בלאט 3 פון 4

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 7:32 am
דורך קרייסלער
מיינע גומען טוען מיר שוין ווייען
ביסט עי-וואן וויל איך שרייען

ימלא פי שחוק ווי קיינמאל בעפאר
ביזט דאך אריינגעקומען אזוי קלאר

דאס איז נישט קיין פיקציע געווען
נאר ביי איינעם איז עס עכט געשעהן

לאמיר זיך טאקע אלע זיין מתבונן
און אונזער קינדערס בושות אפשוינען

ויקרא שמו קורץ און שארף זאגן
מיטן שטאלץ וועט ער טראגן דעם זיידנס נאמען

כהאב גוט געקענט דיין זיידן
ער איז שטאלץ מיט דיר פון גן עדן

טאטי שכח פאר מיין נאמען קורץ און שארף
דאס וואס כהאב געדארפט

׳ואגדלה שמך׳ באיכות איז דער באדייט
נישט בכמות א לאנגער קייט

——————————
פרעגט חוח הערט נאר דאס
פאטער ליבער ענטפער פארוואס

אוי פארוואס איז קיין פראגע פאר א איד
כאטשיג עס איז שווער אויפן געמיט

יא חוח׳ל דו האסט א טרייסט
דערהייב פון זעקס נעמען וועט זיין דיין גייסט

דיין טאטע האט נאר געהאט א בן יחיד
האט ער געטוהן וואס פאר אים איז גוט
(קרעדיט: משה גאלדמאן ע״ה)

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 8:47 am
דורך חוח בין השושנים
קרייסל
ס'געבט א טרייסל
צו זען דיין טאלאנט
שרייבסט אינטערעסאנט.

כ'נעם אן מיט תאוה
דיין קאמפלימענט באהבה,
כ'וואונטש צוריק פון ביתי נאוה
וכן למר יהא רעוא!

ס'איז מצדך א דרגא
גוטע ווערטער נישט קארגע,
דו טוסט פארגינען
גוטס ביי א צווייטן געפינען.

יענעם צו באערן
איז א אויפגאבע א שווערן
פאר איינער וואס צרה עינו
נעמט אלעס פאר זיך בינו לבינו.

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 9:26 am
דורך חוח בין השושנים
מבוא: צעדרייט אדער וואס??

מיטן קאפ אראפ און פיס ארויף
לייג איך דעם מבוא צום סוף...
כ'האב נאכנישט געגעבן א פאַרגעס
דעם אשכול'ס אדרעס
בין איך דא צוריק דרייען א קאפ
נאך איין טראפ...
נאך פארבליבן א גראם
חזקני אך הפעם...
דאס איינע מאל בלי נדר
אויסגיסן די טינט פון פעדער,
דאסמאל מיט א טאן א נידריגע
ענדיגן די איבריגע.

עס איז גארנישט קיין מיסטעריע
דער ציל פונעם סעריע
בלויז צו מאכן דאס גענאר
ווייל לא דובים ולא יער...
מ'האלט זיך אונטער אביסל
פונעם שטורעם אין וואסער-שיסל...
עס וואלט געווען גלייך
אויף וויפיל שייך
ענק אלע איבערצובעטן
פאר אזא מעשה צאַמקנעטן,
כ'האף ס'האט אייך נישט געערגערט
וואס אויף ענק ארויפגעוועלגערט,
סתם אנגעדרייעט א שמוץ
בלויז צו מאכן א וויץ.
האט איר מיין חטא נישט פארווישט?
דאך האף איך איר וועט נישט
מחליט זיין אז ס'איז א 'לאו דחסימה'
מיין אקט א שוידערליכע פגימה,
פון געזעלשאפט אויסשליסן
מיר נישט וועלן מער גריסן
צאמנעמען א פּעטיציע
מיר ארויסצושליידערן פון קאָאָליציע...

כ'בעט ענק א פּאַרדען זאָפאָרט
לאזט מיר קומען צום וואָרט,
ווארפט נישט בייזע בליקן
צום טייוול מיר נישט אָפּשיקן.
די עכטע מעשה איז געווען אזוי
איך וועל פארציילן גענוי:
אין קאפ זיך גראמען געווארפן פיל
ארומגעטאנצן אן א ציל,
אין דער לופט געשוועבט
געשפּינט געוועבט
אַבּי געלעבט.
האב איך זיי אין קייטן געבינדן
און געזוכט עפעס צו ערפינדן,
זיי געגעבן אנצוהערן
אז ס'מוז פון זיי עפעס ווערן,
ס'איז געווארן מיין תקוה ותוחלת
זיי זאלן האבן א תועלת.

ס'איז נאר א שאלה א גרויסע:
וועלכע נושא?
אויף וואס טוט מיר געפעלן
די גראמען ארויפצושטעלן?
אויף וועמען מיין כעס אויסגיסן
אראפרייסן און צעסשיסן...
מה אומר מה אגיד?
ארויס אויפן יאגד,
זוכן דעם קאפ צו פארדרייען
מיט עפעס וואס מ'קען נישט פארדייען
נישט צום קייען נישט צום שפייען...
נישט צום וויינען נישט צום לאכן
וואס וועט קיינעם נישט אויסמאכן...
ס'דארף אבער זיין עפעס פּראַקטיש
וואס קען אמאל געשען פאַקטיש...
יעדע ליגנט און לאקשן-קרויט
מוז זיין אויף א פינטל אמת געבויט...

געמאכט א זיצונג באהאלטן בהעלם
מיט די חכמי חעלם,
זיך דורכגערעדט מיט מרנן ורבותי
הנשמה שבמוחי עם שאר חושי וכוחותי,
צו מאכן א אישו-טישו
פון שמות חמשה וששה.
שקר אין לו רגלים
מסתמא אויך נישט ידים,
ס'האט נישט קיין הענט אדער פיס
אבער מאכן גראמען איך געניס,
כ'רעד זיך איין כ'בין זיס
מיט מיין ווערטער-פלוס...
איר זענט טאקע אומשולדיג
דאך געווען אזוי געדולדיג
מיטצוהאלטן מיינע שמערצן
וויפיל טויזנט קערעקטערס? איבער פערצן!

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 9:53 am
דורך קרייסלער
כזעה דא אן אועפגייענדע כוכב מלא טאלאנט, ארטיסטישע גראמען וועלכע שפינט דעם דמיון פון ווירטאעל צו ריעלטאל.
נאכא א מאטי אילאוויטש

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 10:19 am
דורך קיטשי
למעשה וואס איז די נאמען?

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 10:21 am
דורך Bissli
קרייסלער האט געשריבן:כזעה דא אן אועפגייענדע כוכב מלא טאלאנט, ארטיסטישע גראמען וועלכע שפינט דעם דמיון פון ווירטאעל צו ריעלטאל.
נאכא א מאטי אילאוויטש

און אפשר איז עס גאר מאטי?!?!?

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 10:25 am
דורך גיב א שמייכל
א מחיה צו זעהן ווי איינער ניצט אויס זיין טאלאנט צו מהנה זיין אנדערע אידן
שכוח חוח ;l;p-

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 10:30 am
דורך חוח בין השושנים
Bissli האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:כזעה דא אן אועפגייענדע כוכב מלא טאלאנט, ארטיסטישע גראמען וועלכע שפינט דעם דמיון פון ווירטאעל צו ריעלטאל.
נאכא א מאטי אילאוויטש

און אפשר איז עס גאר מאטי?!?!?

אופפפפפפפס
וואטש דיך!...

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 10:36 am
דורך Graphic24
חוח בין השושנים האט געשריבן:זיך דורכגערעדט מיט מרנן ורבותי
הנשמה שבמוחי עם שאר חושי וכוחותי,
צו מאכן א אישו-טישו
פון שמות חמשה וששה

ס׳בכלל נישט אזוי מינדעוויכטיג,
ס׳ענדערש געווען דיבורים ריכטיג.
פיהל האבן זיך זיכער געטרייסט,
אריינגעבלאזן א פרישע גייסט.
אלץ טאטע ברויך מען געבן א קלער,
פון וואס ס׳ריכטיג צו מאכן א מלער.
נפש חי׳ הוא שמו טוט אונז זאגן,
אז די לעבעדיגע זאלן נישט דארפן קלאגן.

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 11:58 am
דורך קרייסלער
חוח בין השושנים האט געשריבן:קרייסל
ס'געבט א טרייסל
צו זען דיין טאלאנט
שרייבסט אינטערעסאנט.

כ'נעם אן מיט תאוה
דיין קאמפלימענט באהבה,
כ'וואונטש צוריק פון ביתי נאוה
וכן למר יהא רעוא!

ס'איז מצדך א דרגא
גוטע ווערטער נישט קארגע,
דו טוסט פארגינען
גוטס ביי א צווייטן געפינען.

יענעם צו באערן
איז א אויפגאבע א שווערן
פאר איינער וואס צרה עינו
נעמט אלעס פאר זיך בינו לבינו.


איך כאפ א טרייסל
פון קרייסלער געווארן קרייסל

א סגולה צו לאנג לעבן
צו זאגן די פולע נאמען וואס מהאט געגעבן

מיין טאטע האט מיך פארשוינט
און נאר איין נאמען מיך באלוינט

חוח׳ל זאל אויף אים קיין פאראיבל האבן
אבער דא האט ער מיין האלבע נאמען באגראבן

קרייסלער שמי לעלם געדענק!
און די ׳ער׳ צו מיר צוריק שענק

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 12:24 pm
דורך חוח בין השושנים
כ'רייב זיך די אויגן
דער טוט טויגן!
קרייסל
פונעם אויבן-שטייסל.

כ'וויש זיך די גלעזער
געמיינט אז נאר יאפאנעזער,
די גאנצע באנדע
טאיאטא און האנדע,
נאר זיי קענען
זיי מ'טוט אנערקענען...

דערווייל געטון סורפרייזן
מיר ארויסגענומען פון די גלייזן
גארנישט קיין יאפאנער
נאר א היימישער אמעריקאנער!

קרייסלער איז יא גוט
געוואויר געווארן די מינוט!
דארף מען זיך רעפּראגראמירן
מיט דיר צו שטאלצירן...

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 1:05 pm
דורך קרייסלער
די זייגער טוט יאגן
דעם שבת אנזאגן

קיין צייט פארהאן
כאייל מיין שפאן

כדארף מיך נאך שערן ביי ר׳ נח
א גוט שבת מיין נייע פריינד חוח

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 1:10 pm
דורך טראמבאן
קרייסלער האט געשריבן:די זייגער טוט יאגן
דעם שבת אנזאגן

קיין צייט פארהאן
כאייל מיין שפאן

כדארף מיך נאך שערן ביי ר׳ נח
א גוט שבת מיין נייע פריינד חוח

אפס... די וואך איז שוין לך-לך
און צום זמן האסטו נאך אפאר שעה

א איד אינדערפרי זאגט מיר אז ער האט שוין געזאגט שיר השירים
זעהט אויס ער מיינט שוין אז ס'איז פורים

זאגט מיר אין אויער איינער, א לייצן א שמעלקע
אז מסתם איז שוין אויך אויסגעצאלט זיין חלקה

ער איז שוין אלץ גרייט פון נאך פריער
יאגעדיגע: אלעס האט דאך א שיעור...

גוט שבת

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 1:13 pm
דורך קרייסלער
פארפאלן נאר א נח שערער איז פארהאנען
ר׳ לך לך איז שוין בעלמא דקשוט געגאנגען

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 6:58 pm
דורך קרייסלער
חוח בין השושנים האט געשריבן:כ'רייב זיך די אויגן
דער טוט טויגן!
קרייסל
פונעם אויבן-שטייסל.

כ'וויש זיך די גלעזער
געמיינט אז נאר יאפאנעזער,
די גאנצע באנדע
טאיאטא און האנדע,
נאר זיי קענען
זיי מ'טוט אנערקענען...

דערווייל געטון סורפרייזן
מיר ארויסגענומען פון די גלייזן
גארנישט קיין יאפאנער
נאר א היימישער אמעריקאנער!

קרייסלער איז יא גוט
געוואויר געווארן די מינוט!
דארף מען זיך רעפּראגראמירן
מיט דיר צו שטאלצירן...


א שטיצער פונעם רויטן טראמפן
טוה איך געז אריינפאמפן

אין א אויטא א שיינעם
געמאכט אינעם לאנד מיינעם

נישט פון די יאפאנעזער מיט די אויגן שיפע
אדער פון די דייטשן אפילו

מעיד אין דעי
יו. עס. עי.

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 8:15 pm
דורך סאדאם חוסעין
חוח דיינע ווערטער טוה נישט שוינען
ווייל דו טוסט נישט אין א וואלד וואוינען

צווישען מענטשן זיך אויסגעבן
דארף א מענטש צו שטרעבן

אך און וויי צו זיין פארמאכט
עס טוט אויסקלאפן יעדע נאכט
ווען מען טוט מאכן די קישן פאהכט
מען ווייסט אליינס נישט פאר וואס מען קאכט

און הארץ טוט זיך א דיבאטע
וואס האלט פון מיר מיין טאטע
בין איך ווערד ווי א שמאטע (נדנ)
אדער ענדערש ווי א שטיקלע וואטע

אויב מען זיכט נישט קיין עטענשטען
אז א סימן מען דרייט זיך נישט צווישן מענטשען
טריי אייביג צו מאכן א קאנווענטשן
וועסטו זעהן אז יעדער טוט דיר בענטשען

אבער לאמיר זיך נישט אוועק יאגן
ווייל נאך איין זאך ליגט מיר אויפן מאגן
פון די בעל שם טוב מען טוט עס נאך זאגן
וואס טוט העלפן מכל צרה ויגון

יעדע זאך וואס א מענטש זעהט און הערט
מיין נישט עס איז נישט ווערט
אפילו דא אויף די ערד
אלעס פון הימל איז באשעהרט


מען קען קיינמאל וויסן
וואס ליגט איינעם אויף די געוויסן
זיין הארץ אינגאנצען צירוסן
זיין מוט אינגאנצען פארביסן

מען טוהט מען צורישן א סעודה א רייכן
פארן בכור די להכניסו צו מאכן
אבער אנשטאט צו פארברענגען און לאכן
פליען טעלער'ס און פארשידענע זאכן

די שוויגער הייסט געבן די נאמען משה יעקב זרח
נישט נאר ביים נץ געדאווענט, נאר ביים מנין פון תרח
אבער די מאמע הייסט ענדערש קלמן חיים ברוך
ער פעלגט האלטן יעדע סעיף פון שלחן ערוך

די מחשבות הייבן אן צו וועבן
די טאטע זאל שוין נאכגעבן
כדי די שוויגער זאל לאזן לעבן
לייגן ביידע זיידעס נעבן

אבער פליצלינג פון חוח זיך דערמאנט
וועט מען נעמען די שוויגערס טאלאנט
מען וועט פייטן מיט א שטייפע האנט
דאהן קען זי טאפן א וואנט

די קינד וועט ווערן אפגעשוינט
יעדע ווארט האט זיך געלוינט
יעד סענט יעדע קוינט
איך האף דו פארשטייסט די פוינט

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 8:39 pm
דורך לכאורה
יישר כח - חוח
בין השושנים - ווערטער ווי מעדנים

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 9:03 pm
דורך קרייסלער
סאדאם חוסעין האט געשריבן:חוח דיינע ווערטער טוה נישט שוינען
ווייל דו טוסט נישט אין א וואלד וואוינען

צווישען מענטשן זיך אויסגעבן
דארף א מענטש צו שטרעבן

אך און וויי צו זיין פארמאכט
עס טוט אויסקלאפן יעדע נאכט
ווען מען טוט מאכן די קישן פאהכט
מען ווייסט אליינס נישט פאר וואס מען קאכט

און הארץ טוט זיך א דיבאטע
וואס האלט פון מיר מיין טאטע
בין איך ווערד ווי א שמאטע (נדנ)
אדער ענדערש ווי א שטיקלע וואטע

אויב מען זיכט נישט קיין עטענשטען
אז א סימן מען דרייט זיך נישט צווישן מענטשען
טריי אייביג צו מאכן א קאנווענטשן
וועסטו זעהן אז יעדער טוט דיר בענטשען

אבער לאמיר זיך נישט אוועק יאגן
ווייל נאך איין זאך ליגט מיר אויפן מאגן
פון די בעל שם טוב מען טוט עס נאך זאגן
וואס טוט העלפן מכל צרה ויגון

יעדע זאך וואס א מענטש זעהט און הערט
מיין נישט עס איז נישט ווערט
אפילו דא אויף די ערד
אלעס פון הימל איז באשעהרט


מען קען קיינמאל וויסן
וואס ליגט איינעם אויף די געוויסן
זיין הארץ אינגאנצען צירוסן
זיין מוט אינגאנצען פארביסן

מען טוהט מען צורישן א סעודה א רייכן
פארן בכור די להכניסו צו מאכן
אבער אנשטאט צו פארברענגען און לאכן
פליען טעלער'ס און פארשידענע זאכן

די שוויגער הייסט געבן די נאמען משה יעקב זרח
נישט נאר ביים נץ געדאווענט, נאר ביים מנין פון תרח
אבער די מאמע הייסט ענדערש קלמן חיים ברוך
ער פעלגט האלטן יעדע סעיף פון שלחן ערוך

די מחשבות הייבן אן צו וועבן
די טאטע זאל שוין נאכגעבן
כדי די שוויגער זאל לאזן לעבן
לייגן ביידע זיידעס נעבן

אבער פליצלינג פון חוח זיך דערמאנט
וועט מען נעמען די שוויגערס טאלאנט
מען וועט פייטן מיט א שטייפע האנט
דאהן קען זי טאפן א וואנט

די קינד וועט ווערן אפגעשוינט
יעדע ווארט האט זיך געלוינט
יעד סענט יעדע קוינט
איך האף דו פארשטייסט די פוינט

כאטש די שוויגער וועט פארדאמען
דעם איידעם סאדאם׳ן
ראטעווען דעם קינד דיינעם
פון שפיכת דמים

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 11:59 pm
דורך Ezpass
חוח הערליך שיין און מייסטערהאטיג, נאך א מזל אז ער איז נישט געווען א כהן, ווייל ווען יא וואלט ער געדארפט עולה זיין יעדן מאנטיג און דאנערשטיג,

געשריבן: זונטאג נובעמבער 10, 2019 12:10 am
דורך חוח בין השושנים
Ezpass האט געשריבן:חוח הערליך שיין און מייסטערהאטיג, נאך א מזל אז ער איז נישט געווען א כהן, ווייל ווען יא וואלט ער געדארפט עולה זיין יעדן מאנטיג און דאנערשטיג,

גוטע פוינט! כ'וואלט עס צוגעלייגט אויב ס'וואלט מיר איינגעפאלן...

געשריבן: זונטאג נובעמבער 10, 2019 12:11 am
דורך חוח בין השושנים
אויף אלע אויבנדערמאנטע הוספות פון יעדן

;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: זונטאג נובעמבער 10, 2019 8:13 am
דורך פאקטען
זייער גוט...

האטס מיר דערמאנט די מעשה מיט זעקס א דריי פערטל קארענבלי..

געשריבן: זונטאג נובעמבער 10, 2019 11:10 am
דורך פאקטען
פאקטען האט געשריבן:זייער גוט...

האטס מיר דערמאנט די מעשה מיט זעקס א דריי פערטל קארענבלי..

א פארפאלק האט זיך נישט געקענט פארגלייכן צו דער ניי געבוירן ינגעלע זאל הייסן משה נאך זיין טאטע אדער משה נאך איר טאטע, איז געבליבן מ'וועט מאכן גורל האט מען אריינגעלייגט צוויי צעטלעך אין א קאפל און ס'איז ארויסגעקומען די סייז צעטל..

געשריבן: זונטאג נובעמבער 10, 2019 1:50 pm
דורך קרייסלער
אה כהאב געמיינט אז סאיז א צו-נאמען ווייל ער דאווענט אייביג מיט זעקס-פונעף-און-פערציג מנין

געשריבן: זונטאג נובעמבער 10, 2019 3:23 pm
דורך פלאחותיך
נחמן חיים נחמיה נחום תנחום חנן חנניה בן זרח ברוך גדלי גד

איז עפעס אזוי שלעכט?