בלאט 1 פון 4

טאטי, זעקס נעמען על שום מה??

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 2:57 pm
דורך חוח בין השושנים
פרק א': מעמד קריאת השם

ביי מיין ברית געהאט א דאגה גרעסער
ווי דער פחד פונעם מעסער.
ביי קריאת השם מיין הארץ גייט אויס
הערנדיג ווי דער דיין זאגט ארויס
איין נאמען נאכן צווייטן
פון א ליסטע א גרייטן,
דער מכובד דער געערטער
געבט א דריטער און א פערטער,
דער מצב ווערט נאך מער ביטער
ער איז ברייטהארציג און א גוטער
לייגט צו א פינפטע און זעקסטע!
אוי, כ'האף ס'קומט נישט א נעקסטע!
איך הער דעם קול ענות חלושה,
געוואלד! אוי לי מאותה בושה!
איך קען מיינע אויערן נישט גלייבן
מיטן זאַק נעמען וועל איך פארבלייבן
דאס וועל איך פארמאגן
מיט מיר אייביג ארומטראגן,
נאך מיין אריכות ימים ושנים
עס לאזן אלס ירושה לבני בנים.
איך קען אפילו נישט פּראָטעסטירן 'ניין!'
נאר בעל כרחי אענה אמן.

למעשה דעם גאנצן בינטל מיר געגעבן
זיי זענען מיינע פאַרן גאנץ לעבן.
געשאנקען זעקס אומזיסט
איך וואלט פינף געלייגט אין מיסט.
אזויפיל שמות נרדפים באו אל קרבֶּנה
אבות אכלו בוסר ושיני בנים תקהֶינה.
זיי פארוויקלען מיר ווי שפין וועבעכץ
איך ווער נישט פטור פונעם קלעבעכץ.
נאך אלעם קען איך זיי נישט אויסמעקן
פאר בושות וועל איך זיך כסדר פארשטעקן.
די מציאות איז אַן אבנארמאלע
פאר איינעם צו געבן די נעמען אלע,
מעמד קריאת השם גייט אריבער בשתיקה
כאטש די נעמען זענען כדי חלוקה.
יעדער בלייבט גלייכגילטיג שטיין
נאר איך כליפע מיט געוויין,
איך וויל עס אנידערשטימען
אבער איך קען קוים ברומען.
ווי דער בעיבי וויינט יעדער זעט
קיינער כאפט נישט וואס דא געשעט
פאר א סיבה טו איך אזוי פארפירן
העלאו, איך וויל עס וועטאָאירן!
מיין הארץ שרייעט: אלקים אל דמי!
ווען מ'שטופט מיר אריין א צאָמי...

המשך יבוא אי"ה

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 3:02 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p-
שיגנער!!! הא הא הא! די לעצטע ליין איז נאך די בעסטע...

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 3:13 pm
דורך חוח בין השושנים
פרק ב: דעם טאטנ'ס החלטה

לאמיר אריינקריכן אין טאטנ'ס שיך
ער האט נישט געקענט מחליט זיין ביי זיך
קומען צו א קראנטע באשלוס:
זכות אבות איז דאך דא אַן איבערפלוס
עס הערשט אַן אינערליכע געראנגל
מיט 'נעמען' איז בכלל נישטא א מאנגל!
ער האט א ספק נאך וועלכע זיידע
ענדליך באשלאסן צו רופן נאך ביידע!
ער האט דערמיט נישט קיין פראבלעמען
כאטש יעדער פון זיי האט דריי נעמען!
די צרה איז אבער א מעכטיגע
די נעמען בכלל נישט פּרעכטיגע.
מען געבט מיר נעמען זעקס
אויף פינף לייג איך אַן עקס...
איך וואלט זיי אנגעקייטלט צוארך בחרוזין
ווען זיי זענען נעמען ווי די אושפיזין,
אויף נעמען שיינע החרשתי,
אבער זיי ענדלען מער אין ושתי
און אין אחשורוש טוען זיי אריינראָטן
אויף קיין איד אזוינס נישט געראָטן...

יארן שפעטער בין איך געוואויר געווארן גראדע
ווי מיין טאטע האט מיר געטון א גענאדע.
היות איך בין דער בן זקונים ביז אהער
איז געווען אן ערנסטע קלער
צו בויען אויף מיר געביידעס
מצרף זיין נאך זעקס אנדערע זיידעס...
עס וועלן שוין נישט קומען נאך קינדער
מוז מען אויסנוצן אלע נעמען אצינדער...
והריקותי נעמען עד בלי די
ווייל אם לא עכשיו אימתי...
ביי אים איז דאס א מהלך קלאר-קליפּ
אזוי איז ער, אזא תמימות'דיגער טיפּ.
א מין שילוב פון נעמען וואלט דאס געווען
וואס די וועלט האט נאכנישט געזען.
למעשה איז דער טאטע געווען וואויל
צום סוף דאס נישט אויסגעפירט אל הפועל,
צוליב די ערשטע זעקס נעמען שמא גָרים
מוותר געווען אויף די שמות הששה הנותרים...
עס פייניגט מיר אבער דאס געוויסן
ביז היינט וויל איך וויסן
פון וועלכע נעמען איז געווען די רעדע
ווייל ער האט דאך שוין אויסגענוצט יעדע
ביי די פריערדיגע זין האט ער יעדן באוואונדערט
דעקנדיג אלע זיידעס פון די לעצטע פינף יאר-הונדערט!
עס קען אנדערש נישט זיין
נאר עס איז געווען א פלאן
אויפן יחוס-בוים ארויפקריכן
אור-אלטע נעמען אפירזוכן
מיר צו רופן נאך פרץ און זרח
אדער גאר מהללאל און תרח...

המשך יבוא אי"ה

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 3:17 pm
דורך בלעכענער פנים
;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 3:18 pm
דורך נישט פשוט
קומסט אריין קלאר ווי 6 מענטשן.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 3:33 pm
דורך חוח בין השושנים
פרק ג': אויפן סטעידזש ביים בימה

איך בין אין טאטנ'ס זכות תולה
יעדעס מאל ווען כ'בין עולה
הייבט דער גבאי אן שטאמלען
בשעת'ן מיינע אלע נעמען זאמלען,
טאקע דארט ברבים ביים בימה
פּרעקטיסט ער די גאנצע רשימה.
כדי צו שפּאָרן קולות הויכע
פונעם עולם וואס איז מוחה
מוז ער זיי אויפן סדר זאגן ארויס
כאילו עס מאכט עפעס אויס...
דער עולם די ציינער שארפט-זיך
ווען דעם גבאי'ס קול ווארפט-זיך
ער טוט קיינעם נישט אנטוישן
די נעמען טאקע געטון אויפטוישן,
יעדער טוט אים שנעל פאַררעכטן
אין וועלכן סדר עס אנרעכטן,
ער פילט זיך ווי א שוטה
גייט ארויס מיט באַקן רויטע.

צו פארמיידן דעם מישמאש
האב איך א צעטל אין טאש
מיט אלע נעמען זייער קלאר
לאנג ווי די גלות יאר
אויסגערעכנט ווי די בני המן עשרת
אדער ווי קרעץ שאת וספחת ובהרת
דער גבאי זאל עס מבפנים שילדערן
אזוי זיין ווייטאג עטוואס לינדערן.
אוי, כ'האב שיער פארגעסן צו פארציילן
מיין טאטע האט אויך דריי נעמען צו ציילן
ממילא נאכן ווערן פון זעקס נעמען צעדרייט
ווען מ'זאגט 'בן' איז מען נאכנישט באפרייט...
איך האב באקומען ברוחו פי שנים
פון דריי איז ביי מיר געווארן כפליים.
דער עולם טוט זיך פשוט דערקוויקן
מען פריידט זיך מיט מיינע גליקן.
דאס אלעס צו שפּאָרן,
בלויז איינמאל אין לאנגע יארן
האב איך די זכייה
צו באקומען אַן עלייה.
מיט דעם האב איך איינוועגס אויסגעמיטן
דעם פּיינפולן 'בעבור שיתן'...

המשך יבוא אי"ה

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 3:36 pm
דורך הויעך
:lol: :lol: :lol: :lol:

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 3:53 pm
דורך לפנות בוקר
;l;p- ;l;p-
חוח בין השושנים איז נישט דיין גאנצע נאמען????

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 3:58 pm
דורך אחד מהחבורה
לפנות בוקר האט געשריבן:;l;p- ;l;p-
חוח בין השושנים איז נישט דיין גאנצע נאמען????

ווי באלאנגט די צוויי נעמען מער אנפאנג אדער מער צום סוף אדער גאר ארויסגעשלעפט פון אינמיטן

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 3:59 pm
דורך נו גוט נו שוין
@חוח
ס'גייט א רויעך
טראגסט אונז הויעך
א גרויסן יישר כח

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 4:03 pm
דורך חוח בין השושנים
איטס ווערי ווערי נייס
פון יעדן וואס לייגט צו ספייס

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 4:06 pm
דורך חוח בין השושנים
פרק ד': אונטערן משגיח'ס פּאַסיק

דער משגיח מיטן בארד ריזיג
קוקט מיר אן שפיזיג
ער הייבט זיך אויף פון שטול
קומט-צו צו מיר אין שול
אין אויער טוט ער מיר בויערן
פארוואס שמונה עשרה טוט דיר דויערן
פון יעדן אזויפיל לענגער?
פרעגט ער מיט א טאן א שטרענגער.
דא איז ישיבה, נישט חדר
מען הייבט שוין באלד אָן עיון סדר!
מען דארף די בחורים איינצוימען
מ'קען זיך נישט אזוי פארזוימען!
דער פחד אויף מיר מען דערקענט
בהבל פיו שיער געווארן פארברענט...
ער טוט מיר זייער דערנידערן
עס ציטערן אלע גלידערן.
מיין הארץ קלאפט ווילד
כאטש ס'איז מיר קלאר מיין אומשולד.
ער מיינט טאקע?
כ'כאפ כמעט א הארץ-אטאקע!

פתחו לי פתח מיט א שליסל
ענדליך כ'נעם צוזאם מוט אביסל
צו אים איך טו זיך ווענדן
כאטש עס טרייסלען מיינע לענדן
איך זאג ארויס מיט הכנעה:
דאס איז צוליב מיין טאטנ'ס השפעה!
איך בין נישט א חומד לצון,
נאר פאר 'יהיו לרצון'
בין איך מקיים איינע פון די חוקים
איך זאג גאנצע זעקס פסוקים!
פאר אייך נישט געדאכט
איר וואלט דערפון געקראכט!
דעריבער דאווען איך א לאנגע שמונה עשרה
קיין פסוק אויסצולאזן חסורי מחסרא!
אויב יא קען מען דעם נאמען פארגעסן
ווען אין ישיבה של מעלה מ'טוט זיך זעסן.
בעסער און בעסער עס ווערט
זיך כאפנדיג וואס איז מיר באשערט
אויף יענע וועלט וועל איך ווייטער ליידן
מיטשלעפּן אלע נעמען אין גן עדן...

המשך יבוא אי"ה

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 4:15 pm
דורך עקבי הצאן
פיינע גראמען! זיסע איידיעס! כ'האף אז ס'איז פיקציע..

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 4:24 pm
דורך ענדע צדיק!
צי שמייכלען און הנאה האבן! יעדע גראם, שורה, און מליצה איז אריינצובייסן מיט 6 ציין.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 4:32 pm
דורך גיב א שמייכל
ווארט נאר ווען זיינע קינדער וועלן קומען צו זיין ציון און זאגן קאפיטל קי"ט פאר אלע נעמען..... גאט זאל באהיטן....

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 4:40 pm
דורך חוח בין השושנים
גיב א שמייכל האט געשריבן:ווארט נאר ווען זיינע קינדער וועלן קומען צו זיין ציון און זאגן קאפיטל קי"ט פאר אלע נעמען..... גאט זאל באהיטן....

לאמיר אויסווארטן מיט געדולד...
יענס איז אין איינע פון די לעצטע פרקים...

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 5:14 pm
דורך טוט זיך...?
זייער שיין ישר כח!!

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 5:24 pm
דורך אוראייניקל
טוט זיך...? האט געשריבן:זייער שיין ישר כח!!

ס'איז א סגולה דיינע קינדער זאלן בעטן פאר אריכות ימים בשיבה טובה, ווען נישט העטן זיי מוזן צו לייגן דיין טאטע'ס 3 נעמען צו דיינע זעקס!

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 5:37 pm
דורך באקסער בוים
זייער זיס ראביי חוח!

וויאזוי גייט נאר די מעשה פון א אידענע וואס האט אויפגעהאלטן דעם רב וואס האט זיך געיאגט צו כאפן דעם באן וואספארא נאמען צו געבן פאר איר ניי געבוירן אייניקל, דער רב האט איר אויסגערעכענט א רייע פון נעמען, און זי האט ערליך געפאלגט און געגעבן אלע נעמען, למעשה א דאנק וואס זי האט אים אויפגעהאלטן האט ער פארשפעטיגט די באן וואס האט געהאט א שווערע עקסידענט.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 5:56 pm
דורך שטומפיג
וויפיל פרקים גייט די סעריע האבן?
אפשר זעקס? איינס קעגן יעדע נאמען?

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 6:01 pm
דורך חוח בין השושנים
פרק ה': אָפּהאַקן דעם שפיץ נאז

ביים ארבעט ס'קלינגט דאס גלעקל
דער באלעבאס געבט מיר מיין טשעקל.
ענדליך קען איך ארויסלויפן
א נייע טלית בייטל קויפן.
כ'האב חשק ארויפצושטעלן
נאר איין נאמען וואס מיר טוט געפעלן,
איך וויל זיך אביסל באפרייען
נישט דעם גאנצן שם המפורש ארויפנייען.
עס דארף נישט קלוני ווערן נתגלה
זעקס נעמען איז גארנישט א מעלה.
דערצו דארף איך באצאלן פאר יעדע אות
כ'אָניש גענוג געלט באקומען פונעם באָסס...
ענדליך גייט מען זיך אַפּערירן
די נעמען גייען נישט פיגורירן!
זיי וועלן מיר שוין נישט נאכיאָגן
מיין בלוט אויסצונאָגן!

איז מיר אבער מיין פאטער מודיע צייטלעך:
זאלסט וויסן קלאר און דייטלעך,
די הייליגע נעמען זענען כולם אהובים,
זאלסט צייגן אלע, כמנהג בעלי בתים חשובים.
איך לייג פאר מיין טענה פון הכסף יענה,
אבער ער ענטפערט א מענה:
כאטש עס איז קאסטבאר,
דאך איז עס אַן אוצר אומשאצבאר.
איך זאג: אי אפשר לפורטם כי רבים הם,
זיין אנטווארט: הבה נעשה לנו שם!
ווי מער אלס בעסער
עס מאכט די שמחה גרעסער!
בלויז פאַרן וועלן א נאמען אראפציפּן
זאלסטו זיך בייסן די ליפּן...
'אויף קיין נאמען וועסטו פארציכטן!'
אזוי טוען מיר די טענה'ריי שליכטן.
מיט יראת הכבוד טו איך זיך פארנויגן
ער קוועלט מיט זיינע אויגן.
בלייב איך מיט מיין מציאה
אויסצושפּרייטן מיין גאנצע מדרש פליאה,
אט די לאנגע מגילה
וועט דארפן מילה במילה
מיין בייטל אנפירקלען
מיר שטעכן ביים טלית ארומוויקלען.

די ליפּן מען פארבייסט
כ'געב זיך אבער א טרייסט
איך טרעף דעם חסד שבגבורה
בחשיכה להאירה,
עפעס קומט ארויס א גוטס
אז דער מיטן לאנגען נאז-שפיץ
ווען ער וועט עס אריינשטעקן
מיין נאמען צו דערשמעקן,
וועט ער ווערן גוט צומישט
האבנדיג קיין אנונג נישט
אויב ס'איז א מין סגולה א נייע
אדער שמות פון אַן אלטע קמֵיע.
ער וועט בלייבן א צולייגער
און זיך פארשטעקן מיט זיין נייגער.
ער האט געמיינט ער איז א k9 הינטל
יעצט פליעט ער אוועק מיטן ווינטל,
נאכן שרייען 'אוי באשעפער'
וועט ער אָפּיאָגן צו די שווארצע פעפער...

המשך יבוא אי"ה

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 6:28 pm
דורך הויעך
אויף די טלית בייטל מילא
אבער וויאזוי האט עס געפיט אויפן תפילין בייטעל?

דיין לעצטע נאמען איז כאטשיק אויך א מינימום פון 13 אותיות?

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 6:50 pm
דורך ווישוואש
חוחחחחחחחחחח!

געוואלד! :lol: :lol: :lol:

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 6:56 pm
דורך הלשון
סופער!!!!

בליציגע פראזן און רעיונות!

יעדע שורה צו באלעקן!

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 06, 2019 7:21 pm
דורך משה עסקן
גאר גוט! וויפיל איך האב דא צאמגעלאכט!

גיי אן.