מען פארט צום רבי'ן אויף יו''ט...!!!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

מען פארט צום רבי'ן אויף יו''ט...!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

(פאר סליחות מען האלט, אבער לאמיר כאפן א בליק פון שפאלט, וואס טוט זיך אין דערפעל נאך סליחות באלד...)



סליחות שוין אריבער,
אין דערפעלע, אליינס אנעם ציבור,
אבער איצטערט דערפעלע, לאז איך דיר שוין איבער,

אין די אייגעלעך עס פינקלט א גלענצל,
די קינדערלעך הייבן זיך אין א טענצל,
מען פארמאכט שוין מיט שטריק דעם רענצל,

אביסל איך באדויער,
איך דארף איבערלאזן מיינע שעפעלעך ביים פויער,
איך זעע זייער פנים אזוי זויער,

שעפעלעך ענק איך פארשטיי,
נישט אזוי גרינג צו בלייבן ביי זיי,
אבער צום הייליגן רבי'ן איך גיי,
****
איין מאל אין יאר אין דערפעל א גערידער,
עס פאקען זיך צוזאם אלע אידישע ברידער,
נאך סוכות צום זעען ווידער,

חייקל איז א געשיקטער פאקער,
ער לאדענט שוין אן זיין פיאקער,
ער איז שוין גרייט צו פארן תיכף משיכיר,

זינדעל טוט נאך זארגן,
א פאר שיך וויל ער נאך בארגן,
ווייל די שטיוול וועט שוין נישט זיין גוט מארגן,

חאזקעל'ס וואגן שטייט נישט גראד,
ער האט א פראבלעם מיט א ראד,
מיט אזא רעדל נישט מען פארט,

זיינוויל קלערט,
און בשמחה ער ווערט,
ווען ער בארגט דעם פויערס געזינטען פערד,

איציק,
איז נאך היציג,
פארנימען צו אפשטויבן זיין וואגן וואס איז שמוציג,

הענדל,
כאפט שוין אן דאס בענדל,
ער נעמט גערן מיט אן אורח פאר א רענדל,

אויף שמעלקא איך דערקען זיין פרייד,
מיט'ן פאמיליע ער שטייט שוין גרייט,
אויך צום רבי'ן ער גייט,

אה.. געציל,
ער איז נאך פארנימען צו פארטרייבן דעם קעצל,
ער איז אלס דער לעצטער דער קלעציל,

דער צענטער אין דארף, ר' שמעון,
איז שוין אויך צוזאמגענימען,
גרייט מיטצוקימען,

דאס זענען די צען אידן,
וואס לעבן אין דערפעל אזוי צופרידן,
און פארן איצטערט מיט שמחה און ריקודין,
****
מען געזעגנט זיך איינער פון צווייטן,
צו פארלאזן דאס דערפעל טוט מען זיך גרייטן,
יעדער אויף זיין וועג זיך צושפרייטן,

איך טראג דעם אחריות,
און אלס אייגענער בעל הבית,
שמיר איך די רעדער מיט שמן זית,

דער ברוינער פערד מיטן האריגן וויידל,
ער שטייט שוין גרייט אזוי איידל,
אפגעזעגנט מיט זיין שטאל און קליין געביידע'ל

שוין פארטוישט דעם צופליקטן רעקל,
אויפן וואגן יעדעס פעקל,
רענצל און זעקל,

פארמאכט אין הויף דאס וואסער פעסל,
פארשפארט דעם טיר מיטן אלטן שלעסל,
מען פארלאזט שוין דעם קליינעם געסל,

אויף ימין ושמאל א קוק,
אויפן הייזקע דעם לעצטן בליק,
ויסעו, דעם פערד א פליק,

דעם פערדל טוט מען טרייבן,
ווי ווייניגער דארפן שטיין בלייבן,
און אין קרעטשמע זיך דארפן איינשרייבן,

שטיינדעלעך און ברעטעלעך,
דערפעלעך און שטעטעלעך,
גארטנס מיט שעפעלעך,

דער פערדל אריבער גיין ער לאזט-עס,
ב''ה אריבער געמאכט מ'האט-עס,
אריבער אלע גריבעלעך און בלאטעס,

דער זון אירע שטראלן,
הייבט אן פאלן,
מיר האבן נאך צוגיין אסאך מיילן,

שטיין בלייבן ביים ארענדער,
ר' סענדער,
ער האט אידעלעך פון אלע שטעט און לענדער,

אויסגעמאטערט פון די וועג-ער,
די ביינדעלעך בעטן מעג-ער,
א שטיקעלע געלעגער,

נישט א געדאנק אזא קרומער,
ארויסנעמען פאר די נאכט דא א צימער,
און אויסרוען די קערפער פון-מיר,

און דו פערדעלע, ביז דערווייל,
עס שטרוי דא פון שטאל,
און טרינק וואסער פון קוואל,

קוים זיך געלייגט,
פארטאגס, דער האן שוין קרייט,
אין וועג אריין ווייטער מען גייט,

נאך אגאנצן טאג מען פארט,
מען זעעט שוין א אלטער טעוועלע נישט גראד,
''בלויז געציילטע מינוטן פון שטאט'',

עס ווירבלט שוין די הויפן,
חסידיש'ע אידעלעך לויפן,
אויף יו''ט פון מארק איינקויפן,

ב''ה אנגעקומען,
צום הייזקעלע וואס כ'האב געדינגען פון ר' שמעון,
איך דערקען שוין ווי יאר יערליך דעם סימן,

פונקטליך גענוי,
וויפיל פלאץ מען ברויך אזוי,
א קליין צימער מיט אסאך געלעגערס פון שטרוי,

ר' שמעון צום ערשט איך באצאל-אים,
אפאר רענדלעך אפאר שקלים,
יעצט קען מען לויפן צום רבי'ן נעמען שלום,

די רבי איז פארנימען יעדעס מינוט'על,
ר' פייבוש גבאי מיטן צעבויגן היטל,
שרייבט מיר שנעל א קוויטל,

די טיר ווערט אפן ברייט,
אנטקעגן דעם צדיק שוין מען שטייט,
די לופט איז פיל מיט פרייד,

אויפן קעפעלע א ברכה,
זאלסט האבן פיל הצלחה,
און פאר די גאנצער משפחה,

דער פדיון אראפ אויפן טיש,
אויפן רבי'נס האנט א קוש,
אוי! אז מען טראכט נאר אריין מי האיש,

אין שול איך זעץ מיר בין תנור וכירים,
די חסידים טרינקען פרייליך א לחיים,
און מען כאפט פון רבי'ן שריים,

אוי! די הייליגע טעג אזא דערמינטער,
בעפאר די לאנגער קאלטער ווינטער,
דער צדיק אין יעדענס הארץ ווארעמקייט שפינט-ער,

נאסטעלאגיע און געגועים,
צום הייליגן צדיק'ס נענועים,
א גאנץ יאר געדענקן גוט איך טוה-אים,
****
מיינע טייערע חבירים הערט מיר איין,
ווילאנג מיר זענען בעלמא הדין,
לאמיר די הייליגע טעג נישט לאזן פארגיין,

קאכן און ברענען,
ווילאנג מיר קענען,
און אויפן קאלטן ווינטער מיטנעמען,

מיט שמחה דעם יו''ט מקבל זיי-אים,
א זיס לעכטיג יאר לאלתר לחיים,
בקרוב מיט משיח'ן גיין קיין ירושלים,
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

מורא'דיג הארציג
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3374
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

זייער שיין זייער שיין
WE WANT MORE
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אוי אוי, די טעג אין דערפל לויפן ווי א חלום...
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ק..ס האט געשריבן:זייער שיין זייער שיין
WE WANT MORE
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

שיין הערשעלע, אבער אפשר טויש'סטו שוין דער סטיל פון דיינע גראמען? שטעל אויס די בתים אויף אן אנדער אופן. אויב נישט איז אויך גוט, מ'זעמיר זיך מחי' בכל אופן.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

wow אריינגעפאלן דא בטעות און בעמערקט אזוינע שיינע שורהלעך עפעס אויסנאמלעך..
דו האסט א זעלטענע טאלאנט...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

eller האט געשריבן:wow אריינגעפאלן דא בטעות און בעמערקט אזוינע שיינע שורהלעך עפעס אויסנאמלעך..
דו האסט א זעלטענע טאלאנט...

שכח!
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”