בלאט 7 פון 22
פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 8:52 pm
דורך יידישע קהילות
ע' 87 - מתנדב בסתר, לרפואת אליעזר בן לאה
פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 8:56 pm
דורך זאכליך
כ'האב נאך קיינמאל נישט געטוהן אזא ארבייט.
דארף מען האבן ספעציעלע טאלאנטן, אדער יעדער קען עס מאכן?
ווילאנג נעמט בערך צו אויפטייפן איין עמוד?
פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 9:07 pm
דורך יאפין
ס'איז אויך די ערשטע מאל וואס כ'טוה עס, ס'איז גאנץ לייכט.
לגבי וואו שנעל ס'נעמט צו דריקען, ווענט זיך וואו שנעל דו קענסט דריקען.
פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 9:10 pm
דורך יידישע קהילות
געב א קוק אויף דעם כתב יד, און זעה ווי שווער עס איז פאר דיר דאס לייענען. פאר רוב ארבייטערס דא נעמט א עמוד בערך 15 מינוט.
עס איז - אגב - א געלעגנהייט זיך אויסצולערנען א פאך מיט אונטערבעטונג און שטיצע פון מענטשן וואס האבן לאנגע יארן עקספיריענס אין דעם.
(אפשר קען איינער ארופשטעלן אזא הודעה אין "איש את רעהו יעזורו" אפטיילונג?)
אויב דו האסט א געפיהל, קען איך דיר געבן א קליינע עמוד, אלס א לייכטע התחלה.
פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 9:16 pm
דורך זאכליך
וועל מיר פרובירן איין עמוד.
פארעפענטליכט: שבת ינואר 10, 2015 9:31 pm
דורך יידישע קהילות
זאכליך האט געשריבן:וועל מיר פרובירן איין עמוד.
ע' 89 - בהצלחה! (אויב דו ווילסט איך זאל דיר שיקן דיין עמוד, שיק מיר א אימעיל)
דערמאנונג, קוק דורך די אנווייזונגען אין דעם אנדערן אשכול.
גדענקט - יעדע אימיעל אדער הודעה אישית זאל האבן דעם עמוד נומער אויף דעם סאבדשזעקט ליין
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 12:07 am
דורך יידישע קהילות
רבותי!
מיר נויטיגן זיך אין א מגיה און איינער וואס זאל עוסק זיין אין די מראה מקומות והערות.
ווער עס וויל עוסק זיין אביסל במלאכת ההגהה זאל זיך ביטע מעלדן, עס איז שוין דא די והותר סחורה איבער וואס צו ארבעטן.
דערווייל האבן מיר איין מגיה אויף ספר בראשית, לאמיר זען וויפיל ער קען אליינס דערהייבן.
אבער מיר זוכן אויף ווייטערע שטיקלעך.
כדי צו קענען מגיה זיין מוזט איר נישט קענען טייפן שנעל.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 1:40 am
דורך יידישע קהילות
מתנדב בסתר - ע' 91.
ישר כח יאפין פארן מסיים זיין דיין צווייטן מחזור, און פארן נעמען נאך צוויי עמודים 95 - 96
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 10:34 am
דורך יידישע קהילות
מתנדב בסתר - לזכות ל.א.ב.ח.מ.פ. 97-104
דרך המלך - 105
תזכו למצוות - זכות המחבר יגן עליכם
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 10:37 am
דורך יידישע קהילות
נאך 10 עמודים און דער ספר על התורה איז אפגעטייפט!!!!
רבותי לאמיר זיך געבן א טשעלענדזש און דאס טוהן ביז 24 שעה!!
לא רחוקה היא
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 2:03 pm
דורך מחותן
אויב איך מעג פרעגן א קליינע שאלה.
איך האב איבערגעליינט די אשכול בלאט נאך בלאט אין א רייע, האב איך באמערקט די שמיעס:
יידישע קהילות האט געשריבן:דרךהמלך האט געשריבן:מיר ליגט אין קאפ אז ר' יענקעלע האט זיך אויסגעדריקט זייער שארף וועגן לערנען ר' נתן מאז'ס ספרים, אז אינדערהיים האט מען מקפיד געווען נישט צו לערנען ספרי בנין שלמה על הש"ס, וועגן זיין התנהגות קעגן דעם נוב"י
אפשר אן אנדערער וועט געדענקען בעסער, יבואו הידענים
אזויפיל געדענקט איך יא, אז הגאון ר' חיים וואזנער פלעגט עס אסך נאך זאגן ביים שיעור, ביז א איד האט איהם דערציילט וועגן דעם, איז ער געגאנגען פרעגן זיין טאטן דעם שבט הלוי, און ער האט איהם געזאגט אז ער זאל עס טאקע נישט ניצן
@ דרךהמלך, אדרבה ברענג אהער די אינפארמאציע. אבער להוי ידוע לך, אויב וועלן מיר (=כלל ישראל) גיין מיט אזא מהלך קענען מיר ארויסשטעלן 50% פון אונזער ספרים שאנק, דאס האט מען דא נישט גלערנט, דאס האט מען דארט מקפיד געווען אאז"וו. נישט דרוקן פון דעם מהר"י בירב צוליב'ן מהרלב"ח, און נישט דער תומים צוליב דעם יעב"ץ, נישט דער גר"א צוליב דעם קדושת לוי, און נישט פון בעל התניא צוליב דעם קאליסקער, וד"ל.
קען אויך זיין אז די צייט איז געקומען און זכה ר' נתן זצ"ל אז סוף כל סוף זאל מען אפדרוקן זיינע חידושי תורה. וידוע כמה סיפורים כעין זה.
למעשה: מיר האבן נאכנישט מחליט געווען אויף וואס מיר גייען ארבעט, כאטש די 'ווארקינג אססאמטשען' איז אז דאס גייט זיין א כתב יד פון הגרנ"מ, פשוט ווייל דאס האט ידידינו מיללער ארויפגעשטעלט. אבער מיר האלט נאך פארן גמר דין. אדרבה, לאמיר הערן אנדערע, בעסערע, הצעות.
הגם אז @ יידישע קהילות ענטפער געפעלגט מיר נישט, ווייל איך וואלט קיינמאל נישט אזוי אפגענפערט מיט אזא בזיון א מימרא פון בעל שבט הלוי שליט״א אדער א מימרא פון ר יענקעלע זצוק״ל, אבער ס׳גוט אזוי ווייל נישט אלעס מיז מיר געפעלן, אבער שפעטער האב איך באמערקט נאך א שמיעס:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:שמועסנדיג מיט איינעם זאגט ער ווי שיין און גוט דער פראיעקט קוקט אויס, ברויך מען אבער גוט מברר זיין איידער מען פארשפרייט ספרים וכתבי ידות צי עס איז נישט דא עפעס א קפידא אדער חרם דאס איבערצודרוקן. פאר עפעס א סיבה איז דאס געבליבן בכת"י נישט אזוי? יענער פארציילט אז דער בראך ע"ה פון קאפי קארנער פלעגט פארשפרייטן אלטע ספרים ווען ער איז נישט געזונט געווארן האט ער זיך אויסגעדרוקט ער האט פארשפרייט זאכן וואס האט נישט אויסגעפעלט.
עכ"פ איך זע דרך המלך האט דערמאנט עפעס בנוגע רנ"מ זצ"ל. עס קען אויך זיין סיז שוין געקומען די צייט די ספרים זאלן יא נתגלה ווערן ווי יידישע קהילות זאגט, אזא זאך דארף א דעת תורה. אולי וואלט דער מכון אנגעפרעגט א רב ובקי בענינים אלו בעפאר סיי וועלכע שריט.
שוועמעל איז זאגט זייער גוט. די מכון דארף א תורה'דיגע אוטאריטעט.
מיין שאלה איז אזוי: עפענטליך האט קיינער נישט אפגעוואנדען דאס וואס @דרך המלך האט ארויפגעברענגט, קיינער האט נישט אפגענפערט דאס וואס @שוועמל האט געשריבען, און קיינער האט נישט געשריבען אז מען האט געפרעגט א תורה׳דיגע אויטעריטעט..
האב איך פארזען א תגובה וואס האט אלעס אפגעוואנדען? אדער עס איז דא באישי א שמיעס וואס דערויף האט מען באקימען די גאו אהעד צו גיין ווייטער מיט דעם ספר?
איך בין אלל די וועי פאר היסטערי אין די מעקיניג וואס מיר טיען דא, אבער קיינער וויל נישט אז נאך די גאנצע שווערע ארבייט זאל מען געוואר ווערן אז מען האט עובר געווען אויפן ״למען לא ניגע לריק״ און דרךהמלך איז גערעכט געווען אז מען האט געזאלט גיין צו א צווייטען ספר, ווייל אויב איז אמת וואס דרך המלך האט געשריבען דא איז מעגליך אז צענדליגער אינגעלייט לייגען דא אריין כוחות און צייט דשאסט צו כאפען א פראסק פון די גאס, און געוואר ווערן אז עס איז נישט דא ווי צו גיין ווייטער מיטען פי די עף.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 2:09 pm
דורך מיללער
ווער זאגט אז מדארף בכלל גיין ווייטער ווי א פד"פ? היינט איז א געדרוקטע ספר נישט אזא ארטיקל, דער פידיעף גייט אויף אוצה"ח און היברו בוקס, וכל הרוצה ללמוד יבא וילמוד
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 8:17 pm
דורך יידישע קהילות
אי"ה נאך יעדע פאר עמודים וועלן מיר ארויפשטעלן דער מוגה'דיגער דאקומענט אויף גוגל דאקס.
ווער עס וויל האבן עקסעס זאל מיר שיקן א אימעיל.
אלע מעתיקים וועלן האבן עקסעס צום סאדשזעסטשענס פיטשטור. די מגיהים און עורכים ראשיים וועלן דערנאך גומר זיין בשעטו"מ דעם פייל. דערנאך וועט מען טוהן דאס זעלבע צום נעקסטן פייל.
איך בעט נאכאמל, ווער עס קען זיך מתנדב זיין פאר מלאכת ההגהה. די ארבעט איז לייכטער פון מלאכת ההעתקה; מ'ארבעט שוין מיט א צורה פון א דבר תורה, מ'דארף נאר אויספילן א פאר שטיקלעך פון דעם פאזל.
ווער עס קען זיך מתנדב זיין אפילו פאר בלויז עטליכע עמודים, תבוא עליו ברכת ה'!
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 8:27 pm
דורך גערעכטער
מלאכת הגה איז אפשר גרינגער פון איין שטאדפונקט, אבער שווער פון די ענדערע זייט, דהיינו א מגיה דארף בעסער קענען דעם כתב יד און ארויסהאבן דעם מחבר'ס שריפט בעסער פונעם מעתיק ווי פארשטענדליך, אזוי אויך האט ער נישט די אפציע צו לייגן א '?', עכ''פ נישט אזוי ווי דער מעתיק, אבער ווי געזאגט איז עס נישט אזוי שווער, און ווער ס'האלט אז ער קען זאל זיך ארויסשטעלן.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 10:26 pm
דורך יידישע קהילות
ולא אוכל להתעלם פון דאנקן ברבים ידידינו גערעכטער פארן זיין דער נחשון צווישן די מגיהים, וואס האט אונטערגענומען דעם שווערן ארבעט מגיה צו זיין "ספר בראשית" לשם מצוה.
זכות המחבר יגן עליו ועל כל המתנדבים להתברך בכל מילי דמיטב.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 11:03 pm
דורך יידישע קהילות
שוועמל האט געשריבן:אולי וואלט דער מכון אנגעפרעגט א רב ובקי בענינים אלו בעפאר סיי וועלכע שריט.
אל השופט אשר יהיה בימים ההם...
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 11:06 pm
דורך גערעכטער
יידישע קהילות האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:אולי וואלט דער מכון אנגעפרעגט א רב ובקי בענינים אלו בעפאר סיי וועלכע שריט.
אל השופט אשר יהיה בימים ההם...
שכועך
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 11:09 pm
דורך זאכליך
ווי קען מען שרייבן הגהות? כ'האב אן הגה אויף עמוד 91
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2015 11:23 pm
דורך יידישע קהילות
זאכליך האט געשריבן:ווי קען מען שרייבן הגהות? כ'האב אן הגה אויף עמוד 91
דא
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 12:15 am
דורך ולא מיין
מחותן האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן א קליינע שאלה.
איך האב איבערגעליינט די אשכול בלאט נאך בלאט אין א רייע, האב איך באמערקט די שמיעס:
יידישע קהילות האט געשריבן:דרךהמלך האט געשריבן:מיר ליגט אין קאפ אז ר' יענקעלע האט זיך אויסגעדריקט זייער שארף וועגן לערנען ר' נתן מאז'ס ספרים, אז אינדערהיים האט מען מקפיד געווען נישט צו לערנען ספרי בנין שלמה על הש"ס, וועגן זיין התנהגות קעגן דעם נוב"י
אפשר אן אנדערער וועט געדענקען בעסער, יבואו הידענים
אזויפיל געדענקט איך יא, אז הגאון ר' חיים וואזנער פלעגט עס אסך נאך זאגן ביים שיעור, ביז א איד האט איהם דערציילט וועגן דעם, איז ער געגאנגען פרעגן זיין טאטן דעם שבט הלוי, און ער האט איהם געזאגט אז ער זאל עס טאקע נישט ניצן
@ דרךהמלך, אדרבה ברענג אהער די אינפארמאציע. אבער להוי ידוע לך, אויב וועלן מיר (=כלל ישראל) גיין מיט אזא מהלך קענען מיר ארויסשטעלן 50% פון אונזער ספרים שאנק, דאס האט מען דא נישט גלערנט, דאס האט מען דארט מקפיד געווען אאז"וו. נישט דרוקן פון דעם מהר"י בירב צוליב'ן מהרלב"ח, און נישט דער תומים צוליב דעם יעב"ץ, נישט דער גר"א צוליב דעם קדושת לוי, און נישט פון בעל התניא צוליב דעם קאליסקער, וד"ל.
קען אויך זיין אז די צייט איז געקומען און זכה ר' נתן זצ"ל אז סוף כל סוף זאל מען אפדרוקן זיינע חידושי תורה. וידוע כמה סיפורים כעין זה.
למעשה: מיר האבן נאכנישט מחליט געווען אויף וואס מיר גייען ארבעט, כאטש די 'ווארקינג אססאמטשען' איז אז דאס גייט זיין א כתב יד פון הגרנ"מ, פשוט ווייל דאס האט ידידינו מיללער ארויפגעשטעלט. אבער מיר האלט נאך פארן גמר דין. אדרבה, לאמיר הערן אנדערע, בעסערע, הצעות.
הגם אז @ יידישע קהילות ענטפער געפעלגט מיר נישט, ווייל איך וואלט קיינמאל נישט אזוי אפגענפערט מיט אזא בזיון א מימרא פון בעל שבט הלוי שליט״א אדער א מימרא פון ר יענקעלע זצוק״ל, אבער ס׳גוט אזוי ווייל נישט אלעס מיז מיר געפעלן, אבער שפעטער האב איך באמערקט נאך א שמיעס:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:שמועסנדיג מיט איינעם זאגט ער ווי שיין און גוט דער פראיעקט קוקט אויס, ברויך מען אבער גוט מברר זיין איידער מען פארשפרייט ספרים וכתבי ידות צי עס איז נישט דא עפעס א קפידא אדער חרם דאס איבערצודרוקן. פאר עפעס א סיבה איז דאס געבליבן בכת"י נישט אזוי? יענער פארציילט אז דער בראך ע"ה פון קאפי קארנער פלעגט פארשפרייטן אלטע ספרים ווען ער איז נישט געזונט געווארן האט ער זיך אויסגעדרוקט ער האט פארשפרייט זאכן וואס האט נישט אויסגעפעלט.
עכ"פ איך זע דרך המלך האט דערמאנט עפעס בנוגע רנ"מ זצ"ל. עס קען אויך זיין סיז שוין געקומען די צייט די ספרים זאלן יא נתגלה ווערן ווי יידישע קהילות זאגט, אזא זאך דארף א דעת תורה. אולי וואלט דער מכון אנגעפרעגט א רב ובקי בענינים אלו בעפאר סיי וועלכע שריט.
שוועמעל איז זאגט זייער גוט. די מכון דארף א תורה'דיגע אוטאריטעט.
מיין שאלה איז אזוי: עפענטליך האט קיינער נישט אפגעוואנדען דאס וואס @דרך המלך האט ארויפגעברענגט, קיינער האט נישט אפגענפערט דאס וואס @שוועמל האט געשריבען, און קיינער האט נישט געשריבען אז מען האט געפרעגט א תורה׳דיגע אויטעריטעט..
האב איך פארזען א תגובה וואס האט אלעס אפגעוואנדען? אדער עס איז דא באישי א שמיעס וואס דערויף האט מען באקימען די גאו אהעד צו גיין ווייטער מיט דעם ספר?
איך בין אלל די וועי פאר היסטערי אין די מעקיניג וואס מיר טיען דא, אבער קיינער וויל נישט אז נאך די גאנצע שווערע ארבייט זאל מען געוואר ווערן אז מען האט עובר געווען אויפן ״למען לא ניגע לריק״ און דרךהמלך איז גערעכט געווען אז מען האט געזאלט גיין צו א צווייטען ספר, ווייל אויב איז אמת וואס דרך המלך האט געשריבען דא איז מעגליך אז צענדליגער אינגעלייט לייגען דא אריין כוחות און צייט דשאסט צו כאפען א פראסק פון די גאס, און געוואר ווערן אז עס איז נישט דא ווי צו גיין ווייטער מיטען פי די עף.
די גאנצע סיפור פון דרך המלך איז א גרויסער צ"ע, נאכ'ן לעזען די בריוון פונעם נודע ביהודה צום מחבר זצ"ל, און ער געדענקט אויך נאר האלבערטע זאכן, טא וויאזוי קען מען דערויף בויען?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 12:45 am
דורך קנאפער ידען
יידישע קהילות האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:אולי וואלט דער מכון אנגעפרעגט א רב ובקי בענינים אלו בעפאר סיי וועלכע שריט.
אל השופט אשר יהיה בימים ההם...
חחחח. פיין!...
אעפ"כ מיינעך אז עס וואלט גוט געווען צו באקומען א שר המסכים צו בכתב אדער בע"פ.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 8:59 am
דורך תג נוצער
איך וויל ארויסהעלפן אביסל מיט די הגה, וואס איז געבליבן בנוגע מראי מקומות? מיט קאמענס אדער אן קאמענס?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 9:10 am
דורך יידישע קהילות
בנוגע הגהה האב איך דיר געשריבן אין אישי.
לגבי מראי מקומות, מיין איך אז מ'זאל שרייבן בסוגריים. איי וויאזוי וועט מען מבחין זיין צווישן אונזערע מ"מ און דער מחבר'ס? 1) דער מחבר בדרך כלל לייגט עס נישט אריין בסוגריים, זיינע וועלן מיר לאזן כמו שהוא. 2) נישט געפערליך. וואס האלט דער עולם?
הערות, דאכט זיך מיר נאר וואו עס איז א מאסט אדער גאר אינטערסאנט. (למשל: נישט קיין ריכטיגע ציטוט פון דעם מחבר, א אפענע קושיא/סתירה לדבריו, א מערקווירדיגע חידוש בדבריו)
טראכט פון חתם סופר על התורה, און דא פארשטייט זיך קומט נאך ווייניגער.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 9:48 am
דורך יידישע קהילות
יישר כח מומחה יוחס פאר אריינגעבן זיין 3טע עמוד, און נעמען צום פערדן מאל!
מומחה יוחס - #109
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 1:00 pm
דורך מיסטעריעז
יידישע קהילות האט געשריבן:לגבי מראי מקומות, מיין איך אז מ'זאל שרייבן בסוגריים. איי וויאזוי וועט מען מבחין זיין צווישן אונזערע מ"מ און דער מחבר'ס? 1) דער מחבר בדרך כלל לייגט עס נישט אריין בסוגריים, זיינע וועלן מיר לאזן כמו שהוא. 2) נישט געפערליך. וואס האלט דער עולם?
מ'זאל לאזן דעם מחבר'ס מ"מ ארגינעל אינעם לשון הספר, און די הוספות און מער דעטאלן אריינלייגן און סוגריים.