מיין דאנק צו איי וועלט...

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3570
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

מיין דאנק צו איי וועלט...

תגובהדורך eller » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 9:07 pm

eller האט געשריבן:י דיש וועלט פארומס באמת א גרויסען דאנק.
י עצט שרייב איך עס, אבער געדארפט האב איך שוין לאנג.
ש רייבענדיג די 1000 תגובה איז שוין העכסט געקומען די שעה .
ר עכן איך ארויסצוגעבן מיין געפילן ווי שטארק כ'האב פון דא הנאה .

כ שמו כן היא ! אזא שיין אידיש וועלטעל ! אין אזא שמיציגע וועלט.
ח סדי השם אז עס איז נאך דא א ריינע פלאץ . ספעציעל פאר הייליגע אידן אויסגעשטעלט .

א יך ווייס נישט פאר וועם כ'דארף מיין טיפע דאנק ארויסגעבן.
י עדער דא באזונדער טוט דאך דא אזויפיל צוגעבן .
ד עריבער וועל איך דא ארויסגעבן מיין שכח און דאנקבארקייט.
י עדן טאג אזא געשמאקע פלאץ זיך אויסצוגעבן אין די פרייע צייט.
ש טילענדיג די נייגער מיט אזויפיל רייכע ידיעות אין רעיונות .
ע פעס וואס כ'וויל נאר וויסן ווערט גלייך פארענטפערט דורך אזויפיל בעלי כשרונות.

ו וי שיין ביסטו וועלטעל וואס אין דיר קען מען אלעס געפינען .
ו ועלעכע נעמט אריין יעדעם !. אפילו נישט קיין שרייבער.נאר אפילו נייגעריגע ליינער דערינען .
ע רלויבסט יעדעם סיי שרייבער ,פרעגער,און קאמענטירער, צו זאגען זיינע הגהות.
ל ויט פארשטייט זיך די ערליכע און אויסגעהאלטענע כללים וואס נאר אזוי כראוי איז.
ט אקע דא דארף כ'באדאנקען די מנהלים אין אחראים פאר זייער שווערע ארבעט צענדליגע שעות ..

פ ין נייעס ביז נגינה, אריין צום ביהמ"ד ביז עצות און טיפס וואס אזויפיל יודן ווערן געהאלפן דערפון .
א נאליזען אין ארטיקלען פון הערליכע שריפטשט"עלער" ביז פשוטע עמך יודן'ס געדאנקען טרעפט מען דערין .
ר יכטיג א כשרע און אויסגעהאלטענע פלאץ ווי מען קען זיך אביסל אויסגעבן .
ו ויפיל יודן ווערן ב"ה דורך דעם אפגעהאלטען פון זיך דרייען פון אום אויסגעהאלטענע פלעצער דא דערנעבן .
מ יט מיינע שענסטע פארבן וויל איך מיין טיפע הכרות הטוב ארויסברענגען מכח אל הפועל .
ס' זאל שוין בקרוב ארויסשרייען משיח איז דא אויפן הויפט אשכול...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 9:16 pm

הערליך!! טאלאנטפול!! אויסגעלעקט יעדע שורה.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט