געדאנקען...

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

געדאנקען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איך שפאציר מיר ביים ברעג
איך קוק ארויף צום הימל
איך גיי אזוי א שטיקל וועג, כ'ווער נתרגש
די כוואליעס פון ים איך הער
ווי זיי פליסן אן קיין שטער
און איך בין אזוי פארקלערט א ניגון מחדש

בשעת איך שפאציר אזוי, ביים שקיעה סוף טאג
איך טראכט ווען כ'שריי אוי, נעמסט אוועק די ווייטאג

טאטע זיסער דו ווייסט דאך וויפיל כ'האב דיר ליב
אן דיר איז גארנישט דא, דו האסט די וועלט פראדוצירט
און די געדיכט אליין איז אויך געמאכט געווארן נאר פאר דיר
שטארק דיינע קינדער און צווישן זיי אויך מיר


אלעס וואס איך האב אין לעבן
האסטו מיר געגעבן
איך וועל קיינמאל נישט אויפהערן דיר זאגן שכח
נאר אין דיר פארזיכער איך זיך
ווייל ווען איך בעט דיר פארגעבסטו מיר
פון ליבשאפט וועל איך דיר דינען מיט מיין גאנצער כח

און ווען איך שטעל זיך טראכטן וויאזוי עס איז אריבער מיין טאג
טוט זיך מיר דאכטן אז ס'שוין נישטא קיין ווייטאג

טאטע זיסער דו ווייסט דאך וויפיל כ'האב דיר ליב
אן דיר איז גארנישט דא, דו האסט די וועלט פראדוצירט
און די געדיכט אליין איז אויך געמאכט געווארן נאר פאר דיר
שטארק דיינע קינדער און צווישן זיי אויך מיר
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

"טאטע זיסער דו ווייסט דאך וויפיל כ'האב דיר ליב"

זייער שיין.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”