פאעזיע, גראמען און שירה

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » מיטוואך מאי 13, 2009 8:22 am

ייש"כ הרב מיללער פאר דעם לינק. ווי איך זע ברענגט ער טאקע דעם אברבנאל. וועלן מיר ווארטן מיט נייגער אויף זיינע פארזעצונגען.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 02, 2009 12:42 pm

ליפשיץ האט געשריבן:ייש"כ הרב מיללער פאר דעם לינק. ווי איך זע ברענגט ער טאקע דעם אברבנאל. וועלן מיר ווארטן מיט נייגער אויף זיינע פארזעצונגען.


צווייטע פארזעצונג

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג אפריל 09, 2015 5:10 pm

ליפשיץ האט געשריבן:פארגאנגענעם שביעי של פסח לערנענדיג די שירת הים, האב איך זיך באגעגנט מיט א לאנגן 'אברבנאל' אין פר' בשלח וואו ער גיבט אראפ, אלס אן הקדמה צו די שירה, א לענגערן אנאליז איבער די ענינים פון שירה. עס איז צו א לאנגער שטיקל איך זאל דאס מעתיק זיין, אבער לויט זיינע ווערטער קוקט עפעס אויס ווי דאס ווארט 'שירה' איז א שם הכולל אויף דעם וואס מיר רופן היינט 'פאעטיק'. דאס טייטש אז 'פאעטרי' איז א שם הכולל אויף עטליכע סארטן סטילס אין עניני שירה. איך וועל בלויז אראפשרייבן אין קורצן וואס ער ברענגט ארויס, ואידך זיל גמור. ( איך ראט יעדן וואס האט אן אינטערעסע דערין, זיך צו נעמען די מי און אליין דאס איבערקוקן. איר וועט נישט חרטה האבן).

בעיקר טיילט ער איין די עניני שירה אין דריי חלקים:

1] שירה/גראמען. דאס איז אזא סארט צוזאמענשטעל פון א שיר וועלכע קומט "נישט" דוקא צו זאגן מיט א ניגון. עס קומט בלויז ארויסצוברענגען די משקל האותיות אז דאס זאלן זיין דומה אין גראם, טייל מאל א גראם אויף א גראם און טייל פער צוויי.

די סארט שירים, זאגט דער אברבנאל, געפונען מיר נישט אין די פסוקים. דאס קומט פון די חכמי הישמעאלים, און אין לויף פון די גלות יארן האט זיך דאס אריינגעכאפט אויך צווישן אידן. ער טייטלט אן אן אינטערסאנטע זאך, אז כאטש וואס דער גראמען סטיל שירה קומט פון די ישמעאלים, האט דאס אבער אויף לשון הקודש א באזונדערע חן מה שאין כן בשאר הלשונות.

2] שירה/ניגון. דאס זענען אזעלכע סארט שירים וועלכע זענען אהערגעשטעלט געווארן לויט א ספעציעלע ניגון. ערשט האט מען געהאט דעם ניגון, און בכדי דער ניגון זאל פארן געשמירט האט מען צוגעפאסט דערויף ווערטער. די צוגעפאסטע ווערטער זענען טייל מאל געבויט און פורמירט געווארן לויט א סיסטעם, למשל: אריח על גבי אריח, לבינה על גבי לבנה, אדער אריח על גבי לבינה או לבינה על אריח, און טייל מאל זענען די ווערטער צוגעשטעלט געווארן אן א ספעצילען סיסטעם, עס ענטהאלט אין זיך בלויז א טיפן תוכן פון דברי שבח ודביקות. אונטער די קאטאגאריע שטעלט ער אריין שירת האזינו און שירת דבורה, ווי אויך דעם אלעמען באקאנטן שירת דוד המלך עליו השלום - דאס ספר תהלימ'ל.

די אלע אויבנדערמאנטע שירים זענען בעיקר פערפאסט געווארן אויסצודריקן לויב געזאנג פאר השי"ת, און אזוי ווי דער שטייגער איז אז אויב מ'שטעלט צו ווערטער צו א ניגון, איבערהויפט דביקות'דיגע ווערטער אדער דברי שבח, געדענקט זיך דער ניגון בעסער, דעריבער האט מען קודם פערפאסט די ניגונים און דערנאך צוגעשטעלט די פאסיגע ווערטער דערויף. (אלס משל צייכנט ער צו דעם פסוק אין תהלים פון "קול רנה וישועה באהלי צדיקים", און נאך ענדליכע פסוקים).

ער טענה'ט אז כלל ישראל האט פשוט אין לויף פון די יארן פארלוירן די ניגונים אויף וועלכע די שירים זענען געמאכט געווארן, און ווען מיר זאלן ווען האבן דעם ארגינאלן ניגון וואלטן זיך אנדערש געזאגט די שירים.

שירת האזינו – איז ווי געזאגט אהערגעשטעלט געווארן קודם דער ניגון, און דערויף האט מען צוגעשטעלט דערויף די ווערטער. דער סיסטעם אין שירת האזינו ארבעט, אז אלעס לויפט פער דריי.
יערוף כמטר לקחי
תזל כטל אמרתי
כשעירים עלי דשא
וכרבבים עלי עשב
אא"וו
ווי חז"ל רופן דאס, לבנה על גבי לבנה. און פארשטייט זיך אז די סבה פון לבנה על גבי לבנה, איז דער ניגון. ד.ה. די פעלער פונעם ניגון זענען געלאפן קורץ.

ספר תהלים – איז ווי אויבן געשריבן פשוט און גראד צוגעשטעלט געווארן דיבורי שבח ודביקות צו א ספעצילן ניגון וועלכע מיר האבן פארלוירן, און ווי געזאגט זענען די ווערטער געמאכט געווארן לויטן טאן און פאל פונעם ניגון.

3] שירה/משלים. דאס זענען אזלעכע סארט שירים וועלכע זענען אהער געשטעלט געווארן בלשון גוזמא ומשל, א שטייגער ווי שיר השירים. א פאל ווי דער נמשל איז א זאך וואס אי אפשר לתארו במילין, מחמת איזה סיבה שהוא, נוצט מען דערצו אויסדריקן פון א געוויסען משל. מ'שטעלט צו דמיונות ארויסצוברענגען דאס פארבארגנקייט אין טיפעניש וואס ליגט אינעם נמשל. (ער איז מיט דעם מסביר דעם מאמר חז"ל כל השירים קודש ושיר השירים קודש קדשים, עיי"ש).

אונטער וועלכע קאטאטגאריע פאלט אריין דער 'שירת הים?' ער, דער אברבנאל, האלט אז דאס איז א צוזאמענשטעל פון קאטאגאריע 2 און 3. ער טוט דארט איבערצייגן פונקטליך וויאזוי די פסוקי השירה לויפן מיט א סיסטעם, און וויאזוי דאס איז צוזאמענגעשטעלט. ועל כולנה מוז מען זאגן, אז דאס האט אויך געהאט א ספעציעלער ניגון און די שירה איז געקומען נאכן ניגון.

(ער לאזט זיך צום סוף אויך אריין דארט אז די שירת הפסוקים גייען פאראלעל מיט נביאות ורוח הקודש. ער טוט מיט דעם פארענטפערן וועלכע שירים עס ווערן טאקע אנגערופן שירים, און וועלכעס נישט, עיי"ש).

א גאר שיינע שטיקל דאס ס'לוינט זיך צו לערנען יעצט פאר שביעי של פסח.

ער זאגט דארט בתוך הדברים א גאר אינטרעסאנטע זאך, אז געוויסע פלעצער האט דער שירה מוסיף געווען אותיות און געוויסע פלעצער ווייניגער געמאכט אותיות כדי עס זאל שטימען מיט די ריטעם ('להשוות המשקל והניגון' עפעס אזוי) והוא פלא!
הק' איש ימיני

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך ינואר 27, 2016 8:39 pm

ב"ה
בין נישט קלאר אוואו דאס קומט זאל זיין דא
געשריבן נאך א שווערע דיאגנאז [אויף קיין שום איד געדאכט]
אריגינעל אויף א ניגון [וןאס ווערט געזונגען אויף "אונטערן בילד" דורך די 2 קינדער אין בית החיים. (איך בין נישט באקאנט מיטן מקור, אבער ס'איז מלא הארץ)]

1] אוממעגליך צו געפונען -צו מיינע געפילן א פארגלייך
ניטאמאל טרערן רינען –אויסצודריקן מיין שפראך
חלילה נישט אראפגיין פון זינען –כאפן א נערוון קראך
ס'ווילט זיך ווערן אנטרינען -אין אפגרונד פון טייך
1] צוטרייסלט פארלוירן –ווייס נישט וואס איך שפיר
אלעס אנגעוואירן –זעה קיין אפן טיר
פארמאכטע אויגן און אויערן –מיין זעל פארהאקט אין איר
טונקעלע טויערן –מאט, אן קיין קאליר
2] ווי שווארץ עס זעט נאר אויס
א ביטערער דייעגנאז
דערדריקנדע געדאנקען אין קאפ –קלארקייט קיין טראפ
אומעטיגע געפילן –דער דמיון טוט צושפילן
אוי א בראך –מ'זעט זיך שוין דערנאך אוי אוי אוי
2] פון די קינדערלעך איך קלער
זארגן פאר זיי וועט ווער
אויסהערן וואס טוט זיי דריקן –אין חדר שיקן
אזא שרעקליך שווערע צייט –אין זומפ פון יאוש כמעט
פלוצלינג א ווארעמע שטימע ווי פון ווייט
1] השלך על השם –די פחדים דיין גאנצן קלעם
ווארף זיי אים אהין -ניטאמאל פרוביר צו טוהן
ווי נאר דו וועסט עס גלייבן -תיכף דיר אויפהייבן
האלטן אין זיין האנט –פארזיכערט און קראנט
2] פון אלעם בייזן –דיר אויסלייזן
ויחזור ויתן –פון אלעם גוטן –פולשטענדיג אפהיטן
דער עיקר נישט צו סטאפן –אין זיין טיר צו קלאפן
און אין אים זיך פעסט אנכאפן
[שוין מיט א שטיקל שמייכל, צו זיך אליין:]
1] אפילו דו ביסט -אן ערשעפטער, א מידער
רוהיגקייט פליסט -אין אלע גלידער
דאס הארץ איבער גיסט –די מוסקלען נאכגעלאזט ווידער
אן אמת'ע שמייכל, אלס וועט זיין מסודר
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט