אומן פאעזיע - ווייל אויב א צדיק האט געהייסן קומען..

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1224
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

אומן פאעזיע - ווייל אויב א צדיק האט געהייסן קומען..

תגובהדורך וואס א חילוק » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:44 pm

ס'וועט ניט העלפן קיין סאך
דיין טענות און דיין שפראך
מיט די הענט אוועק מאך
מיט די ליפן א לאך..

א צדיק'ס א ווארט
האט ביי מיר אן ארט
און איך וועל זאפארט
אהין פארן דארט..

דער צדיק איבעראל
גערעדט אלעמאל
פון ראש השנה אן א צאל
עס זאל זיין דארט כלל ישראל..

מיין ברודער ביזט א איד
איז הער צו דעם ליד
עס זאל דיר טרייסלען יעדן גליד
און קיין אומן אהין פליט..

ווייל אויב א צדיק האט געהייסן קומען
וועל איך מיט דעם מוזן צושטימען
אפילו כ'ווער נישט איבערגענומען
און מיין שכל טוט אנדערש ברומען..

עס וועט זיין א גוטע סימן
ווען איך וועל די שכל באקומען
און מיט מיין פרצוף דעם "פרומען"
מער נישט קריגן אויף א צדיק, אדער אויף זיין ווארט קרומען..


ווען ר' ר' מיילעך וואלט געהייסן
וואלסטו געפארן קיין רייסן
אפילו קיין נחל איתן
אן קיין וויסן און ווייסן..

און ווען ר' נחמן הייסט
אן אנדערע גייסט
מיט מניעות א טרייסט
ווייסט ווי די שטייסט?

העי, דארפסט דאך א תיקון
האסטעך יא געטון "קוקן"
קיין גיהנם דיר שיקן
אדער קיין אומן זיך ריקן..

קוק מיר אין די אויג אריין
נאכאמאל א דערמאן
האסט א צדיק מיט א פלאן
וואס וועט דיר מתקן זיין..

ווייל אויב א צדיק האט געהייסן קומען
וועל איך מיט דעם מוזן צושטימען
אפילו כ'ווער נישט איבערגענומען
און מיין שכל טוט אנדערש ברומען..

עס וועט זיין א גוטע סימן
ווען איך וועל די שכל באקומען
און מיט מיין פרצוף דעם "פרומען"
מער נישט קריגן אויף א צדיק, אדער אויף זיין ווארט קרומען..


מיין ברודער אויב ס'שווער
ס'פאלט דיר א טרער
געזינדיגט מער און מער
צום עבירה זיך א קער..

א צדיק מיט געוויין
שרייט צו דיר אליין
זאלסט קומען צו גיין
און דיר מתקן זיין..

איבערעדן דא איך וויל דיר
יעצט ווען אומן איך שילדער
דעי קדושה און געפילדער
נאריש זענען די בילדער..

הייב דיך אויף
נעם זיך צונויף
פיק אויף דעם שרויף
אויפן פליגער ארויף..

ווייל אויב א צדיק האט געהייסן קומען
וועל איך מיט דעם מוזן צושטימען
אפילו כ'ווער נישט איבערגענומען
און מיין שכל טוט אנדערש ברומען..

עס וועט זיין א גוטע סימן
ווען איך וועל די שכל באקומען
און מיט מיין פרצוף דעם "פרומען"
מער נישט קריגן אויף א צדיק, אדער אויף זיין ווארט קרומען..
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:53 pm

הערליך!

אוועטאר
יש מזל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:57 pm

ישר כח
אשרינו.........

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 1:07 am

Wow
דו האסט טאלאנט. אזוי אויפן טאקט.

מאך נאך.
עממ... אויף א אנדערע נושא.

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 1:54 am

שיינער שיין און צום זאך!! מאך נאך, אפשר קומענדיגע מאל אויף תיקון כללי.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

וואוילער איד
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 20, 2017 11:08 pm

תגובהדורך וואוילער איד » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:55 pm

בענקעל האט געשריבן:Wow
מאך נאך.
עממ... אויף א אנדערע נושא.

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1224
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 11:00 pm

שכח פאר אלע שכח'ס!

ס'איז נישט מיינע גראמען אבער דער וואס האט געדארפט זעהן די שכח'ס האט עס געזעהן!!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:02 am

חחחחחחח.... צוקער זיס ס'קנאקט מיטן ביעט.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט