לאמיר זיך געבן א אויסבלאז, ביים קאווע גלאז

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאנטרי מאוד
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

לאמיר זיך געבן א אויסבלאז, ביים קאווע גלאז

תגובהדורך קאנטרי מאוד » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 8:46 pm

מאת ה היתה
וככה נהייתה
כהאב מיר אנגעגאסן די כוסה
און כהאב מיר א קאווע א גרויסע
ממש א צוואנציג אונסע..

ווי שוין באלד באקאנט
מיט די קאווע און די האנט
נעם איך די כמו טאלאנט
פרוביר אנרעכטן עפעס באטעמט
פאטשקענען ווערטער וואס גראמט

גיי איך ארויס זיכן
להביא שלא מן המוכן
עפעס אפירזוכן
אנרעכטן עפעס א קיכן
זאל זיין פון ואאס צי פארזיכן

אמיר שוין אנהייבן
ווערטער צאמקלייבן
נישט ביי די הקדמה פארבלייבן
מוועט מיר באלד נישט גלייבן
אז איך קען עפעס שרייבן

אבער וויי געוואלד
איך דארף שוין מסיים זיין באלד
סזעט זיך ניטאמאל א שפאלט
עפעס א טעמע וואס מיר געפאלט

עמיר בעטן

טעמע ווי ביסטו !טעמע איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר!טעמע קום צי מיר ,אוי טעמע!
לעצט פאראכטן דורך קאנטרי מאוד אום מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 9:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2259
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 8:57 pm

א קאווע גאר א פיינע
א אשכול א נייע
געפענט און געפירקעלט
קיין ווערטער נישט געפינטעלט

א תגובה איך שרייב
שטיפן אביסעל צייט
מוצאי חמין מליגמא
אוועקנעמען די מגיב סטיגמע

שלח לך
שיק שוין נא
תגובה מהרה
אקעי כ'שיק! (רה)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

קאנטרי מאוד
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

תגובהדורך קאנטרי מאוד » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 9:05 pm

מיין תפלה געווארן געהערט
אזוינע בזיונות נישט געווען באשערט
די מח האט זיך פארמערט
א שטיקל טעמע האט זיך פארמירט

טאקע וועגן קאווע אליין
וואלט איך געקענט באשטיין
פרעגן דעם עולם א מיין
איז בעסער א קאווע קליין
אדער א גרויסע כוס זאל זיין

און א גרויסע קומט מער
סדערפרישט דאך זעהר
סווערט נישט אזוי שנעל לער
נישט יעדע מינוט געבן א קער

אבער סאיז פעיק ניוז
ווייל די צוויטע האלב גלאז
דארף מען שוין נישט געבן א בלאז
די קעלט שמעקט מען מיט די נאז....

ווען די גלעזל איז אבער קליין
וועסטו אליין פארשטיין
אז סטוט טאקע הייס זיין
אבער און גמרא טוט שוין שטיין
און איעדע מאס אליין
טוט עפעס מיטן מעסטן מיטגיין

די קליינע קאווע אויך
טאקע הייסע רויך
איז אבער ואם הותר אותר
סבלייבט נעביך צוויי מאל נותר

וואס איז מער וויכטיג, ריכטיג , זייטס אויפריטכיג, זייטס טיכטיג, ענקער מיינונג איז וויכטיג!
קאנטרי וואו ביסטו ! קאנטרי איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר! קאנטרי קום צי מיר, אוי קאנטרי!

אוועטאר
טעם וריח
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 9:32 pm

קאנטרי זאג ווי אזוי איז דיר געלונגען אריינצושלעפן שמאטע׳נו אין דיין אשכול?

למה אשכול גם שניכם !


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט