אמונה דערהאלטן, אפילו ס'בהאלטן, ר'קוקט פון-די שפאלטן

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 25, 2015 10:50 am

אמונה דערהאלטן, אפילו ס'בהאלטן, ר'קוקט פון-די שפאלטן

תגובהדורך בתוךשארישראל » מאנטאג יולי 25, 2016 4:48 pm

הפעם אודה השם
א מינוט כ'נעם
שבח יתנו בתוככם

אברך אשר יעצני
מענה לשון ממנו
שם-דברים בלשוני

מילי מתבדרין בבי-מדרשות
מחי' זיין נפשות
חיזוק בעתים קשות

אמונה פשוטה דערהאלטן
אפילו ס'איז באהאלטן
ר'קוקט פון-די שפאלטן

גם כי אלך
שווער אדער פריילאך
יעדן מצב בחיליך

פארגעס-נישט זכור ושמור
ה' יהי' לאור
גם בחושך כי-אשב דארט

די-שכינה מיט מיר
אויף יעדן ריר
קיינמאל פארגעסט פון-דיר

שטאק פינסטערניש באנומען
מקובל אלץ א-סימן
די-ישועה מוז-שוין קומען

ווען ס'עק-וועלט אן-קיין-עצה
קיין וועג ארויס נישטא
מוז-שוין-זיין ישועה קרובה

דאקטורים קיין-רשות פארמאגן
נאר-צו-היילן גוטע-נייעס צו-יאגן
ניתן-רשות לרופא אנזאגן

חולי-ישראל אין די גרינע-קארידארן
מ'באפרייט-אייך שוין אהיים-צו-פארן
צו-לאנגע געזונטע יארן

כל-המחלה לא-אשים עליך
גענצליך פטור-ווערן והסיר-ממך
כי אני-ה' רופאיך

לא לעולם אפילה-יהי'
אט קומט די-ישועה
ונזכה ונחי' ונראה

ימינו כקדם ווי-פריער
פיל-בעסער זיין דיר
התחדשות שפע בלי-שיעור

זאל'מיר שוין זעהן
דער-רופא חנם ונאמן
גענצליך אויסהיילן יעדן

נישט פארגעסן אין-ליידן
ס'דערציילן אין פריידן
דיינע-חסדים קיינמאל שיידן
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג יולי 25, 2016 4:53 pm

אקעי... נישט שלעכט. נישט שלעכט?? זייער גוט..
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מאנטאג יולי 25, 2016 5:03 pm

@בתוךשארישראל, געוואלדיגע דיבורים
קיין שום איד זאל מער נישט האבן יסורים
פאר קריטיק דריקט דא

פרידן
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מאנטאג יולי 25, 2016 11:58 pm

הערליך הערליך סיי די ארבייט סיי די תוכן

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » דינסטאג יולי 26, 2016 12:06 am

שכח הרב בתוך, זייער ווארימע ווערטער
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

מיין מיינונג און קורצען איבערן היינטיגן דור, "א וועלט פון ראובאטס, אן קוקן אויף ביידע זייטן פינעם בילד", זעה מיין באשרייבונג בקרוב (ווען די צייט וועט ערלויבן).

געשמאקער'ס בלאג

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2089
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג יולי 26, 2016 12:09 am

הארציג!!

עס איז שוין דא א ניגון אויף דעם? וועלכע?

אוועטאר
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 25, 2015 10:50 am

תגובהדורך בתוךשארישראל » מיטוואך יולי 27, 2016 2:23 pm

ייישר כח פאר אלע מגיבים און קאפלימענטן.

אויסגערעכנט האט געשריבן:אקעי... נישט שלעכט. נישט שלעכט?? זייער גוט..

נישט שלעכט לויט די אומשטענדן... לעת עתה
קענען זינגן שירות ותשבחות פאר'ן גרויסן טאטע
מתוך שמחה שבח והודאה פון ישועות זאטע
אויף ישועת ה' בע"ה בקרוב ובניקל שוין בהאי שעתא


פארבינדן האט געשריבן:@בתוךשארישראל, געוואלדיגע דיבורים
קיין שום איד זאל מער נישט האבן יסורים

המתפלל בעד חבירו ווען וואונטשן מ'טוט
פועל'ן פאר זיך און די משפחה אלעס גוט
זאל זיין אורה-ושמחה ליהודים פאר יעדן-איד
דאנקן און לויבן ה' וועלן-מיר-נישט ווערן מיעד


פרידן האט געשריבן:הערליך הערליך סיי די ארבייט סיי די תוכן

בלעדי, די קרעדיט קומט נישט דעם בעל מחבר
את אשר ישים ה' בפי אותו אדבר
אוחילה לקל אשאלה ממנו מענה
פון-הימל אריינגעשיינט די ווערטער מיינע


געשמאקער האט געשריבן:שכח הרב בתוך, זייער ווארימע ווערטער

ברוכים תהיו כחכם איישר
פאר'ן זיין די ווערטער מאשר
דברים היוצאים מלב נכנסים ועושים
אין אידישע הערצער דעם ריכטיגן רושם


בענקעל האט געשריבן:הארציג!!
עס איז שוין דא א ניגון אויף דעם? וועלכע?

אדרבה, העלפט ארויס שטעלט צו א ניגון
ס'זאל זיין צוגעפאסט א פארגעניגן
דריי-פאל'ן זאל זיין אין איר
ס'זאל קלעבן מזמור שיר
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » דאנארשטאג יולי 28, 2016 2:59 am

אן עקסטרע שכח פאר די גראמען וואס די האסט ציגעלייגט צו די שכח'ס,
ס'איז ממש מלא טעם
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

מיין מיינונג און קורצען איבערן היינטיגן דור, "א וועלט פון ראובאטס, אן קוקן אויף ביידע זייטן פינעם בילד", זעה מיין באשרייבונג בקרוב (ווען די צייט וועט ערלויבן).

געשמאקער'ס בלאג

אוועטאר
בעילוםשם
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 8:49 pm

תגובהדורך בעילוםשם » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 11:48 am

א מייסטערווערק, גאר הארציג.

אוועטאר
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 2:11 am

הרב @בתוך שאר ישראל
מיט א גוטן גראם אלעמאל
אייביג אזוי ווארעם מלא חן
מיט אזויפיל הארץ טוט עס זיין

שכוח!
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אוועטאר
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 25, 2015 10:50 am

תגובהדורך בתוךשארישראל » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 10:06 pm

געשמאקער האט געשריבן:אן עקסטרע שכח פאר די גראמען וואס די האסט ציגעלייגט צו די שכח'ס,
ס'איז ממש מלא טעם

אוודאי געוויס,
א גראם אזוי זיס,
בדרך שיר ותפלה רחם נא וחוס

ענטפערט מען אויך אזוי,
נודה ונהלל לשמו,
בקרוב אי"ה יודו לה' חסדו


בעילוםשם האט געשריבן:א מייסטערווערק, גאר הארציג.

דברים היוצאים מן הלב עס מוז
אריינגיין אין הארץ דער שמועס
טאלאנט איז א מתנה מן השמים
לחזק ולהתחזק מאוצר המעיין


טריסקער האט געשריבן:הרב @בתוך שאר ישראל
מיט א גוטן גראם אלעמאל
אייביג אזוי ווארעם מלא חן
מיט אזויפיל הארץ טוט עס זיין

שכוח!


טריסקער מגיד איך מוז אייך זאגן
באזונדערע דאנקבארשאפט מיר טוען פארמאגן
פאר די ידידים וועלכן ליינען כסדר אונזערע שורות
זיי האבן הנאה און לאזן איבער א גוט ווארט בנועם אמירות
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט