באהאלטענע טרערן קרעכצן שפאלטן הימלן

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:50 am

באהאלטענע טרערן קרעכצן שפאלטן הימלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בתוךשארישראל »

~ ר ינען הייסע טרערן פון די אויגן
~ פ ארשטעקט דעם פנים פארבויגן
~ ו וען וועלן אונזערע יסורים שוין בארואיגן
~ א ונזער בלוט אזויפיל געטוהן צאפן און זויגן
~ ה ראינו ה' חסדיך צוריק צו די גוטע צייטן נויגן

~ ש טילערהייט נאך א קרעכץ גליטשט זיך ביזן הימל ארויס
~ ל אז אונז נישט פאלן למען העוללים ס'מאכט א טומעל יסדדת עוז
~ י סורי הגוף והנפש אונזער זארג און פיין ווערן באפרייט און לויז
~ מ יט די אמונה שוין ממשיך זיין א שנעלע רפואה דורכאויס
~ ה עמיר דאס דערציילן אין פריידן געזונטערהייט לדורי דורות

~ א פילו בהסתרה טראגט השי"ת אונז אויף די הענט.. לא אירא רע כי אתה עמדי
~ מ יט אונז שטענדיג זעהט און שפירט אונזער צער.. ושכינת א-ל על ראשי
~ ן אמן הוא דער רופא נאמן ורחמן בקרוב ובניקל רפאנו
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

זייער פיין
זאל זיך אויפהערן די געוויין
ואמר כל העם אמן ואמן
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

ארויס פון צער
בתוך שאר
פאר אלע בקרוב
ישועה מתוק וערב
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בתוךשארישראל »

א דאנק פאר די מגיבים שולדיג בין-איך זיי.
אבער נישט שטענדיג איז דא דער כח
בכל צער צער ווען עס טוט וויי
קען מען נישט מצמצם זיין דעם מוח

אבער געדענקן טוען מיר דאך
מיט אמונה האלטן שטארק
ווייל לא יכלמו לנצח כל החוסים בך
אפילו ווען ס'קוקט אויס צ.. ווי א בארג

יש ענין שיתהפך הכל לטובה
האבן צדיקים געזאגט
עס לייכט אריין די מימרא
גענוג שוין געליטן און געפלאגט

אל ימנע עצמו מן הרחמים אפילו חרב מונחת
אט אט ישועות ה' יראו עין בעין
אפילו בהסתרה ואמונתך בלילות
ס'רעדל ארויף גייט זיך שוין דרייען

ווען ס'האלט שוין אונטן אזוי טיעף למטה
א סימן פון די נאנטע ישועה קרובה דאס איז
די ישועה שיקט שוין אונזער ליבער טאטע
אויפשיינען די זוהן אט אט עס מוז


תמהואומר האט געשריבן:זייער פיין
זאל זיך אויפהערן די געוויין
ואמר כל העם אמן ואמן


השי"ת ער אליין
שפירט אונזער פיין
ר'הערט דעם געוויין
אפענע חסדים קומען שוין צו גיין
אזוי וועט זיין
במהרה בקרוב בניקל אמן!


א גראם מיט טעם האט געשריבן:ארויס פון צער
בתוך שאר
פאר אלע בקרוב
ישועה מתוק וערב


יעדעס דיין ווארט
טרעפן חן אויבן דארט
געהאלפן ווערן זאפארט
מיר אלע ווידער
זינגן שמחה לידער
בתוך שאר ישראל יעדער
פרייליכער ווערטער פון פעדער.
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”