למען אשר יצוה

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

למען אשר יצוה

תגובהדורך וואסערפאל » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 12:52 pm

בס"ד

א שמועס צווישן צוויי חברים ר' מאיר יעקל'ס, ר' משולם

מיט ר' שרגא דעם פוירניטויר מאניופאקטעראר .


ר' מאיר יעקל'ס צו ר' משולם:

פסי, האסט געזען דעם ר' שרגא?
ס'גייט אים גוט יעדע משא ומגא!

א גרויסע פעקטארי פארמאגט-ער
טישן און שענק איבערן ים טראגט-ער

די שענסטע פוירניטויר טוט ער פאבריצירן
טייערסטע האלץ פון פורטיגל אימפארטירן

עס שיינט זיינע טירן מיטן ריכטיגן גלאנץ
טונקל האלץ קאליר מיט א אפשפיגלונג פון בראנז

און דא מאכט ער חתונה זיין זון מיט פאראד
קויפט אים א וויין געשעפט, פירט אים אויף זייד

אזוי טענה'ט ר' מאיר יעקלס בקול רם
נישט ריכטיג! ענטפער משולם ברוב עם

גיי נאר צו אים אליין, צו ר' שרגא
און פרעג אים אפען דיין נייגעריגע פראגע

ר' מאיר יעקל'ס צו ר' שרגא:

ר' שרגא טייערער דיין הצלחה איז דאך אין לשער
ניש-קשה ב"ה, אבער הערט זיך צו ר' מאיר

נישט אלעס וואס שפיגלט גלאנצט
פון קויפן דעם ריכטיגן האלץ וואס מ'האט פארפלאנצט

עס זאל זיך אויסארבייטן ווי מ'האט געוואלט
און נישט דארפן ווערן אנטוישט אז אינוויינג איז פארפוילט

טיש, בענקל און שראנק, זאל אלעס ענדלען
און נישט אינמיטן האקן זאל זיך צופליען שפענדלן

ליפערן די סחורה איבער וועג איבער ים
גוט ארום-נעמען ס'זאל נישט כאפן קיין פגם

ווילאנגט ס'טוט אינעם קונה'ס הויז זיצן
ברויך מען היבש ביסל אינטערשוויצן

ר' מאיר, צוריק צו ר' משולם:

משולם בוזט א בעל רוה"ק פרעגט ר' מאיר יעקלס?
בכלל נישט, מ'ברויך נאר צוזאם שטעלן איינ'ס מיט צוויי שקלס

פארוואס האט ר' שרגא נישט אריינגענומען אין האלץ געשעפט זיין חתן דנן
נאר אים ליבערשט געשאנקן א ביזנעס פון וויין

אלא מאי, האב איך פארשטאנען באלד
אז אינווייניג איז דא גאר אן אנדער געשטאלט

ער האט געוואלט זאל שארן גרינג גאלד שטיקער
האט ער אים געשאנקן א געשעפט פון וויין און ליקער.


א מענטש קען זיך טראכטן אין די רעיונות
אברהם אבינו האט טאקע מיטגעמאכט די אלע נסיונות

ער איז שוין געוואוינט, מיט אלע קרעפטן
אבער פאר זיין זון יצחק וועט ער געבן אנדערע, לייכטערע געשעפטן

זאגט אבער דער רבוש"ע, ניין, כי ידעתיו
כ'האב איך שטארק ליב, ס'איז אויף זיין אניציאטיוו

ער וועט דעם הייליגן טייערן וועג אויסוועילן
זיינע קינדער וועט ער אקוראט דעם זעלבן געשעפט באפעילן

למען אשר יצוה
וועגן דעם האב צונ-אים אזא גרויסע אהבה

ושמרו את דרך השם
אינעם זעלבן געשעפט אויפן זעלבן פארנעם

חייב אדם לומר מתי יגיע מעשי למעשי אבותי
לאמיר פארשטארקן די אהבה פון באשעפער צו אונז עזרי מעם השם עושה

לעצט פאראכטן דורך וואסערפאל אום פרייטאג נובעמבער 18, 2016 1:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
על מי מנוחות ינהלנו

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 12:58 pm

הערליכע שטיקל!
הערליכע געדאנק!
הערליכע גראמען!

ייש"כ וואסערפאל,

און א בקשה על העתיד ברענג אונז נאך אביסל פון די פיינע געדאנקען!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 1:23 pm

מורא'דיג!

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 3:13 pm

אינספירירנד
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

מי הוא זה
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 7:52 pm

תגובהדורך מי הוא זה » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 3:36 pm

דעס איז שיין, תוכנדיג, wow

א שיינעם דאנק

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18116
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 20, 2016 9:20 am

שיין שיין
מלא חן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט