כבוד ידידי היקר ר' דוד לעווי האט אריינגעפעדימט דעם שמועס ביים ציטירן א געוויסען 'פאו"ם' וועלכע איז געזאגט געווארן ביים איינשווערונג צערמאניע פונעם ניי ערוויילטן פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן מר. באראק אבאמא, וז"ל ר' דוד,
לעווי האט געשריבן:לויט ווי איך האב אלעמאל געוואוסט ביז יעצט מיינט א POEM א גראם, אדער גראמט א יעדע צוויי שורות, אדער א יעדע צווייטע בסירוגין אדער אויף אן אנדער אופן, דא אבער זעה איך נישט קיין שום גראם. וואס איז דאס אנדערש ווי א מעשה? קען מיר איינער מסביר זיין?
נו אז לעווי בעט, פרובירט דאך יעדער צוצולייגן א פלייצע, האב איך פרובירט מיין מזל,
מיללער האט געשריבן:מר. לעווי,
פאעזיע (פאעטרי) איז נישט דוקא גראמען, דאס איז ענדערש 'שירה' אויף לשה"ק אזוי ווי להבדיל 'שירת אז ישיר' אדער 'שירת האזינו' וואס גראמט נישט אבער עס פארמאגט פאעטישע שטריכען.
גראמען איז 'ליריקס'.
ר' דוד פרעגט איבער פאר מער א פרטיות'דיגער באווייז,
לעווי האט געשריבן:איך פארשטיי אז פאועטרי מוז נישט אלץ גראמען אבער עס מוז האבן א פארם און גיין מיט א סיסטעם. אפשר ווייזט מיר איינער וואס דער POEM איז אנדערש ווי א געהעריגע דרשה?
ואף אני אענה את חלקי מיט א שטיקל פונעם דערמאנטן פאום אלס באווייז,
מיללער האט געשריבן:נעם די לעצטע שורה פאר עקזעמפל;On the brink, on the brim, on the cusp -- praise song for walking forward in that light
דאס איז טיפיקעל פאעטרי.
בא ידידינו הבלתי נשכח ומאנטיסעלאו שמו, און ער האט מיך געשטעלט אין פלאץ טייטלענדיג מיט די פינגער אז איך האב אויך א טעות געהאט אין די אפטייטש פון 'ליריקס' וז"ל,
Monticello האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:מר. לעווי,
פאעזיע (פאעטרי) איז נישט דוקא גראמען, דאס איז ענדערש 'שירה' אויף לשה"ק אזוי ווי להבדיל 'שירת אז ישיר' אדער 'שירת האזינו' וואס גראמט נישט אבער עס פארמאגט פאעטישע שטריכען.
גראמען איז 'ליריקס'.
'ליריקס' באדייט נישט גראמען און באשטייט נישט דוקא פון גראמען. ליריקס איז א גרופע פון ווערטער וואס ווערט צוגעשטעלט צו א ניגון, גראמט עס יא גראמט עס נישט. פילייכט האסטו געמיינט 'לימיריקס' (LIMERICK), א סארט פאעזיע וואס אירע שטריכן רעכענט אריין גראמען.
איך בין איינשטימינג מיט דיין אלגעמיינע צושטעל פון פאעזיע צי שירה, אומאפהענגיק אין גראמען.
לענינינו; איז 'גראמען' אויסשליסליך די אפטייטש פון צאמשטעלן צוויי ווערטער מיט די זעלבע קלאנג (זאך, קראך; מייז, ווייז וכדו') אויב יא, וואס איז די קאלעגע ווארט אויף ענגליש ('ליריקס' נישט, ווי מאנטי שרייבט, פילייכט rhyme ) און אויף לשה"ק?