מיין אייוועלט...

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

מיין אייוועלט...

תגובהדורך פלטיאל » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:03 am

דאס פעדער אצינד
טונקען אין טינט
שרייבן א הגבה
בהשכל ומחשבה

אויף דיר אייוועלט...

הילף און השקפה
בשפה רפה
ביזנעס און נייעס
בשמחה וחיות

אין דיר אייוועלט...

פארברענגען און שמועסן
תורה און גריסן
דקדוק און שפראך
אזוי צו דער זאך

דאס ביסטו אייוועלט...

דרושים ופנינים
אלע סארטן און מינים
תפלות און שיעורים
אומזיסט די דיבורים

אונזער אייוועלט...

צום לאכן און וויינען
מעשיות צו ליינען
וויכוחים און דעבאטעס
פאר זיידעס און טאטעס

מיין ליבע אייוועלט...

היסטאריע פון אמאל
צדיקים וגדולי ישראל
נגינה און געזאנג
אלעס אין איין גאנג

א דאנק דיר אייוועלט...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:41 am

פיינע נייעס דער פלטיאל... איין זאך בעט איך דיר, אז איינער וועט דיך אנטראגן צי נעמען פילן פאר עי די עידש די נעם עס נישט... ס׳בעסער אזוי...

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4454
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 8:58 am

בויבעריקער האט געשריבן:פיינע נייעס דער פלטיאל... איין זאך בעט איך דיר, אז איינער וועט דיך אנטראגן צי נעמען פילן פאר עי די עידש די נעם עס נישט... ס׳בעסער אזוי...

פארוואס זאל ער דארפן פילן פאר עי די עידש די רע דארף ענדערש פאר סי בי 5
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4175
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 8:10 pm

נארוואס אנגעקומען צו ליינען,
הערליך שטיקל! ספעציעל שיין!
הק' איש ימיני

אוועטאר
יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 5:00 pm

היינט צוטאג איז שוין רוב שורות ליידער נישט אקטועל. כליפ כליפ. :cry:
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18108
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 5:18 pm

איי-א- וועלט.

פלטיאל, ווי וואנט מאר.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 5:25 pm

מ'קען שוין באלד זינגען מיטן נוסח פון די ניגון בעלץ, מיין שטעטעלע בעלץ...

אוועטאר
יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 5:36 pm

מומחה דער עצום האט געשריבן:מ'קען שוין באלד זינגען מיטן נוסח פון די ניגון בעלץ, מיין שטעטעלע בעלץ...


פארוואס באלד? זינג שוין יעצט...
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm

תגובהדורך אויבער-חכם » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 7:58 pm

געווען אמאל זמנים
ווי יעדער האט פארשטאנן
די פלאץ צו האלטן ריין
אין א צווייטן צו פארשטיין

אמאל אין אייוועלט...

אוי ווי פיין אין וואויל איז
געווען די אמאליגע אשכולות
מאמרים אין הערליכע שטיקלען
באשרייבונגן אין ארטיקלען

געווען אין אייוועלט...

טענות אין קריטיק
חשבונות אין פאליטיק
יעדע טראמפ נייעס
איז גלייך מידיע בייעס

היינט אין אייוועלט…

א א״י אשכול ווי איז
אלעס איז פין גיוס
די מנהלים אינדערהיים
ארבעטן אויווער טיים

אויף דיר אייוועלט...

ברסלבע געפעכט
נאר זיין שיטה גערעכט
א חו״מ פלעי דא איז
פארוואנדעלט אין מוחאות

אין דיר אייוועלט...

אלעס איז האקעל
ווען מ׳רעט פין בראקל
אויפן מוסדות קשיות
שכר לימוד סטראשעס

וויי אויף דיר אייוועלט…

אבער אין די הייליגע טעג
קען מען טוישן די וועג
מיט אייוועלט שטאלצירן
א צווייטן רעספעקטירן

אין אונזער אייוועלט...

האסט טאקע דיין הדרכה
שעץ א צווייטענס השקפה
צו מכבד זיין יעדעם
חדש ימינו כקדם

צום ווידער זעהן אייוועלט…
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט צו דא שרייבן

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3569
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:23 pm

WOW WOW WOW
דאס איז שוין איינמאל
אייוועלט !
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6057
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:04 pm

אויבער-חכם, אזאנס און אזעלעכטס! טויזנט לייקס וועט נישט גענוג זיין פאר דיין שטיקל, הפלא ופלא און ליידער אזוי ריכטיג.

מיט א תפילה אז חדש ימינו כקדם, זאל ווערן צוריק צו די גראמען פון פלטי בקרוב ממש.
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7994
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:15 pm

געהיידזעקט אן אשכול און נאך מיט דער פארקערטער בליק פונעם אפטימיסטישער/פעסעמיסטישער זאלץ מעסטל :evil: :evil:

לעצם הענין...קוקט מיר אויס א_ווי מען האט געלערענט ביי די שלום בית קלאסן...אויב קומט מען צום שותפות מיט זיך אין מיינד האט מען אליינס אויך צום סוף נישט הנאה אבער אויב קומט מען צו געבן און זיך אוועקגעבן האט מען אליינס אויך הנאה! אזויפיל שיינע ווינקלען דא אויפן מיין וועלטעלע אייוועלט, חכמים ונבונים און מלמד דעת און די גאנצע ניין יארד...אויך אסאך ווינקלן צו זיך געבן א טשוכע אויס על דא ועל הא מיט אביסל אומפארשטענדליכע פראזן אלץ השלמה... אבער אויב מען איז דא נאר צו נעמען נישט צו "צוזאמען פארברענגען" קען מען אליינס נישט איינזען דער שיינקייט און מען זעט נאר די יושבי קרנות און מען גייט נאך אריבער צו זיי און מען פאלט אריין אין זייער נעץ...

אן אשכול וואס רעגט דיר אויף גיי נישט אריין דערינען...און אויב רעגט דיר אויף אז א צווייטער ווערט גערעגט גיי אהין אויך נישט...

עניוועי...
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm

תגובהדורך אויבער-חכם » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 11:17 am

קנאפער ידען האט געשריבן:געהיידזעקט אן אשכול און נאך מיט דער פארקערטער בליק פונעם אפטימיסטישער/פעסעמיסטישער זאלץ מעסטל :evil: :evil:

לעצם הענין...קוקט מיר אויס א_ווי מען האט געלערענט ביי די שלום בית קלאסן...אויב קומט מען צום שותפות מיט זיך אין מיינד האט מען אליינס אויך צום סוף נישט הנאה אבער אויב קומט מען צו געבן און זיך אוועקגעבן האט מען אליינס אויך הנאה! אזויפיל שיינע ווינקלען דא אויפן מיין וועלטעלע אייוועלט, חכמים ונבונים און מלמד דעת און די גאנצע ניין יארד...אויך אסאך ווינקלן צו זיך געבן א טשוכע אויס על דא ועל הא מיט אביסל אומפארשטענדליכע פראזן אלץ השלמה... אבער אויב מען איז דא נאר צו נעמען נישט צו "צוזאמען פארברענגען" קען מען אליינס נישט איינזען דער שיינקייט און מען זעט נאר די יושבי קרנות און מען גייט נאך אריבער צו זיי און מען פאלט אריין אין זייער נעץ...

אן אשכול וואס רעגט דיר אויף גיי נישט אריין דערינען...און אויב רעגט דיר אויף אז א צווייטער ווערט גערעגט גיי אהין אויך נישט...

עניוועי...

איך נעם אן די מוסר דיינעם.
כ׳האב ס״ה ארויסגעברענגט אז לעצטענס איז טאקע דא צופיל נעצן ווי מ׳קען אריין פאלן דא....
כ׳האב עס אפשר געשריבן אביסל צו שארף.. והוא רחום יכפר....
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט צו דא שרייבן

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 2:34 am

קנאפער ידען האט געשריבן:אן אשכול וואס רעגט דיר אויף גיי נישט אריין דערינען...און אויב רעגט דיר אויף אז א צווייטער ווערט גערעגט גיי אהין אויך נישט...

עניוועי...


;l;p- ;l;p-
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט