יעדער ווייסט און פארשטייט
דעם געוואלדיגן טיפן באדייט
אין יעדן מצב אן אינטערשייד
אין מאמענטן פון טרויער גלייך ווי פרייד
ווען דאס הארץ רוישט אינעווייניג טיף
און פון שמחה אדער צער איז דער רוף
צו מען כאפט דעם געפיל גראד אדער שיף
אין יעדן טייל פון לעבן אין יעדן סעיף
דער וועג וויאזוי מען דרוקט דאס אויס
איז אז א ניגון צוזינגט זיך פון הארץ ארויס
אז ישיר את השירה הזאתווייל דער כח פון נגינה איז זייער זייער גרויס
עס דערגרייכט אינעם מענטש אומעטום
א שפראך וואס שרייט אנע ווערטער שטום
יעדער נוצט דאס און גייט זיך מיט דעם אום
דעריבער דארף מען זיכער מאכן אז עס איז פרום
א ניגון איז גאר הייליג טייער שיין
עס טראגט אין זיך סיי שמחה און סיי פיין
עס קען ברענגען לאכן און געוויין
יעדער עדות זאגט אויף זיך אליין
חלילה אויב א ניגון איז נישט ריין
נעמט עס אוועק די יודישע חן
טאקע ווייל עס דרינגט אזוי אריין
דארף מען זיכער מאכן עס זאל הייליג זיין
דער בעש"ט הק' זאגט א גרויסע זאך
נגינה איז אזא שטארקע פאך
ווען מען הערט, דאס הארץ פארשטייט עס גלייך
ווייל נגינה איז דער פעדער פון הארצנ'ס שפראך
אין ליקוטי מוהר"ן שטייט א תורה
אז שלעכטע ניגונים שטערן עבודת הבורא
ער גלייכט עס צו צו די פייגלעך ביים מצורע
זיי זענען מכפר אויפן שלעכטן קול מיט א קול טהורה
פון הייליגן חתם סופר איז באקאנט
אז ער וואלט געטוישט פאר די נגינה טאלאנט
האלב פון זיין עולם הבא וואס לייכט און שיינט
אלע יארן האט מען זיך אויף דעם אנגעלאנט
מען קען עס קלאר מאכן ביי זיך ווען
מען זינגט א ניגון פון מאדזשיץ חב"ד אדער סקולען
אויפן ארט שפירט מען אז מען קען
שטערקער ווערן אין עבודת השם
א ניגון איז גאר הייליג טייער שיין
עס טראגט אין זיך סיי שמחה און סיי פיין
עס קען ברענגען לאכן און געוויין
יעדער עדות זאגט אויף זיך אליין
חלילה אויב א ניגון איז נישט ריין
נעמט עס אוועק די יודישע חן
טאקע ווייל עס דרינגט אזוי אריין
דארף מען זיכער מאכן עס זאל הייליג זיין
אין די מלחמה יארן בימים ההם
אין איינע פון די שטעטלעך אינדערהיים
די רשעים געהייסן א איד מוז בלייבן שטיין
אין די פרעסטן אין די שניי איבערנאכט אליין
אינמיטן נאכט ס'איז אים פארפרוירן יעדן גליד
ער הייבט אן שפירן שוואך שלעכט און מיד
אבער וויאזוי שטארקט זיך א חסידישער איד
ער דערמאנט זיך און הייבט אן זינגען א ליד
ער שפירט ווי אין די גוטע צייטן ביים טיש
ווען מען האט געזינגען ביים רבי'ן אין הויף נאך קידוש
זיין קערפער דערווארעמט מיט דעם רכוש
אין זכות פונעם ניגון אזוי חסידיש
דער ניגון האט געראטעוועט מער נישט זיך ער שרעקט
ווייל א ניגון האט אזא שטארקן אפעקט
א הייליג ליד הייליגע מחשבות ערוועקט
און חלילה וואס פאסירט ווען א ניגון שלעכט עס שמעקט
א ניגון איז גאר הייליג טייער שיין
עס טראגט אין זיך סיי שמחה און סיי פיין
עס קען ברענגען לאכן און געוויין
יעדער עדות זאגט אויף זיך אליין
חלילה אויב א ניגון איז נישט ריין
נעמט עס אוועק די יודישע חן
טאקע ווייל עס דרינגט אזוי אריין
דארף מען זיכער מאכן עס זאל ערליך זיין
די כח פון נגינה
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלף
- תגובות: 1124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8010
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
מורא'דיג!!! געוואלדיג!!!
און יעצט מיט הערות:
1. "קול טהורה" איז נישט קיין ווארט ווייל קול איז לשון זכר און טהורה איז לשון נקיבה, סי' דערמאנט מיר די "דבר חשובה" פון מאטי אילאוויטש ביי והאיש משה ניגון וואס שטומט אויך נישט...,
2. ווען סקולען מיט דען איז שיין, אבער ווי קומט דא 'השם'?, ממש 'השם' ירחם...
3. ההם אינדערהיים מיט שטיין און אליין גראמט'צעך נישט, אבער א טענה איז עס נישט, ווייל דו שטעלסט דאך צאם 4 שורות אויף אמאל, קען מען זאגן אז דא איז עס צוויי מיט צוויי...
4. טיש גייט מיט רכוש און קידוש גייט מיט חסידיש, אויסגעמושט איז עס נישט אזוי צום זאך...
און יעצט מיט הערות:
1. "קול טהורה" איז נישט קיין ווארט ווייל קול איז לשון זכר און טהורה איז לשון נקיבה, סי' דערמאנט מיר די "דבר חשובה" פון מאטי אילאוויטש ביי והאיש משה ניגון וואס שטומט אויך נישט...,
2. ווען סקולען מיט דען איז שיין, אבער ווי קומט דא 'השם'?, ממש 'השם' ירחם...
3. ההם אינדערהיים מיט שטיין און אליין גראמט'צעך נישט, אבער א טענה איז עס נישט, ווייל דו שטעלסט דאך צאם 4 שורות אויף אמאל, קען מען זאגן אז דא איז עס צוויי מיט צוויי...
4. טיש גייט מיט רכוש און קידוש גייט מיט חסידיש, אויסגעמושט איז עס נישט אזוי צום זאך...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8010
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק