידו הגר"נ מאז זצ"ל האט אראפגעשריבן:
http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/m ... ew/4533357
פון אימעזש 11 הייבט זיך אן חידושים עמ"ס יומא על סדר הדפים, קען זיין אינטערעסאנט פאר חברי תורתך שעשועי
בילד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 4:33 pm
דורך מיללער
צום סוף פון יענעם באנד איז דא חידושים און דרשות פון אנדערע, פון הגאון רבי יונתן אייבשיץ, ר' טעביל שייאר, ר' אברהם ברודא, "מאדמו"ר הגאון החריף מו"ה משה סג"ל בראנדיס" ועוד