די הנאה וואס דער אויבערשטער האט פון אונז אין גלות
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
די הנאה וואס דער אויבערשטער האט פון אונז אין גלות
איי איי א גלות... איי איי א וועלט...
א וועלט איינס אין דער וועלט, א גלות איינס אין דער וועלט.
כלל ישראל איינס אין דער וועלט... גיבט הנאה פאר'ן רבוש''ע אין א גלות איינס אין דער וועלט.
דרייט זיך א אידעלע פאר'דאגה'ט וואס גיי איך געבן פאר מיינע קינדער צו עסן היינט פאר נאכטמאל?
דרייט זיך א אידעלע פאר'דאגה'ט ווי קען איך אויסטיילן נאך 10,000 בשר בקר לע''נ ר' ישעי' ב''ר משה זיעועלכ'''י

א איד מאכט חתונה קומענדיגע וואך און דאגה'ט ווי קען איך בארגען נאך א טויזענטער פאר די דיפאסיט פאר'ן סעודה'ניא
א איד מאכט חתונה קומענדיגע וואך און דאגה'ט וואס נאך קען איך באשטעלן ביים מעניו/מוזישאן/זאל/קידוש עס זאל מאכן א סטעיטמענט איינס אין דער וועלט

א איד וויל מאכן אפאר דאלער אין זיכט פרנסה צו שפייזן זיין משפחה, א געלונגענער איינס אין דער וועלט, קען שרייבן, קען ענגליש, פארמאגט חכמה, אדם השלם טרעפט נישט א פאסיגע זדשאב,
דער שכן א לוזער, טויג אויף כפרות, ווייסט נישט מימינו ומשמאלו, טרעפט א זדשאב פאר 3,000 א וואך

אלס בחור געלערנט 18 שעה א טאג, גע'הארוועט אויף עבודת השם, גע'ארבעט אויף די מדות, פיין חתונה געהאט, זיכט א כלי קודש שטעלע, עס גייט נישט גארנישט אין די וועלט.
דער חבר זיינער, געשטיפט די צייט, געגעסן קאקאש קעיק און מעלאנע, מיטגעהאלטן אלע נייעסען, געפירט אלע קיפקעס, חתונה געהאט, קוים געקענט א צורת אות, והנה, הרב הגאון הצדיק וועט געבן א שיעור אין הל'..... אין פרקי אבות, אין ספרי חסידות, און אין וואס נישט

די אידענע זיכט נאר איינצוקויפן קליידער כשר 100% לויפט ארום פארסאפעט אין די געשעפטן, לויפט צו שניידערינס, קען קוים מיט צרות עפעס אהערשטעלן. ב''ה, געטוען די רצון השם, די קליין איז צניעות'דיג און איידל מ'קען גיין דערמיט, ווי זענען די קאמפלימענטס? ווי זענען די שידוכים? ווי זענען די אלס ווייסערס און אלס זעהערס? נישטא קיינער.
די שכנ'טע ווייסט נישט פון קיין דאגות, קויפט און טוט אן מכל הבא ליד, אויסגעניטן, אויסגעלאסן, אומאויסגעהאלטן. שידוכים פליען, קאמלימענטס הערן זיך, מאכט פארטיס. טוט עסקנות לשם שמים, אלעס קלאפט.

זיצט זיך אן אידל בין תנור לכיריים און וויינט זיך אויס ביים בורא כל עולמים איז זאגט:
טאטע איך ווייס די האסט מיך ליב
טאטע איך וויל טוען די רצון השם
טאטע איך וויל זיין אן ערליכער איד אפילו עס איז שווער
טאטע ווייז מיר דיינע חסדים
טאטע געב מיר כח צו ביישטיין אלע נסיונות
טאטע שיק אינז משיח ווי שנעלער, און נעם אינז ארויס פון גלות

- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10225
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
בס"ד
ב"ה, כלל ישראל איז נאך נישט באנקראט.
אזא זיסע שמייכל-קרעכץ טאקע דא אויף אייוועלט זאגט אסאך ב"ה.
שמאלציג, ביסט נישט אליינס!

ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 705
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm
איך וואלט דיך געראטן שמאלציג דאס שוין אראפצונעמען, קודם כל, איז בכלל נישט זיכער אז די אלע שארפע קאנטראסטן אין די לעצטע 2 פאראגראפן איז טאקע אמת, און אפילו אויב יא, וואס איז דער ענין צו ברענגען קשיות, צדיק ורע לו רשע וטוב לו איז שוין אן אלטע קשיא, אבער עס פעלט נישט אויס דאס צו באזינגען און באשמאלצן.ערליכע אידן אמאל פלעגן נישט גלייכן אזעלכע ביטעריאקישע נינוגים, זאגנדיג, זוך נישט קיין קשיות אויפ'ן רבונו של עולם. מנהלים, ביטע באזייטיגן דעם אומפאסיגן ליד
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:איך וואלט דיך געראטן שמאלציג דאס שוין אראפצונעמען, קודם כל, איז בכלל נישט זיכער אז די אלע שארפע קאנטראסטן אין די לעצטע 2 פאראגראפן איז טאקע אמת, און אפילו אויב יא, וואס איז דער ענין צו ברענגען קשיות, צדיק ורע לו רשע וטוב לו איז שוין אן אלטע קשיא, אבער עס פעלט נישט אויס דאס צו באזינגען און באשמאלצן.ערליכע אידן אמאל פלעגן נישט גלייכן אזעלכע ביטעריאקישע נינוגים, זאגנדיג, זוך נישט קיין קשיות אויפ'ן רבונו של עולם. מנהלים, ביטע באזייטיגן דעם אומפאסיגן ליד
אין אלע סארט פיוטים אנגעפאנגן פון די נביאים טרעפט מען אזעלעכע אויסדריקן.
א'מונה ב'טחון ג'עלט