בענקעניש צו ארץ ישראל

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

בענקעניש צו ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

א ציטער אין די ביינער כאפט
די ערד פון ארץ ישראל באטאפט
מיט בענקעניש און פייכטע אויגן א קוש איך גיב
די הייליגע לאנד
וואס איז פאר אידן פארהאנד
יעדער איד א געפיל ער האט אינעווייניג ער האט עס ליב

איך דריי זיך ארום און ארום
פארמאכטע אויגן און מיין מויל איז שטום
איך פיל ווי אין די הימלען מיט הייליגע פליגלען איך שוועב
מיין הארץ טוט זיך דערפרייען
ווען איך קום אן קיין ירושלים
איך קוק ארויס אויף די הייליגע שטאט און כ'גיב זיך אן אויפלעב

אוי מה תשתוחחי נפשי
ביים כותל איך בוק זיך און הארציג איך קוש זי
איך בעט זיך אויס דארט
אויף די בית המקדש'ס ארט
לבי לבי ובשרי אוי ירננו

מיט א הייליגן געמיט
און ציטערדיגע טריט
קיין מירון אנצוקומען איז יעצט מיין ציל
און טאקע גלייך ביים אנקומען
צום תנא רבי שמעון
פון מיינע אויגן הייבט אן רינען טייכן טרערן פיל

בר יוחאי מיט התרגשות איך טאנץ
מיט א טהרה און א נייע גלאנץ
און מיט אן אימה גיי איך ארויס פון אוהל
א בענקעדיג הארץ דאס בין איך
דריי איך זיך ארום און זיך
הנה מה טוב ומה נעים ווי שיין און ווי וואויל

אה די קדושה פון די תנאים
די אוהלים פון די אמוראים
אלעס איז דאך אין דעם הייליגן ארט באהאלטן
אזא הייליג פלאץ לעכטיג
ברוחניות רייך און פרעכטיג
דער טמטום הלב הייבט זיך אן צו צושפאלטן

פון מירון איך פאר אוועק
קיין טברי' איז מיין וועג
מתפלל צו זיין ביי די צדיקים וואס ליגן דארט שוין לאנג
די שטאט וואס ר' שמעון האט גערייניגט
אה! ס'איז דאך אזוי געאייניגט
צו דאווענען אט אין דעם שטאט גיי איך גאנג נאך גאנג

ווען איך קום דארט אן
זינגט זיך אונטער א הייליגן טאן
אמר אביי רב פפא רב יוסף רב אשי און רבינא
די גמרא העלדן אליין
ליגן אונטער דעם הייליגן שטיין
די וועלכע האבן געלערנט די תורה אויף די וועגן אלע מינע

דערנאך א ציטער כאפט
דאס הארץ שטארק עס קלאפט
צפת! איז מיין ציל צו דערגרייכן
דארט וואו דער הייליגער אריז"ל
זיך געטובל'ט אין זיין הייליגן קוואל
און דארט ווי צענדליגע תלמידים די קבלה געטון עררייכן

וואו איך דריי זיך נאר זען איך טוה
קדושה עד בלי
דער פארצייטישער אמאל פאר מיינע אויגן עפנט זיך פריש אויף
דער ביהמ"ד פונעם בת עין
מען אטעמט נאר יראת שמים
אויפן לייטער פון מדריגות קריך איך יעצט ארויף
אה עס צוגייט זיך א זיסקייט אין די ביינער
ווען איך טרעט נאר אויף די הייליגע שטיינער
וואס דער אר"י הק' און תלמידי בעש"ט געגאנגען זענען אויף דעם
די הייליגע לופט איך בענטש
איך בין מער מלאך ווי מענטש
קעגן די הייליגע זאכן וואס איז א מענטש? כ'גיב זיך א פארשעם

צו שפיץ קדושה איז מיין תקוה
כאפ איך א טבילה אין אריז"ל'ס מקוה
אזא הייליג ארט ארץ ישראל פאר מיר עס שיינט און שטראלט
אב הרחמים
היטיבה ברצונך את ציון
תבנה חומות ירושלים אונז ווי שנעלער פון דעם גלות ארויסציען…
kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kosher phone »

אויף וועלכע ניגון ?
אוועטאר
טראכט א מינוט
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט א מינוט »

נאך אלס צו ארעם ארויס צוברענגן די אמתע בענקעניש
מ'קען עס נישט ארויס ברענגן מיט ווערטער
איך האב אמאל געמיינט אז... ווער ס'האט שכל טראכט (קרעדיט: מאטי אילאוויטש)
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

זייער זייער הארציג און סי' ווארעמט אן די גלידער, די גראמען איז אויך זייער שיין אבער נאר אפאר קליינע הערות, נאר לפי עניות דעתי, און ח"ו נישט אוועקמאכן די גאנע זאך...

1. פרייען מיט ירושלים איז נישט אזוי אויסגעהאלטן, נאר ביי די אמאליגע בדחנים..., אזוי אויך בת עין מיט יראת שמים...
2. איך מיין אז א מויל איז נישט שטום, נאר דער מענטש איז שטום. קענסטו שרייבן: מיט פארמאכטע אויגן אינגאנצן שטום...
3. אנשטאט "איך גיב זיך א אויפלעב", גיב איך דיר א גוטע עצה, די פריערדיגע שטיקל שרייב: "איך פיל ווי איך טוה מיט הייליגע פליגלען אין די הימלען שוועבן", דעמאלטס קענסטושרייבן שפעטער " איך קוק ארויס אויף די הייליגע שטאט און עס טוהט מיר אויפלעבן", פארשטייסט מיך?...
4. אוועק מיט וועג גראמט'צעך נישט אזוי, ר' יו"ט ערליך האט עס יא געטוהן ווייל אזוי פלעגט ער רעדן, קען זיין דו רעדסט אויך אזוי, אויב יא איז גוט.
5. ציון מיט ארויסציהען גראמט'צעך, אבער לויט יקיר ברוין וכו' איז עס נישט אזוי אויסגעהאלטן...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”