טויזנטער סאלדאטן נאכאנאנד טוען מארשירן
אויפן פראנט קעגן דעם שונא טוט מען זיי פירן
א מלחמה, דאס איז דאך נישט קיין פשוטע זאך
עס שטייט זיי נאך אין וועג שווערע שטיינער אסאך
פחדים און פארלוירנקייט, דעם טויט זעט מען פאר די אויגן
דארף מען דאך פון פאראויס זען אז אלעס זאל טויגן
אז דער סאלדאט וועט זיך אין קאפ גוט אריין נעמען
אז איך גלייב אז קען דאס אלעס פארנעמען
איך האב די יכולת מיין תפקיד דורכצופירן
און איך וועל אין מיין הארץ דעם טעם פון נצחון שפירן
און נאך א זאך דארף איך זיך פון פאראויס צוגרייטן
אז דער וועג צו נצחון זאל דאס מיך באגלייטן
תכסיסי מלחמה וויאזוי דעם פיינט צו אטאקירן
און מיט חכמה דעם זיג נענטער צו פירן
אז איך וועל וויסן די מניעות וואס קענען זיך מאכן
און אויף יעדן פראבלעם אן עצה צו דערגרייכן
וועט דאס באגלייטן מיין וועג צו א נצחון א רייכן
***************
טייערע ברודער אין דעם נמשל טוט גוט אריין קלערן
דאס לעבן איז ווי א מלחמה טוט דאס ערקלערן
אויפן פראנט קעגן דעם שונא מען שטייט
עס כאפט א פחד ווען מען פארשטייט דעם באדייט
שווערע כוואליעס וואס ווילן אונז פארשוועמען
אבער פון א מלחמה איז עס נאך שווערער צו פארנעמען
טאקע איך דארף מיר אין קאפ גוט אריין נעמען
אז איך גלייב אז איך קען דאס אלעס פארנעמען
איך האב די יכולת מיין תפקיד דורכצופירן
און איך וועל אין מיין הארץ דעם טעם פון נצחון שפירן
אבער פון א מלחמה איז עס מיט איין זאך אנדערש
וועלכע פראבלעם עס וועט זיך מאכן מען ווייסט נישט
רבוש"ע ווי גיט מען זיך דא אן עצה
איך בין פארלוירן ליייג מיר צו א פלייצע
דעם אמת'דיגן וועג טאטע הראנו
לאז מיך נישט אליין בעצה טובה מלפניך תקנני:
מיין לעבן ווי א מלחמה
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
מיין לעבן ווי א מלחמה
לעצט פארראכטן דורך מח בקדקדו אום דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 5:27 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
הנשמה שבמוחי
- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2941
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2814
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8100
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
שיינע וויכטיגע געדאנק.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35243
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק