א שרייבן דילעמע

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

א שרייבן דילעמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

ווייל דו האלסט נישט ביים טראכטן
אין דיר טוט זיך שלאכטן
שרייבן וואס וועט באבאכטן
און נישט מאכן שמאכטן

פון זאכן קאמפליצירט
ווייט אוועקגעפירט
נישט צוגערירט
דעם מוח פרירט

פארוואס האלסטו אז שרייבן
איז א פאך וואס וועט בלייבן
אפשר בלויז דיינע געפילן טרייבן
עס וועט נאר קראצן און רייבן

גוטע גראמען איז
לאנג, ווי לעבן אין לוז
שרייבן און שרייבן ביז
ווען איך האב נישט דעם מוז

גוט אדער נישט
פיינט אדער צוקישט
געטיילט אדער געמישט
נארמאל אדער צע'חוש'ט

אמת אדער טועה
געקאכט אדער א רויע
א פסק אדער א מקצוע
בכלל נישט קיין איבעיא

ס'גייט בכלל נישט אן
אויף וועלעכע טאן
איך טראג מיין פאן
פלארידע אדער קאנקון

איינמאל איך דארף
זיין שטייף און שארף
ווען דעם בליי איך ווארף
דא האב איך נישט א גראם - [סאררי]

בין החבורה
איך דער בעל הבירה
שרייבן נאר איין שורה
וועט דאך זיין א סתירה

ווי צרות אן קיין יגון
א פערד אן א וואגן
א מלמד אן שלאגן
טשולענט אן א מאגן

תירוש אן דגן
א נאכט אן טאגן
א העמד אן קראגן
אן עירוב אן טראגן

געלט אן פלאגן
דער ר"י אן זאגן
א קינד אן נאגן
תשעה באב אן קלאגן

שרייבן פאר א גרינע? סיריעס?!
וואס וועט ער ריפלייען? קיריעס!

ווי איך זוך שוץ
אין טונקל איך זיץ
איך פול קאלט אדער היץ
וועלעכע טאקטיקן איך ניץ

ווי אלעס איז געדעכט
ווי אזוי איך שפיר עכט
מאכן א משל מיט לעכט
טרעפן א נמשל מיט רעכט

אדער גאלדענע גליקן
דעם שלעכטס דערשטיקן
אויפן האלב פול קוקען
נאר פאזעטיוו פיקן

קוק נישט אויפן ריקן
פאראויס טו סטיקן
וועסט נאך האבן א תיקן
דאפסט נאר בעסער בליקן

איך וויס נאכנישט וואס צו טון
לאמיר נישט טראכטן ביז אהין
לעטס קיעפ איט נייס ענד קלין.
לפנות בוקר
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: א שרייבן דילעמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

לייק לייק לייק און נאכאמאל לייק.

- האסט מיר געמאכט אפאר שמייכלען מיט די גראמעלעך.

זייער זיסע שורות
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: א שרייבן דילעמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

גאר גוט, איך מיין אז @טינט האט שוין פארפירט דעראויף, קוקט אויס די טיפע הרגשים וואס טייל פאעזיע שרייבער האבן, לאזט זיי טראכטן אז זיי שרייבן נישט להנאת עולם, נאר בלויז צו באקומען א גרינע, (עס קען זיין אמת, אבער איר זאלט וויסן איך האב באמת הנאה)
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: א שרייבן דילעמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

פיין געשריבן!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: א שרייבן דילעמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

שכח.
נייס ענד קלין!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”