רוישיגע געפילן

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

לייק אדער דיסלייק

לייק
6
67%
דיסלייק
3
33%
 
סך הכול שטימען: 9

אוועטאר
ניין און יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

רוישיגע געפילן

תגובהדורך ניין און יא » דינסטאג יוני 30, 2020 1:43 pm

זעהן איך זעה נאר טונקעלקייט
הערן איך הער נאר שטיל
פילן איך פיל נאר שוואכקייט
מיין הארץ מיט טרויער פיל

טיפע געפילן וואס איז פארשטעקט
געפילן וואס זענען באהאלטן
קיינער האט נאך נישט עס אויפגעדעקט
נאר אביסיל שפארט פון די שפאלטן

געפיל פון אויף אויפגעבן
געפילן וואס דראען אלס צי פארלירן
וואס איז די ציל און לעבן
איך וויל מיין איך שפירן

ווער סאיז נישט דארט געווען
און וועמעס הארץ איז סטאביל
פארשטייט נישט און קען עס נישט זעהן
זיין לעבן פירט זיך ווי א שפיל

אבער ווער מיט אין און מלחמה איז
ווייסט די געפיל פארלוירן
נישט וויסן ווי לאנג ביז
וויפיל טעג שוין אנגעוואוירן

פון בעט צען ווייל יישט ארויס
פארוואס זאל איז אויםשטיין
די קלענסטע פראבלעם קוקט אויס גרויס
א פעדער וועגט ווי א שטיין

ווי קען איך אנגיין אין מיין וועג
ווי קען איך מיך ריקן ווייטער
ווען פארוואלקענט מיינע טעג
די בערג ווערן נישט גלייכער

די כוח פארלאזט די גלידער
מען פילט ווי סאיז פארטיג
אויפן וועג צופיל גרובער
נישט דא קיין וועג גראד אדער זייטיג

זאל השם אויף לאכטן
און פירן צו גוט
אויפהערן שמאכטן
אפהאלטען די רינעדגע בלוט

נאר אויף אים איז מיין האף
נאר ער קען באפרייען
מיך צו רעטען פון מיין בלאף
און על השם להתענג און זיך פרייען
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: רוישיגע געפילן

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דינסטאג יוני 30, 2020 4:05 pm

הנאה געהאט, א אייגענע לייק קנעפל, כ'גיי פאר די איידיע.
הריוח של הנשמה הוא, ששלחה ד' ב"ה למקום גדודי חיות ואריות, ולחמה עמם, והצילה עצמה. וזהו תכלית ביאתה ועוצם גבורתה בעבודת השם.
(חפץ השם, מס' שבת קנב:)

טוה נישט מארגן וואס די קענסט טוהן היינט

אויב ווילט איר אז איך זאל ענטפערן אויף אייער תגובה ציטיר מיר

טינט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: רוישיגע געפילן

תגובהדורך טינט » מיטוואך יולי 01, 2020 1:00 am

WOW amazing! Time and time again!
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

נשמת השכל
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: רוישיגע געפילן

תגובהדורך נשמת השכל » מיטוואך יולי 01, 2020 1:05 am

הנאה געהאט! לייק.

די נעקסטע - אויב מעגליך - זעה צו מאכן איבער געפילן פון אור - לעכטיגקייט, וכדו'.
איך בין אזוי "שטארק" אז איך האב אפילו נישט קיין פראבלעם צו זיין "שוואך"...

אוועטאר
ניין און יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: רוישיגע געפילן

תגובהדורך ניין און יא » מיטוואך יולי 01, 2020 2:02 pm

נשמת השכל האט געשריבן:הנאה געהאט! לייק.

די נעקסטע - אויב מעגליך - זעה צו מאכן איבער געפילן פון אור - לעכטיגקייט, וכדו'.

דעיס איז פאר דיר viewtopic.php?p=2261551#p2261551
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט