איך נעם דיך צוריק אהיים

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

איך נעם דיך צוריק אהיים

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג יולי 19, 2018 2:39 pm

בס"ד
(געוואלט פראבירן צו איך געדענק נאך מיין פעסווארד.)

אין היצן און קעלט
דרייט זיך אויף די וועלט
א מענטשלע גאר קליין
מיט א נשמה ריין

אן א טימל
ווערט געפירט פון הימל
עס ווערט בעסער
ער וואקסט גרעסער

מיט שיינע קליידער
מען טראגט אים אין חדר
מען לערנט תורה צוה
אט איז ער שוין אין ישיבה

אלעס טוט פארן
ער איז שוין אין די יארן
יעדער הערט
א חתן ער ווערט
מ'טאנצט א רקידה
עוד ישמע בערי יהודה

קוים די ערשטע אין די ווינדל
וואקסט אונטער א געזונדל
ב"ה מען איז געזונט
עס ווערט געבוירן א פריש קינד

אביסל אנדערש ווי געווענליך
צו קיינעם נישט ענליך
עס ווערט ענגער
בלייבט אין שפיטאל לענגער

דאקטורים קומען דאקטורים גייען
נישט אלע מאכן פרייען
יעדער מיט זיין וועסט
קומט מאכן א פרישע טעסט

ביים באשעפער מ'בעטצעך
אינדערהיים מ'זעהטצעך
נישט גרינגע צייטן
טערעפיסטן טוען זיך בייטן
יעדער אין זיין נושא
פילט אן די טאג די גרויסע

טעג בלייבן נישט שטיין
דאס קינד קען שוין גיין
שטייט שטייט
קומט מען אן ווייט

דאס קינד איז גרויס
אויף די גאס ארויס
יעדער ווארפט בליקן
אויפן קינד קוקן
מיט ווערטער וויל מען דערקוויקן
אבער די טרערן טוען שטיקן

מען ווערט פון הימל געפירט
ביי המספיק פראבירט
קומט אן אויפברויז
דאס קינד האט נישט קיין דייאגנאז
עי די די, עי די עיטש די
אבער צום מציאות עס געט נישט צו

מען גייט אן מיטן לעבן
רעים טוט הילף געבן
מען העלפט באלד
מאכט גרינגער א געוואלד

אין א מצב מ'טוט זיך טרעפן
שערי חמלה'ס טויערן געבן זיך אן עפן
יעדער לייגט צו א פלייצע
מיט א גוט ווארט מיט אן עצה
די גרעסערע יארן זענען שוין דא
אין געהעריגע סקול אויף עטליכע שעה

פירט א רידער
קען אנמאכן גרידער
קען מאכן שווער
און וועגן איר פארלאזן א טרער
דער אייבירשטער מיט אונז יעדע רגע
מען פילט זיין פלעגע

מיט דאנק אויפן עבר
וואס חסדו עלינו גבר
ולך השם חסד
אזוי אויך א בקשה אויפן עתיד

עת הזומער הגיע
פון אן אונטער טיר א ישועה
א גרופע קינדער
מ'גייט זיין האלטן באזונדער

ווי א קעמפ גראד
אויסער די שטאט
מען קומט און גייט
מען פילט אן די צייט

שווער ווי א בארג
מ'כאפט אן ביים קארג
מ'טוט זיך געזעגענען
מ'וועט זיך צוריק באגעגענען

דאס הארץ טוט באכען
עס איז נאר פאר אפאר וואכן
דאס הארץ איז געווארן צוריסן
טרערן טוען זיך גיסן

דאס קינד קיין נאר
וויל צוריק אין קאר
מ'רייסט זיך אפ מיט כח
מ'איז שליט על המח

יא גוט צו נישט
גריסן קומען צוריק צומישט
אפגעמאכט אין א געיעג
מ'פרעגט זיך נאך יעדע פאר טעג
שטילער איבערן טאג
פילט זיך דער אינערליכער פלאג

ערב שבת זי רופט אהיים
אבער נאר א קול פון געוויין
קיין ווארט מ'הערט
פון קומען אהיים זי קלערט
מאמי ווי לאנג נאך
וועל איך נישט זען דיין קאך

מען הערט איר וויינען
אירע מחשבות דארף מען ליינען
די נעגל מ'בייסט
די הארץ רייסט

די חברותא שוואכער בדרגה
די עסן גאנץ קארגע
קיין סעודות שבת קיין הבדלה
מ'גייט שלאפן מיט א בהלה

מ'קען נישט קיין רוה געניסן
עס פייניגט די געוויסן
איך קען נישט מער
עס רינט א טרער
נישט איינס נאר פיל מער
דיין שטילקייט איך דערהער

מיין קינד געדעעעעענק
צו דיר איך בעעעעענק
דו ביסט נישט אליין
איך טו מיט דיר שטיין

עס איז אונזער חובה
צו מיינען דיין טובה
אויב איז עס זיכער נישט גוט
וועלן מיר מאכן די שריט

מיין קינד רואיג זיי
אהיים נעמען דיך איך גיי
פריער ווי געטראכט איך וועל
כ'וועל עס מאכן ווי שנעל
דיין צער האט א שיעור
איך וועל דיך צוריק נעמען פריער.

***

געקומען איז די רייע
באשאפן א וועלט א נייע
דור אחר דור
ביז די גרויסע אור
אברהם זיין באליבטער
פון נסיונות אן אויסגעפראווטער

דערנאך זיינע קינדער
יעדער באזונדער
אויפגעשטעלט שיינע בתים
ארויסגעגעבן די הייליגע שבטים
אויפגעשטעלט א כלל ישראל
וואס וועט בלייבן אלעמאל

יעקב ובניו מצרימה באים
געליטן פון די רשעים
דערנאך די אטאקעס
די צען מכות
דאס זאגן שירה צוזאם
נאכן שפאלטן די ים

ליהודים היתה אורה
ביים באקומען די הייליגע תורה
האנט ביי האנט
אנגעקומען צום הייליגן לאנד

אונז געפלעגט ווי א רויז
געבויעט א הייליג הויז
זיך אויפגעפירט ווי אידן
יעדער איז געווען צופרידן

דאס קינד פילט נישט גוט
מ'פאלט צוריק אסאך טריט
מ'מאכט זיך ברירות
מען טוט עבירות

דעם באשעפער מען פלאגט
אויף אונז ער קלאגט
ער שיקט נביאים
צו פאררעכטן זיינע ברואים
מיר פארשטייען נישט דעם ווינק
אפילו נאך א שטרענגע בלינק

מיר זענען פארקראכן
זיין הויז דערפאר צובראכן
זיין רחמנות אוועק ער ריקט
פון היים אונז פארשיקט
אוועק גאר ווייט
נאר פאר אביסל צייט
ביז מיר וועלן בעסער פילן
און טון נאר זיין ווילן

עס לויפט די זמן
מען ווייסט נישט די פלאן
עס טוט אונז וויי
מיר געבן א געשריי

אונזערע מחשבות ליין
מיר ווילן אהיים גיין
טאטעניו קרוין
נעם אונז אהיים שוין

מיר קענען נישט מער
עס רינט א טרער
נישט נאר אביסל
נאר א גאנץ שיסל
גארנישט איז אונז ווערד
מיר קלאגן אויף דער ערד

דער באשעפער זאגט גענוג
מיין אויסלייזער איך שיק
מיין קינד געדעעעעענק
צו דיר איך בעעעעענק

דו ביסט נישט אליין
איך טו מיט דיר שטיין
עס איז מיין חובה
צו מיינען דיין טובה
אויב איז עס זיכער נישט גוט
וועל איך מאכן די שריט

מיין קינד רואיג זיי
אהיים נעמען דיך איך גיי
פריער ווי געטראכט איך וועל
כ'וועל עס מאכן ווי שנעל
דיין צער האט א שיעור
איך וועל דיך צוריק נעמען פריער

שנעל אין גיך
וועסטו הערן שופר של משיח
קיין ירושלים גיין
במהרה בימינו אמן.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1650
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:01 pm

WOW

איכער איז אין די גלייזן, אווי אין די אלטע גוטע צייטן.

ערוועקט געפילן, און אויפגעשאקלט אביסל.

א שיינעם דאנק כבוד הרב
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:29 pm

הארציג!! טרייסלט געפילן!

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:43 pm

הערליך! הארציג!

איך נעם דיך צוריק אהיים.pdf
(116 KiB) דאונלאודעד 29 מאל
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
Goodmorning
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:51 pm

שפראכלאז!
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19469
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:51 pm

ווער? איך הער?
וואס? א קלער.
און איך, א טרער.

ווערטער, פון הארצן טיפן
ווען? אהיים וועסטו אונז שוין רופן
טאטע, מיר שפירן מיט
דיין צער און ווייטאג יעדע מינוט
די קינדער פון ווייטן
צווישן אונגעוואונטשענע לייטן
בעטן מיר דערביי
געשיקט, איינס צוויי
לייז אונז אויס שוין
קער צוריק דיין קרוין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:52 pm

שיין. הערליך.

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:54 pm

א מייסטער ווערק! הערליך! ייש"כ

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג יולי 19, 2018 4:25 pm

הערליך שיין!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג יולי 19, 2018 6:47 pm

איינער וויל מיר העלפן אפווישן די טרערן?

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דאנארשטאג יולי 19, 2018 7:51 pm

כ'פארשטיי נישט קיין גראמען, אבער מיינע טרערן האבן מיר במילא נישט געלאזט ענדיגן ליינען אפילו דעם משל.

אוי טאטע זיסער! וויש שוין אפ אונזערע טרערן!
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2598
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » פרייטאג יולי 20, 2018 12:09 am

א דאנק 'איך הער' פאר די הערליכע פאעזיע.

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » פרייטאג יולי 20, 2018 12:24 am

צולייגער האט געשריבן:WOW

איכער איז אין די גלייזן, אווי אין די אלטע גוטע צייטן.

ערוועקט געפילן, און אויפגעשאקלט אביסל.

א שיינעם דאנק כבוד הרב
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 3:36 pm

געליינט און געהערט,
קאלומענטע עס ווערט,
ווען אריין מ'טראכט,
טונקל איז די נאכט.

אבער מיר טוען גלויבן
אז דער גאט פון אויבן,
טוט אונז אבבאכטן,
און שטענדיג באטראכטן.

ער זעט אונזער שוועריגקייטן,
די מצבים ווי עס טוען זיך בייטן,
פון צרה צו צרה ליידער,
אוי, עסיז נישט גוט אין חדר.

טאטע נעם אונז שוין צו דיר,
לאמיר שוין זינגען דעם שיר,
די אלע נחמות וואס ביסט מבטיח,
שיק אונז שוין דעם משיח.

יאכער, האסט מיך געמאכט וויינען און לאכן, דאנקע פאר די גוטע זאכן.
דאס משל און נמשל אזוי קלאר, ווער עס פארשטייט זעט אז עס איז וואר.
לאמיר צום טאט'ן אהיים רופן שנעל, ער זאל שוין קומען צו אונזער שוועל.
אונז אהיימברענגן וואס גיכער, מ'זאל שוין פארשריבן ווערן אין די גוטע ביכער, א כתיבה וחתימה טובה, פאר גאנץ כלל ישראל במהרה.

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am

תגובהדורך משה כהן » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 9:30 am

קיינער רעספאנד נישט אויף סאכדע'סעס היסטארישע תגובה?
מ'ברויך מאכן אן אונטערוויאו מיט סאכדע'סן; איבער וואס עס האט אים געמאכט צוריקומען...
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט