בלאט 8 פון 22

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 1:45 pm
דורך שוועמל
יידישע קהילות האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:אולי וואלט דער מכון אנגעפרעגט א רב ובקי בענינים אלו בעפאר סיי וועלכע שריט.

אל השופט אשר יהיה בימים ההם...

דאנק אייך

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 1:46 pm
דורך שמו
גם דעתי מסכימה לזה

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 1:48 pm
דורך יידישע קהילות
4 עמודים זענען נתנדב געווארן לעילוי נשמת
הרה"ח ר' אפרים אליעזר אינדורסקי ע"ה בן יבלחט"א ר' צבי ארי' שליט"א
שלא השאיר אחריו זש"ק - יא"צ ט' שבט

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 2:07 pm
דורך יידישע קהילות
יישר כח גדול פאר נעמען די פערטע (!) עמוד
יאפין - 111
שמו - 113
מיללער - 115
רבותי, עס איז דא ווייניגער פון 10 עמודים ביז סוף הספר על התורה, עורו נא התעוררי נא. לאמיר דאס מסיים זיין בקרוב!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 2:08 pm
דורך לכתחילה אריבער
שוועמל האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:אולי וואלט דער מכון אנגעפרעגט א רב ובקי בענינים אלו בעפאר סיי וועלכע שריט.

אל השופט אשר יהיה בימים ההם...

דאנק אייך

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 2:16 pm
דורך יהיה כן
פארשטיי איך נישט דעם גאנצן מעלער דא
איז דען רבי נתן מאז נישט געווען פון די גדולי הדור?
מי לנו גדול מתלמידו גאון ישראל וקדושו דער רבן של ישראל דער הייליגער חתם סופר זי"ע וועלכער ברענגט עם אראפ מערערע מאל, כאטשיג ער האט פיין געוויסט אז ר' נתן מאז איז געווען פון די חותמים אויפן חרם קעגן זיין רבי מובהק הגה"ק ר"נ אדלער זי"ע, פונדעסטוועגן האט ער נישט חושש געווען אים צו דערמאנען און זיינע חידושים, אלא מאי איז ער נאך געווען אזא גדול וקדוש ווי אלע פאסקוצווע וואס מען דרוקט היינט
נו, וואס קען שוין דען זיין? וועט זיך דען איינער חלילה שמד'ן דורך לערנען תורת רבי נתן מאז??????
לאז ביטע די מחאות אנגיין קעגן דרוקן דעם מאמענט, טריביון, שפאקטיוו וכולהו וכולהו......

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 2:20 pm
דורך יאפין
@יהיה, נעם ביטע נישט אוועק די פובליסיטי.
לאז עס קאנטראווערסיעל, ס'האט א סגולה אז מער מענטשען קויפען עס..... אוי.. ס'איז בחנם. שוין דעמאלטס קענסטו אוועק נעמען

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 2:23 pm
דורך שוועמל
איך נעם מגיה צו זיין 3-4 עמודים אדער א פרשה, וויטשעווער איז קלענער...

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 2:32 pm
דורך הילולא דצדיקיא
יידישע קהילות האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:אולי וואלט דער מכון אנגעפרעגט א רב ובקי בענינים אלו בעפאר סיי וועלכע שריט.

אל השופט אשר יהיה בימים ההם...


קען איך נישט עפענען די פייל'ס

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 2:35 pm
דורך מחותן
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:אולי וואלט דער מכון אנגעפרעגט א רב ובקי בענינים אלו בעפאר סיי וועלכע שריט.

אל השופט אשר יהיה בימים ההם...

דאנק אייך



שכוח פאר אויסקלארען.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 2:36 pm
דורך שוועמל
הילולא

דאונלאד עס און עפן דירעקט פון די דאונלאד פאלדער, נישט פון די בראוזער. כאב אויך געהאט דעם פראבלעם.
עס זענען הסכמות הרבנים איבערן דרוקן בנין שלמה על מס' קידושין.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 3:04 pm
דורך הילולא דצדיקיא
ניסיתי ולא הצלחתי

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 5:39 pm
דורך יידישע קהילות
איך האב איצט ארויפגלייגט "בנין שלמה - ספר בראשית" אויף גוגל דאקס פאר אלע וועלכע ווילן העלפן אין די עבודת ההגהה.
עס פעלט נאך אביסל פון די העתקה, אבער מ'איז כמעט פארטיג.
ווער עס וויל צוהעלפן אביסל, ווערט גבעטן זיך צו פארשטענדיגן מיט מיר אין אישי אדער אימעיל.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 6:15 pm
דורך יידישע קהילות
יישר קנאפער ידען פאר אננעמען 117-119
תזכו למצוות!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 10:31 pm
דורך שמו
יידישע קהילות האט געשריבן:שמו - 113
[/b]רבותי, עס איז דא ווייניגער פון 10 עמודים ביז סוף הספר על התורה, עורו נא התעוררי נא. לאמיר דאס מסיים זיין בקרוב![/color]


סיימתי ב"ה
ואשרינו שזכינו להיות שותף לדבר מצוה

ברויך מען טייפען נאך?
אויב יא, לאמיר שוין דערענדיגן

אויב שוין פארטיג, לאמיר טרינקען לחיים לרגל הסיום של ההקלדה
ולרגל התחלת ההג"ה

סיום ההעתקה!!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 10:55 pm
דורך יידישע קהילות
מומחה יוחס - 121
שמו - 122-123 (צוויי 1/4 עמודים)

המתחיל במצוה אומרים לו גמור - שמו איז געווען דער נחשון, דער ערשטער מתנדב - ער איז אויך זוכה עולה צו זיין חתן תורה!
און אלע מתנדבים זאגן צוזאמען
חזק חזק ונתחזק!!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 10:58 pm
דורך מומחה יוחס
נו דארף די חתן תורה געבן א קידוש...

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 11:22 pm
דורך שמו
יידישע קהילות האט געשריבן:שמו - 122-123 [/b](צוויי 1/4 עמודים)

המתחיל במצוה אומרים לו גמור - שמו איז געווען דער נחשון, דער ערשטער מתנדב - ער איז אויך זוכה עולה צו זיין חתן תורה!
און אלע מתנדבים זאגן צוזאמען
חזק חזק ונתחזק!!!![/color]


ב"ה זוכה געווען צו האבן געענדיגט
לאמיר לויבן יתברך שמו שטענדיג

אז מיר האבן זוכה געווען בעזר קל עליון מחדש חדשים
אנצופאנגען און מסיים זיין דעם הייליגן ספר מלא חידושים

אבער לאמיר נישט פארגעסן צו געבן א שבח והודיה ורב תודות
פאר דער מתחיל במצוה דער אמת'ער הרב יודישע קהילות

וואס האט אונז דאס אעהר געבראכט
ס'זאל ארויסקומען בעז"ה שיין מיט א פראכט

און בקרוב זאל מען קענען מברך זיין על המוגמר
ביז מיר זאלן זוכה זיין צום יין המשומר

וואס וועט געטיילט ווערן ביים סעודת לויתן בביאת גואל תמים
בקרוב בימינו, במהרה באלו הימים

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 11:22 pm
דורך שמו
מומחה יוחס האט געשריבן:נו דארף די חתן תורה געבן א קידוש...

שוין געשריבן צוויי תגובות קודם
אז איך וויל געבן לחיים

און ערשט יעצט באמערקט, אז מיט איין עמוד האב איך דיר אויסגעכאפט
איך בעהט דיר איבער
(מ'קען זיך נאך טוישן?) :grin:

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 11:33 pm
דורך מומחה יוחס
נע נישט געפערליך
אזוי ווי הרב קהילות האט שוין געזאגט המתחיל במצוה אומרים לו גמור אדרבה ואדרבה געהערט עס דאך פאר דיר

אגב איך האב נישט גענוג געלט צו צושטעלן אזוי גרויס קידוש ממילא לייג איך ארויף אויף דיר :lol:

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 11:40 pm
דורך שמו
מומחה יוחס האט געשריבן:אגב איך האב נישט גענוג געלט צו צושטעלן אזוי גרויס קידוש ממילא לייג איך ארויף אויף דיר :lol:

אפשר לאמיר זיך טיילן אין די הוצאות הקידוש?
איך וועל געבן אין מיין ביהמ"ד און די אין דיין ביהמ"ד

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 12:15 am
דורך שמו
פאר איך פארגעס לאמיר דעם עולם עפעס דערציילן

צווישן די עמודים איז געווען אפאר שווערע שטיקלעך,
אבער דער לעצטער עמוד איז געווען ב"ה זייער גרינג, זעהט אויס אז דער מחבר זיע"א האט אויף מיר רחמנות געהאט
און זיין זכות האט מגין געווען אויף מיר, איך זאל בלייבן מיט א געשמאקן טעם אין מויל

און א גרויסע דאנק פאר ידידי הנאמן הרב יודישע קהילות פארן מזכה זיין
זכות הרבים תלוי בו
חן חן לו

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 2:52 am
דורך יידישע קהילות
יישר כח גדול פאר פורים קטן פארן צוהעלפן מיט עבודת ההגהה. (עטליכע פון דיינע הגהות האבן זיך/(דו האסט?) אויסג'מעקט, ביטע קום צוריק צו גוגל דאקס, און זעה צו אלעס קלאפט...)
ווער עס קען נעמען א עמוד אדער מער, צושטעלן צום כתב יד, דורכלייענען און פראבירן "אויסצורייניגן" דעם עמוד פון אלע ?? און @@ צייכענונגען. ביטע טוט דאס, און זייט בכלל ברוך אשר יקום את דברי התורה הזאת, לברר מקחו של צדיק.
אויף ספר בראשית זאל מען נאר מגיה זיין אין גוגל דאקס. איר קענט מיר שיקן א אימעיל, וועט איר באקומען ערלויבעניש צו מגיה זיין אויף דעם דאקומענט גופא, אדער קענט איר גיין צו דעם לינק, וועט איר קענען זען די לעצטע גירסא ווי עס האלט יעצט.
אויך קען מען דורך דעם לינק קאפי'ען פון דעם דאקומענט, און איר קענט דאס מגיה זיין און מיר צוריקשיקן, און איך וועל דאס שוין אריינשטעלן.
ווי ערווענט אין אנדערן אשכול, איידער איר הייבט אן צו ארבעט אויף א עמוד, זייט מודיע אז איר טוט אזוי, כדי עס זאל נישט זיין סתם א ברכה שאינה צריכה.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 1:53 pm
דורך יהיה כן
גענדיגט מיין חלק ב"ה, און אריינגעשיקט פארן חשוב'ן ראש המפעל שליט"א הרב קהילות

זכות בירור מקחו של אותו צדיק, יעמוד לי ויהיה מליץ יושר עלי ועל כל בית ישראל אמן

כ'האב מיך משתדל געווען מען זאל נישט דארפן ציפיל נאך-ארבעטן מיט מיינע סחורה,

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2015 2:02 pm
דורך יידישע קהילות
יישר כח. איך האב טאקע געזען אז דיינע דריי (!) עמודים זעען אויס ריין און קלאר, קב ונקי. תזכו למצוות!
אפשר וואלטסטו, און איך ווענד זיך אויך צו יעדן איינעם דא, גענומען אפאר בלעטער אויף הגהה?
די אלע וועלכע טוהן הגהה זאגן מיר אז עס איז זייער א געשמאקע עסקפיריענס!
עס איז מער א חכמה ווי מלאכה.
טעמו וראו כי טוב.
זכות המחבר תעמוד לכל המשתתפים להושע ולהצליח בכל הענינים.