וטהר לבינו

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

וטהר לבינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

רויטע אויגן
ווייסע קיטלען
איינגעבויגן
בקשה מיטלען

שטילע קרעכצן
טוט זיך הערן
פארביסענע לעפצן
הייסע טרערן

די הייליגע תורה
ליידער געטרעטן
פחד און מורא
ביים איבערבעטן

הייסע צוזאגן
צו זיין בעסער
עס טוט נאגן
שניידט ווי א מעסער

ביטער געוויין
חרטה און תשובה
איך וועל גוט זיין
טאטע ליבער

דארף פארגעבונג
טייער פאטער
מיין שטרעבונג
מאך מיך לויטער

ריין פון זינד
וואש מיר אויס
ווי א קינד
אין דיין שויס

נישט ווערן פארשניטן
דיינע ליבע קינדער
צרות פארמיטן
די שמערצן לינדער

פאַרציי נא
טאטע ביטע
מעק אויס רע
טאטע גוטער

מאך אונז ווייס
אראפ די פלעקן
מיר בעטן רייס
אוועק די שרעקן

פארגעב אונז שוין
מחילה גמורה
פארשרייב אונז לוין
די גאולה שלימה
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

;l;p-
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

הערליך.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

דיין כישרון איז געוואלדיג, אבער אשאד דו ביסט'צעך מייקל אין אפאר סארט גראמעלעך וואס איז נישט אנגענומען און נישט ריכטיג, ווי למשל:
קרעכטצן מיט לעפצן איז נישט 100 פראצענט אויסגעהאלטן, קרעכטצן מיט 16 וכדו' גראמט, אבער נישט מיט לעפצן.
תשובה מיט ליבער, ביטע מיט גוטער, מאכסט דא נאך די גראמעלעך וואס מיינען אז די ריי"ש ביים ענד איז נישט וויכטיג, עכ"פ ס'איז א גרייז און סי' גראמט נישט.
(פאטער מיט לויטער גראמט נאר טאמער ביסט א ירושליימער אדער א ליטווישער...)

עכ"פ, די'ע פאר הערות מאכט גארנישט אוועק דיין כישרון, נאר דו מאכסט נאך די אנדערע וואס האבן געהאט דעם גרייז, פאררעכט זיך מיט די'ע נקודות און גיי שוין ארויס ארבעטן...

די תוכן איז אויך זייער שיין!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:דיין כישרון איז געוואלדיג, אבער אשאד דו ביסט'צעך מייקל אין אפאר סארט גראמעלעך וואס איז נישט אנגענומען און נישט ריכטיג, ווי למשל:
קרעכטצן מיט לעפצן איז נישט 100 פראצענט אויסגעהאלטן, קרעכטצן מיט 16 וכדו' גראמט, אבער נישט מיט לעפצן.
תשובה מיט ליבער, ביטע מיט גוטער, מאכסט דא נאך די גראמעלעך וואס מיינען אז די ריי"ש ביים ענד איז נישט וויכטיג, עכ"פ ס'איז א גרייז און סי' גראמט נישט.
(פאטער מיט לויטער גראמט נאר טאמער ביסט א ירושליימער אדער א ליטווישער...)

עכ"פ, די'ע פאר הערות מאכט גארנישט אוועק דיין כישרון, נאר דו מאכסט נאך די אנדערע וואס האבן געהאט דעם גרייז, פאררעכט זיך מיט די'ע נקודות און גיי שוין ארויס ארבעטן...

די תוכן איז אויך זייער שיין!

יישר כח פאר די קאנסטרוקטיווע קריטיק
איך בין נישט קיין מייסטער אין גראמען אבער איך גלייך צו שרייבן פאעזיע.
איך וועל פרובירן צו מאכן מער אויסגעהאלטענע גראמען אינעם צוקונפט
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ענדע צדיק! האט געשריבן:הערליך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”