נעכטן ביז היינט

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

נעכטן ביז היינט

תגובהדורך קיטשי » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 11:21 pm

נעכטן פארכמורעט
היינט באלאכטן
נעכטן פארצרה'ט
היינט פארראכטן

נעכטן פארדאגה'ט
היינט צעשמייכלט
נעכטן צעגראגערט
היינט בא'שכל'ט

נעכטן צעקוועטשט
היינט פארברייטערט
נעכטן פארוועטשט
היינט בארייכערט

נעכטן צעקראכן
היינט באפרייט
נעכטן צעשטאכן
היינט פארהיילט


פון נעכטן ביז היינט
עס טוישט זיך מיין פריינט
ווער נישט מיואש
דאס וויל דיין פיינט



נעכטן צעשטערט
היינט געהאלפן
נעכטן באגערט
היינט געטראפן

נעכטן פארוויינט
היינט פארווישט
נעכטן געמיינט
היינט דערוויסט

נעכטן צעדרייט
היינט פארגליכן
נעכטן צעשטרייט
היינט דערגריכן

נעכטן צעטרעטן
היינט ערהוילט
נעכטן געבעטן
היינט געפועלט


פון נעכטן ביז היינט
עס טוישט זיך מיין פריינט
ווער נישט מיואש
דאס וויל דיין פיינט



נעכטן צעפליקט
היינט פארנייט
נעכטן דערשטיקט
היינט באפרייט

נעכטן א טייך
היינט א בריק
נעכטן גאר שוואך
היינט שטארק צוריק

נעכטן פארשפארט
היינט ברייט אפן
נעכטן פארנערט
היינט זיך געטראפן

נעכטן צו ברעקל
היינט איין שטיק
נעכטן א טרעפל
צום היינטיגן גליק


פון נעכטן ביז היינט
עס טוישט זיך מיין פריינט
ווער נישט מיואש
דאס וויל דיין פיינט
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 11:36 pm

פון נעכטן ביז היינט
עס טוישט זיך מיין פריינט
ווער נישט מיואש
דאס וויל דיין פיינט

זאג עס איבער נאכאמאל... אוי איז דאס שטארק...
מצדי קען זיך די שמועס ענדיגן דא........

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 12:41 am

היינט איז שווער
מארגן מער גרינג
היינט איז לער
מארגן גיב א שפרינג


היינט איז טונקל
מארגן ליכטיג
היינט אין שלעכט ווינקל
מארגן טון ריכטיג


היינט איז שטומפיג
מארגן איז אויס
היינט פארכאפט
מארגן ארויס

היינט איז א הכנה
מארגן איז אויס הסתרה
היינט איז די בחינה
אבער מחר לקבל שכרה

היינט א פעולה
מארגן נתקבל תפילה
היינט גלות אפילו
דאך מארגן די גאולה


פון היינט ביז מארגן
פארווישט די זארגן
נישטא וואס צו וויינען
דו זון וועט אויפשיינען
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 12:42 am

הערליך

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 12:44 am

פרידן האט געשריבן:הערליך

יישר כח
אז דער עולם העט זיין צופרידן העט מען פרובירן מער שרייבן
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 9:35 am

כמים קרים על נפש עייפה!

הערליך און גוט!

השי"ת זאל העלפען, ס'זאל שוין זיין די "היינט".
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 9:57 am

א גוטע פעדער מיט גוטע swingy moods.....
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22901
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 10:34 am

נעכטן געטראכט
הייינט געמאכט
א מייסטער אין פאך
קונצלדיג און רייך.

ישר כח אייך!
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 11:53 am

יישר כח אלע מגיבים
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 11:54 am

קיטשי ביסט מורא'דיג
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1887
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 12:25 pm

הערליך!
רייך!
שטארק!
באלערנד!
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:02 pm

באוואונדערן איך טו עס,
שוין גארנישט קיטשי.
א יקר המציאות,
אינעם אלף השישי.

אייך באדאנקן מוז מען,
איבערהויפט פארן פזמון!
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:24 pm

כבין אייך אלע דאנקבאר פאר די שטארקע סופארט
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.

אוועטאר
קליינעמח
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 9:25 pm
לאקאציע: גוגל מעפס

תגובהדורך קליינעמח » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:48 pm

נעכטן איז מיר געווען שלעכט. היינט נישט.

מיט גראמען בין איך נישט אין גוטן
אבער סהאט מיין טאג געביטן

א דאנק!

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 2:08 pm

הערליך רייך און שיין!

נאר איין זאך; וועלכע ניגון (תנועה) גייט מיט דעם....?

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1887
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 2:19 pm

Graphic24 האט געשריבן:הערליך רייך און שיין!

נאר איין זאך; וועלכע ניגון (תנועה) גייט מיט דעם....?


עפעס לאז פאר א צווייטן אויך.....
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 2:20 pm

Graphic24 האט געשריבן:הערליך רייך און שיין!

נאר איין זאך; וועלכע ניגון (תנועה) גייט מיט דעם....?

נעכטן א שטייטע, היינט א דערהויבענע, מארגן א לעבעדיגע...

באמת, עס ווענדט זיך אין די מוד. בשעת'ן שרייבן האב איך נישט געטראכט קיין ניגון
ווי זאגט דיין אונטערשריפט? טרעף א ניגון היינט אויף מיין נעכטיגן פאום...
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 2:38 pm

:oops: :x :-( :o :? :smile: :grin: :lol: ;l;p-

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 6:10 pm

נו..שוין האט געשריבן:הערליך!
רייך!
שטארק!
באלערנד!

גא"מ
שטעל זיך נישט אפ ביטע יישר כח
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3242
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 8:05 pm

Wow
זייער שיין!
ישר כח!

אז עס איז דא מיט וועם, קען מען אנהייבן א פרישע פאעזיע פארמעסט.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט