אני לדודי ודודי לי!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- הערשעל פאסטעכער
- שר מאה
- תגובות: 200
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
- לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף
אני לדודי ודודי לי!
בס"ד
איך בין א פאסטוכער, נישט א רב,
איך פיר נישט קיין קהילה, נאר בלויז מיינע שאף,
אבער ווען עס קומט אלול, די צייט נישט איך פארשלאף,
אוי! שופר מען האט שוין געבלאזן,
עס ציטערען די ביימער, עס ווארפן זיך די גראזן,
מען הייבט שוין אן איינרייסן, לשובע ולא לרזון,
אוי! עס ציטערט מיר יעדעס ביינדל,
איך זיץ אין פעלד, אויף א שטיינדל,
עס פארכטן די קניען, און א יעדעס ציינדל,
איך זיץ אין פעלד, די שאף איך פאשע,
עס ווערט מיר פלוצלינג שווער א קשיא,
איך לויף צום וואסער-טרעגער ר' מנשה,
ר' מנשה מיין צווייפל הער,
א קשיא וואס איז מיר שווער,
און א תשובה ביטע מיר ערקלער,
אלול איז דא, אבער איך שפיר א מויער,
צווישן מיר און גאט, אוי! דאס איך באדויער,
איך בין דאך בלויז א פאסטעך, א פויער,
ר' הערשל פאסטעך, הערט אייך צו,
דער שם דעם חודש איז 'וצדקה תהיה לנו כי',
ווייל "אני לדודי, ודודי לי",
נישט קיין חילוק צו איר פירט א סטאדע,
אדער איר זענט גאר א רב גראדע,
דאס איז דאך געזאגט גאווארן פאר אייך אויך אוודאי,
אני לדודי, טאטע! ודודי לי,
מיין הארציגער געבעט הער צו,
אוי טאטע זיסער! שמע בקולי,
באהאלטן פארשפארט אין א קליין צומער,
פון בית המדרש צו פון פעלד, פון וואו אימער,
דער טאטע בעט, מיין קינד קום צוריק צו-מיר,
אויפ'ן שטיינדל טוה איך מיר זעצן,
מיין קליינטשיג תהלים'ל גוט באנעצן,
ווייל איך ווייס אז מיינע טרערעלעך טוט אויך השם שעצן,
אני לדודי! איך פראביר,
ודודי לי! דערנאך איך שפיר,

איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
- אויפגעפרישט
- שר האלף
- תגובות: 1897
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
- לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער
עס טוען דיינע שורות מיר דערמאנען,
פון דוד המלך אליין,
וואס צוזאמען מיט די שאף ער פלעגט שפאנען,
אינעם פעלד און אויפן שטיין.
און פון זיין מויל פלעגט פליסן,
זיסע הארציגע לידעלעך,
זיינע געגועים צום באשעפער האט ער געטון אויסגיסן,
באגלייט מיט זיינע הארציגע פידעלעך.
טו'זשע אויב אזוי נישט האלטן לייכט,
דעם פאסטוך'ס שאיפות,
ווען "ר' עקיבא" וואלט ווען אזוי געטראכט,
וואלטן מיר ווען פארלוירן זיין חריפות.
ווי נעם איך מיר דעם פאסטוך'ס תמימות,
אזא לויטער ריין הארץ מיט תשוקה עס קוועלט,
די שיינע שורות מיט אזא חמימות,
א זיכערע נחת רוח פאר'ן באשעפער פון דער וועלט.
פון דוד המלך אליין,
וואס צוזאמען מיט די שאף ער פלעגט שפאנען,
אינעם פעלד און אויפן שטיין.
און פון זיין מויל פלעגט פליסן,
זיסע הארציגע לידעלעך,
זיינע געגועים צום באשעפער האט ער געטון אויסגיסן,
באגלייט מיט זיינע הארציגע פידעלעך.
טו'זשע אויב אזוי נישט האלטן לייכט,
דעם פאסטוך'ס שאיפות,
ווען "ר' עקיבא" וואלט ווען אזוי געטראכט,
וואלטן מיר ווען פארלוירן זיין חריפות.
ווי נעם איך מיר דעם פאסטוך'ס תמימות,
אזא לויטער ריין הארץ מיט תשוקה עס קוועלט,
די שיינע שורות מיט אזא חמימות,
א זיכערע נחת רוח פאר'ן באשעפער פון דער וועלט.
- הערשעל פאסטעכער
- שר מאה
- תגובות: 200
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
- לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף
מחשב האט געשריבן:עס טוען דיינע שורות מיר דערמאנען,

יישר כח!
מה נהדר, איז דיין פעדער!
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
א בריוועלע צום פאסטוך
געוואלדיגע שורות געטרייער פאסטעכער,
יהא בואכם לברכה,
ברענגסט אריין א גוטע גיסטע אינעם וועלטעל.
יהא בואכם לברכה,
ברענגסט אריין א גוטע גיסטע אינעם וועלטעל.
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)
- הערשעל פאסטעכער
- שר מאה
- תגובות: 200
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
- לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף
אדער יא האט געשריבן:הערליך שיין!
[נ.ב. וואו קומט אריין פון וועלכע שם דער פסוק קומט ארויס דער חודש? דער בוכ"ע גיט אונז צדקה ווייל אלו"ל?]
שכח!
האסט גוט געפרעגט,
איך האב דאס געהערט פון א מגיד, אז פארוואס איז אלול דער שם?
ווייל די הלכה איז אז צדקה ברויך מען געבן נישט קיין חילוק פאר וועם, ממילא בעטן מיר פון השי''ת זאל אונז פארגעבן נישט קיין חילוק וויאזוי מיר קוקן אויס!
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
- הערשעל פאסטעכער
- שר מאה
- תגובות: 200
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
- לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק