וואס איז האלט איר איבער מיינע לעצטיגע פאום'ס? (אשכול כללי)

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

וואס איז האלט איר איבער מיינע לעצטיגע פאום'ס? (אשכול כללי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

אזוי ווי כ'האב געשריבען אסאך פאום'ס און די לעצטיגע תקופה און די אורות אשכול, און איך ווייס באמת נישט צו ס'איז דא וואס האבען בכלל הנאה פון מיינע פאום'ס, אדער נישט?

ווי אויך ווייס איך נישט צו דער עולם האלט אז מיינע זאכען קענען אריין גיין און די קאטיגאריע פון פאעזיע אדער נישט?

ווי אויך וויבאלד איך וויל מיך באמת זייער שטארק זיך צו לערנען און דעם ענין, (היות ס'האט זיך ביי מיר ערוועקט א שטארקע געפיל צו דעם לעצטענס) און אויב כ'וועל נישט הערען פון אנדערע וויאזוי מען שאצט באמת אפ מיינע זאכען, גיי איך נישט וויסען אויף וואס איך דארף ארבעטען און זיך צו לערנען.

ממילא האב איך אפגעמאכט זיך צו ווענדען צום עולם מיט א בקשה, אפצושאצען וואס איר האלט וועגען מיינע שטיקלעך, און ממילא גיי איך דא ארויף לייגען בסייעתא דשמיא אפאר פון מיינע לעצטיגע זאכען, כדי צו קענען הערען ווי אזוי דער עולם שאצט זיי אפ .

כ'לייג זיי בדוקא און דריי עקסטערע אשכולות, נישט צו צומישען, און צו לאזען פאר ווער ס'וויל שרייבען הארות אדער קריטיק, אויף יעדע איינס עקסטער!

און ס'איז שטארק יתכן אז איר טיט זיך זעלבסט א טובה מיט אפשאצען מיינע זאכען, ווייל פון דעם וואס איך וועל הערען ווי אזוי דער עולם שאצט מיינע ווערק, וועל איך וויסען אויף וואס צו ארבעטען, און מיט די צייט קענען ברענגען פאר אייך ליבע פריינד, נאך שענערע און בעסערע סחורה אי'ה, פון וואס איר זעלבסט וועט הנאה האבען פון.

ביטע שאצט אפ אלע דריי פון מיינע שטיקלעך, און ביטע שאצט עס אפ באמת אן קיין חשבונות, איך גיי קלאר נישט ווערען באליידיגט אז איך באקימען שוואכע רעטינגינס! (ווייל ס'איז נישט דא קיין שום חיוב צו טויגען אויף די זאכען!) א גרוסען שכח פון פארויס פאר'ן מיר שענקען מיט אייער מיינונג!
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

קודם כל דורך בליקנדיג שנעלערהייט האב איך אויפגעפאסט איין וויכטיגע כלל וואס ווייזט אויס דו האסט 'נישט' אויפגעפאסט, אז ביי פאעזיע און בכלל גראמען ברויך מען זייער מקצר זיין און איבערהיפן ס'מערסטע ווערטער וואס שייך, און דערצו, טרעפן די ריכטיגסטע געשמאקסטע אויסדרוקן וואס זאל שטימען מיטן קורצן לשון און נישט ס'זאל אויסזעהן ווי א כיתא א' אינגל וואס קען נישט קיין גראמאטיק האט דאס געמאכט...
לדוגמא דיין ערשטע פאראגראף:

טינקעל די נאכט
די אויגן איז פארמאכט
מיט טרערען איז פייכט
די טאג נישט געווען לייכט...

איך - אלס איינער וואס ליגט באמת נישט אין דעם - וואלט ליבערשט געשריבן אזוי:
טונקל די נאכט
די אויגן פארמאכט
מיט טרערן פייכט
די טאג נישט געווען לייכט...

ווי אויך וואלט איך צוגעשריבן צו גראמען ענדערש ווי פאעזיע. נאכאמאל, כ'האב עס נאר דורך געבליקט שנעלערהייט איז האב נישט קיין טענות אויף מיר..

די פערטע שורה וואלט איך אינגאנצן געטוישט, סיי צוליבן לענג און סיי צוליב וואס די געפילן פונעם פערטן שטימט עפעס נישט מיט די ערשטע דריי.

אבער דאס זעהט מען קלאר אז ביסט אויפן גוט'ן ריכטונג און צוביסלעך וועסטו אויסוואקסן פון די בעסטע וואס און דער עולם וועט זיך באלעקן מיט דיינע ווערק.

נ. ב. איבער די ספעללינג ווילסטו אויך הערן הערות?
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איך בין נישט קיין גרויסע פארשטייער צו די זאכן אבער אפילו איך האב אויפגעכאפט אז עס שטימט נישט די צוויי מאל "איז" וואס וועלטניק וויל ארויסנעמען אבער צוביסלעך העמער האבן דא א גאלדענע פעדער פון קריטיק לערנט מען זיך
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

"האסט געפרעגט" איז מער ווי גראמען אבער די וואלטס ווען געדארפט ניצן די כלל וואס מען לערט אין חדר פאר פסח..

קדש ורחץ
כרפס יחץ

מגיד רחצה
מוציא מצה

מרור כורך
שולחן עורך

צפון ברך
הלל נרצה

למשל די נרצה גראמט מיט מצה פון אויבן וואס דאס ברענגט עס צוזאם פאר איין זאך

אין איין ווארט: אין יעדע דריטע אדער פערטע שטיקל זאל זיין א ליין וואס גראמט צו די אויבערשטע שטיקל

פאר א גרינגע משל ברענג איז דא מאטי אילאוויטש ניגון

אויבן אויף א בארג
די אמונה איז שטארק
מיט שמחה שטייען דארט ביידע

געבינדן פיס און הענט
גרייט צו ווערן פארברענט
ליגט יצחק אויף די עקידה

זע די לעצטע ווארט פון די ערשטע דריי ליינס און די לעצטע ווארט פון די צווייטע דריי ליינס גראמען
זע ווייטער

פון דעמאלטס אן
טראגט דאס ארט א פאן
פון קדושה וואס איז דארט פארבליבן

די פּלאץ וואס גאט וועלט אויס
וואו צו בויען זיין הויז
דעם 'הר המוריה' אויסגעקליבן

די זעלבע איז דא איך מייןן אז דאס איז זייער א שטארקע כלל פאר גראמען
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

אויסגערעכנט; דאס איז נישט קיין כלל, ס'איז נאר איין סארט וועג - און גראדע נישט די געווענטליכע - פון אויסשטעלן גראמען.
פאעזיע איז יא בעסיקלי איין וועג, דאס וואס דו ברענגסט אראפ פון מאטי איליאוויטש איז פארשטייט זיך פשוטע גראמען - נישט קיין פאעזיע.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איך האב געשריבן אויבן אז איך רעד פון גראמען
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

וועלטניק האט געשריבן:קודם כל דורך בליקנדיג שנעלערהייט האב איך אויפגעפאסט איין וויכטיגע כלל וואס ווייזט אויס דו האסט 'נישט' אויפגעפאסט, אז ביי פאעזיע און בכלל גראמען ברויך מען זייער מקצר זיין און איבערהיפן ס'מערסטע ווערטער וואס שייך, און דערצו, טרעפן די ריכטיגסטע געשמאקסטע אויסדרוקן וואס זאל שטימען מיטן קורצן לשון און נישט ס'זאל אויסזעהן ווי א כיתא א' אינגל וואס קען נישט קיין גראמאטיק האט דאס געמאכט...
לדוגמא דיין ערשטע פאראגראף:

טינקעל די נאכט
די אויגן איז פארמאכט
מיט טרערען איז פייכט
די טאג נישט געווען לייכט...

איך - אלס איינער וואס ליגט באמת נישט אין דעם - וואלט ליבערשט געשריבן אזוי:
טונקל די נאכט
די אויגן פארמאכט
מיט טרערן פייכט
די טאג נישט געווען לייכט...

ווי אויך וואלט איך צוגעשריבן צו גראמען ענדערש ווי פאעזיע. נאכאמאל, כ'האב עס נאר דורך געבליקט שנעלערהייט איז האב נישט קיין טענות אויף מיר..

די פערטע שורה וואלט איך אינגאנצן געטוישט, סיי צוליבן לענג און סיי צוליב וואס די געפילן פונעם פערטן שטימט עפעס נישט מיט די ערשטע דריי.

אבער דאס זעהט מען קלאר אז ביסט אויפן גוט'ן ריכטונג און צוביסלעך וועסטו אויסוואקסן פון די בעסטע וואס און דער עולם וועט זיך באלעקן מיט דיינע ווערק.

נ. ב. איבער די ספעללינג ווילסטו אויך הערן הערות?


'איז' איז סתם אזוי א טעות ווייל פאר א רבים קומט 'זענען'.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
מענטשעלע
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 2:37 pm
לאקאציע: נישט דאס פלאץ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשעלע »

בוחר, זייער שיין און הארציג!
החותם בדמע...
א געוועזענע טראמפ שטיצער.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”