מאת ה היתה
וככה נהייתה
כהאב מיר אנגעגאסן די כוסה
און כהאב מיר א קאווע א גרויסע
ממש א צוואנציג אונסע..
ווי שוין באלד באקאנט
מיט די קאווע און די האנט
נעם איך די כמו טאלאנט
פרוביר אנרעכטן עפעס באטעמט
פאטשקענען ווערטער וואס גראמט
גיי איך ארויס זיכן
להביא שלא מן המוכן
עפעס אפירזוכן
אנרעכטן עפעס א קיכן
זאל זיין פון ואאס צי פארזיכן
אמיר שוין אנהייבן
ווערטער צאמקלייבן
נישט ביי די הקדמה פארבלייבן
מוועט מיר באלד נישט גלייבן
אז איך קען עפעס שרייבן
אבער וויי געוואלד
איך דארף שוין מסיים זיין באלד
סזעט זיך ניטאמאל א שפאלט
עפעס א טעמע וואס מיר געפאלט
עמיר בעטן
טעמע ווי ביסטו !טעמע איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר!טעמע קום צי מיר ,אוי טעמע!
לאמיר זיך געבן א אויסבלאז, ביים קאווע גלאז
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- קאנטרי מאוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2154
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
- לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,
לאמיר זיך געבן א אויסבלאז, ביים קאווע גלאז
לעצט פארראכטן דורך קאנטרי מאוד אום מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 9:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א קאווע גאר א פיינע
א אשכול א נייע
געפענט און געפירקעלט
קיין ווערטער נישט געפינטעלט
א תגובה איך שרייב
שטיפן אביסעל צייט
מוצאי חמין מליגמא
אוועקנעמען די מגיב סטיגמע
שלח לך
שיק שוין נא
תגובה מהרה
אקעי כ'שיק! (רה)
א אשכול א נייע
געפענט און געפירקעלט
קיין ווערטער נישט געפינטעלט
א תגובה איך שרייב
שטיפן אביסעל צייט
מוצאי חמין מליגמא
אוועקנעמען די מגיב סטיגמע
שלח לך
שיק שוין נא
תגובה מהרה
אקעי כ'שיק! (רה)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
- קאנטרי מאוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2154
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
- לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,
מיין תפלה געווארן געהערט
אזוינע בזיונות נישט געווען באשערט
די מח האט זיך פארמערט
א שטיקל טעמע האט זיך פארמירט
טאקע וועגן קאווע אליין
וואלט איך געקענט באשטיין
פרעגן דעם עולם א מיין
איז בעסער א קאווע קליין
אדער א גרויסע כוס זאל זיין
און א גרויסע קומט מער
סדערפרישט דאך זעהר
סווערט נישט אזוי שנעל לער
נישט יעדע מינוט געבן א קער
אבער סאיז פעיק ניוז
ווייל די צוויטע האלב גלאז
דארף מען שוין נישט געבן א בלאז
די קעלט שמעקט מען מיט די נאז....
ווען די גלעזל איז אבער קליין
וועסטו אליין פארשטיין
אז סטוט טאקע הייס זיין
אבער און גמרא טוט שוין שטיין
און איעדע מאס אליין
טוט עפעס מיטן מעסטן מיטגיין
די קליינע קאווע אויך
טאקע הייסע רויך
איז אבער ואם הותר אותר
סבלייבט נעביך צוויי מאל נותר
וואס איז מער וויכטיג, ריכטיג , זייטס אויפריטכיג, זייטס טיכטיג, ענקער מיינונג איז וויכטיג!
אזוינע בזיונות נישט געווען באשערט
די מח האט זיך פארמערט
א שטיקל טעמע האט זיך פארמירט
טאקע וועגן קאווע אליין
וואלט איך געקענט באשטיין
פרעגן דעם עולם א מיין
איז בעסער א קאווע קליין
אדער א גרויסע כוס זאל זיין
און א גרויסע קומט מער
סדערפרישט דאך זעהר
סווערט נישט אזוי שנעל לער
נישט יעדע מינוט געבן א קער
אבער סאיז פעיק ניוז
ווייל די צוויטע האלב גלאז
דארף מען שוין נישט געבן א בלאז
די קעלט שמעקט מען מיט די נאז....
ווען די גלעזל איז אבער קליין
וועסטו אליין פארשטיין
אז סטוט טאקע הייס זיין
אבער און גמרא טוט שוין שטיין
און איעדע מאס אליין
טוט עפעס מיטן מעסטן מיטגיין
די קליינע קאווע אויך
טאקע הייסע רויך
איז אבער ואם הותר אותר
סבלייבט נעביך צוויי מאל נותר
וואס איז מער וויכטיג, ריכטיג , זייטס אויפריטכיג, זייטס טיכטיג, ענקער מיינונג איז וויכטיג!
אויפשטייענדיג אינדערפרי
נאכ׳ן זאגן מודה אני
א קאווע איך מאך-מיר
וואס די קאווע אלץ טוט טיילן
וויפיל איך וועל נאר דערציילן
איז עס אסאך-מער
מיט די מענטש עס טוט א פעיווער
נישט קיין חילוק וועלכע פלעיווער
עס טוט פון מידקייט ערוועקן
זאל עס זיין א פרווה אפילו
א די-קעף צו א פרענטש ווענילע
עס לעבט אויף, ווען די גערוך מען טוט דערשמעקן
מיט דעם איז יעדער גלייך
יעדע קולטור יעדע שפראך
די מלמד, די ארימען, די קלוגער און די רייכע
אין יעדע געשעפט היינט א קאווע-מאשין טוט זיין
ווייל אן א קאווע קען קיינער אנגיין
דער עיקר א קאווע, נישט קיין חילוק א שטארק צו א שוואכע
געדענק אבער די בעסטע קאווע איז
אייביג דאס מיטנעמען מען מוז
״קוה אל השם חזק״
עס איז נישט שווארץ, נאר ווייס עס זעהט אויס
נישט ביטער, נאר זיס, און גוט בלויז
די ״קוה״ וואס מאכט דאס לעבן זיס און געשמאק.
נאכ׳ן זאגן מודה אני
א קאווע איך מאך-מיר
וואס די קאווע אלץ טוט טיילן
וויפיל איך וועל נאר דערציילן
איז עס אסאך-מער
מיט די מענטש עס טוט א פעיווער
נישט קיין חילוק וועלכע פלעיווער
עס טוט פון מידקייט ערוועקן
זאל עס זיין א פרווה אפילו
א די-קעף צו א פרענטש ווענילע
עס לעבט אויף, ווען די גערוך מען טוט דערשמעקן
מיט דעם איז יעדער גלייך
יעדע קולטור יעדע שפראך
די מלמד, די ארימען, די קלוגער און די רייכע
אין יעדע געשעפט היינט א קאווע-מאשין טוט זיין
ווייל אן א קאווע קען קיינער אנגיין
דער עיקר א קאווע, נישט קיין חילוק א שטארק צו א שוואכע
געדענק אבער די בעסטע קאווע איז
אייביג דאס מיטנעמען מען מוז
״קוה אל השם חזק״
עס איז נישט שווארץ, נאר ווייס עס זעהט אויס
נישט ביטער, נאר זיס, און גוט בלויז
די ״קוה״ וואס מאכט דאס לעבן זיס און געשמאק.